וואס הייסט ס'נישט זיכער?אבטולמוס האט געשריבן:ס'איז נישט זיכער אז ס'איז פונעם חתם סופר. ארטסראול האט גענוצט דעם נייעם בילד פאר זייער נייעם בוך אויפ'ן חתם סופר, אבער זיי האבן עס נאכדעם צוריקגעטוישט צום אלטן בילד.
אבטולמוס האט געשריבן:דער פאלגנדער בילד פונעם חפץ חיים ז"ל איז מיר געווען א חידוש, אבער פאר'ן ארויפשטעלן דא, האב איך געמאכט אביסל ריסוירטש און געטראפן אז מ'רעדט דערפון. גאנץ לעצטנס האט דער זשורנאליסט אריה ערליך געטוויט דערוועגן:
https://twitter.com/AryeErlich/status/9 ... 2004501504
למעשה מוטשעט זיך דער עולם ווען דאס בילד איז צוערשט נתפרסם געווארן.
א באריכט אין בחדרי חרדים פון א יאר צוריק טענה'ט אז דאס בילד איז פריש-אנטדעקט געווארן: http://www.bhol.co.il/news/871236
נאך א באריכט פון א יאר צוריק:
http://www.ch10.co.il/news/411918/#.XD-YIVxKiUk
עכ"פ, איך ברענג דא א קאפיע פון דעם בילד ווי עס איז געדרוקט געווארן אין א צייטונג אין אלול שנת תש"ג, צום צענטן יארצייט פונעם חפץ חיים.
אבטולמוס האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:
שוין געזען די בילד מיט יארן צירוק
דעם צווייטן בילד אויך? און וואס איז מיט דעם בילד פון ר' מאיר שפירא?
וואלווי האט געשריבן:אזוי ווי איך קוק איבער די אויבען דערמאנטע טוויט פון ערליך זעה איך אין די קאמענטס אז ס'איז געדרוקט אין מאיר עיני ישראל אין איך האב עס טאקע ביי מיר אינדערהיים שוין יארן לאנג
וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.
עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד
אבטולמוס האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.
עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד
לויט דעם מקור איז דאס א בילד ווי דער חפץ חיים ווערט געפירט צום פאלאץ פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער אין ווארשע.
נישט פרעמיער, נאר בילדונגס מיניסטער, מיט׳ן נאמען ברטל. גראדע איז ער געווען א איד, אבער אן אסימילירטע. איך קען א פרומע משפחה מיט די נאמען, וואס זיי טענה׳ן אז זיי זענען משפחה מיט אים, און זיי שטאמן פון לעמבערג.אבטולמוס האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:די צווייטע בילד האט ענליכע דיימענשאנס פון די בילד פון די כנסיה הגדולה, אבער ס'מוז נישט זיין.
עכ"פ דאס זעט יא אויס ווי א גאר נייע בילד
לויט דעם מקור איז דאס א בילד ווי דער חפץ חיים ווערט געפירט צום פאלאץ פונעם פוילישן פרעמיער מיניסטער אין ווארשע.
אבטולמוס האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען דעם בילד פונעם חפץ חיים?
ריכטיג האט געשריבן:די בילד פונעם חפץ חיים מיט די טו"ת געדענק איך צו זעהן אינעם "אידישן" בוך פון ר' משה מאיר ישר אויפן ח"ח. עס איז דאכצעך דער ערשטע בוך אויפן ח"ח (לאפוקי די לה"ק'דיגע ווערסיע וואס איז ארויסגעקומען שפעטער) אבער איך ווייס נישט אויב עס איז בעפאר תש"ג.
אבטולמוס האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען דעם בילד פונעם חפץ חיים?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט