ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שוין פאר קרוב צו פינף און זיבעציג יאר נאכן צווייטן וועלט קריג איז שגור בפי כל, אז דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע בארץ לא זרועה אין טריפה'נעם אמעריקע וואס די צדיקים האבן מעיד געווען אז אפילו די ערד איז טריפה. און צוריק אויפגעבויעט אידישקייט ווי אין דער אלטער היים און ווי אויך צוריק אויפגעבויעט די מלכות סאטמאר, אהן קיין שום שינוי אויפן אור אלטן וועג אהנע פשרות. און נישט סתם אויפגעבויעט נאר געבויעט פון גארנישט, און נאך לאזונגען וואס ווערט געזאגט ביי יעדן כ"א כסליו, כ"ו אב מיט ווען אימער ס'דא א געלעגענהייט ארויסצוברענגן די גרויסע כח און סיעתא דשמיא וואס דער רבי זי"ע האט פארמאגט.

איז די שאלה יעצט צו ס'טאקע אזוי ווי די סאטמארע חסידים לייגן עס אראפ, צו שטימט עס מיט היסטאריע?
כדי אויסצוקלארן מוז מען צוריק גיין צו די יארן פון תיכף נאך די מלחמה און זעהן ווי אזוי האט סאטמאר און אויך אלע אנדערע חסידות און דינאסטיעס אויסגעזעהן, וויפיל מענטשן און משפחות האבן דורך געלעבט די קריג.

והנה, אלץ א סאטמערער אפשטאמיגער, ווייס איך פאר א פאקט און כ'האב פערזענליך געקענט אסאך פון די עלטערע דור וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די נאצישע גיהנם און האבן ארויסגעוואנדערט צו די ד' רוחות העולם נאכן אפזיצן פאר א יאר צוויי אין לענדער ווי פראנקרייך וואס דארט איז געווען א גרויסע טרענספער פלאץ ווי אסאך פליטים זענען אנגעקומען און פון דארט געזוכט וואו אהין זיך צו באזעצן, ווייל אין אמעריקע האבן נאר געקענט אריינקומען וואס האבן געוויילט נאכן מלחמה אין די פי קעמפס, און אין ארץ ישראל האבן די בריטישע נישט אריין געלאזט, האט מען געמוזט פארן צו אנדערע לענדער וואס האבן געהאט לייכטערע אימיגראציע געזעצן.

מיט דעם אלעם איז געווען היפש וואס זענען יא געקומען קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין ניו יארק, ספעציעל די חסידישע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג אדער אפילו לויער איסטסייד. און ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע, צו ער איז געקומען שאפן געלט צו למעשה יא זיך צו באזעצן אין אמעריקע, וואס דאס איז א וויכוח פאר זיך, וואס כ'וויל נישט אריינקריכן אין דעם יעצט, האבן שוין למעשה געוואוינט א היפשע הייפעלע פון אמאליגע סאטמערער אידן, וואס זענען געווען דירעקטע חסידים פונעם רבין צו אזעלעכע וואס האבן למעשה געוויאוינט אין די שטאט סאטמאר צו אין אנדערע שטעיט ווי למשל קליינווערדיין, סעליש, סיגוט, אדער אנדערע שטעיט וואו דעם רבין'ס מלוכה האט דערגרייכט. און אפילו אנדערע חסידישע אידן וואס האבן לאו דוקא געהאט א דירעקטע שייכות נאר געקומען צו פארן פאר א ברכה צו פאר אן עצה און במילא האבן זיי רעספעקטירט דעם רבין.


אין אן אנדערע אשכול האט שוין @ר' בערל מעורר געווען אז דער ערשטער שבת ווען דער רבי איז אנגעקומען איז ער איינגעשטאנן ביי איינעם ר' פליישמאן ז"ל און מ'האט געברויכט שלעפן פון דער גאס פאר מנין, איז אזוי, כ'האב נישט חוקר געווען צו די מעשה איז טאקע אזוי געווען, ווייל די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווייל ס'האבן שוין געוואוינט מער ווי איין מנין סאטמארע אידן דא, ס'מן הסתם אן איבערגעטריבענע מעשה ווי אסאך אנדערע מעשיות ווי מ'האט געברויכט אויפבויען דעם כח פונעם צדיק און כאילו ס'געווען עפעס חוץ לדרך הטבע, אזוי ווי די אלע לאזונגען וואס מיט וואס מ'האט געוואשן אינזערע מוחות, אז אמעריקע איז געווען אן ארץ לא זרועה, און פאר דער רבי איז געקומען האט מען נאר געגעסן אין די סוכה די ערשטע נאכט, און כשרות איז געווען א יקר המציאות ווי אויך חלב ישראל איז נישט געווען צו באקומען, און דער יוגענט איז ממש אינטערגעגאנגן ועוד ועוד פי. אר. וואס האט אויסגעפעהלט גרויס צו מאכן דעם רבין זי"ע.


אבער דער אמת איז אז מ'קוקט אן די כ' יארן זעהט מען גאנץ אנאנדערן בילד, לאמיר נעמען די ישיבה גדולה וואו ס'האבן געלערנט די בחורים פונעם עלטער פון פערצן ביז די אכצן-צוואנציג, וויפיל בחורים אין צאל האבן געלערענט אין ישיבה? פון ווי האבן די בחורים געשטאמט? פון חב"ד'סקר וואס האבן פשוט אימיגרירט קיין סאטמער אדער פון אידן וואס זענען פשוט אנטלאפן פון גער, בעלז פאפא, צעהלים, וויזניץ, אדער פון סתם מאדערנע משפחות וואס האבן דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך פשוט געוואלט מיסתופף זיין בצלא דמהימינותא און הערן דעם רבינס סוגיא פארלערנן? אדער זענען זיי געקומען פון סאטמאערע חסידים וואס האבן גלייך נאכן קריג אימיגרירט קיין אמעריקע, די נייטרא תלמידים זענען עפ"י רוב געפארן לערנען צו ר' מיכאל בער ז"ל און אלע אנדערע אינגלעך און בחורים האבן זיך מסדר געווען איש איש למשפחותם לבית רבותיו.


און די וואס האבן געלערענט אין סאטמארע ישיבה זענען עפ"י רוב געווען סאטמערע ס'האט געקענט זיין דא און דארט אפאר יוצא מן הכלל'ס. עכ"פ די אלע בחורים וואס זענען די היינטיגע בעבי בומערס זענען אייגענע פירות וואס זענען געבוירן געווארן צו עלטערן וואס זענען אהער געקומען תיכף נאכן קריג צו פארן רבין צו נאכן רבין'ס קומען קיין אמעריקע.


כ'האב געהאט די זכי' צו קענען אסאך פון די מסירות נפש'דיגע אידן וואס זענען געקומען אהער נאכן קריג און זיי האבן זיך בכלל נישט געהאלטן ביים שמד'ן און אפילו נישט געוואלט מ'זאל זיי בטעות רופן וויזניצע, בעלזע גורע, פאפע, צעהלים, במקום סאטמאר, זיי האבן זיך שטארק געהאלטן און אנגעקערט מיט אלעס וואס סאטמאר האט געהאט צו פארקויפן פון קנאות ביזן חסידישן לבוש און אלעס אינדערמיט, און האבן זיך בכלל נישט געשעמט מיט זייער אינדענטיטעיט און ווי געזאגט ביי חסידים, "זיי וואלטן געגאנגן אין פייער פארן זייער רבין און פאר סיי וואס דער רבי האט נאר ג'חלום'ט".

נאכמער, כ'האב פערזענליך געקענט פוילישע און גאליציאנע אידן וואס האבן זיך אויך שטארק אנגעקערט מיטן רבין וואס פארן קריג האבן זיי נישט געהאט ספעציעלע פארבינדונגן מיט סאטמאר נאר וויבאלד זיי האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג און דער רבי איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג און ער האט געשטאמט פונעם גרעסטן אונגארישן חסידישן דינאסטיע איז ער במילא געווארן דער פירער פונעם חסידישן אידענטום אפגעזעהן צו מ'איז געווען א פולישער אדער גאליציאנער אפשטאמיגער, א חוץ אויב איינער האט זיך אנגעקערט צו א געוויסע חסידות פון פארן קריג.

און אט די אידן האבן מיט די אנווייזונגן פונעם רבין געבויעט סאטמאר, און נישט אז דער רבי האט געבויעט סאטמער פון גארנישט. גענוג מיט די לגיונות, שניידס די קניידלך איינמאל פאר אלעמאל!!

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר