די לאדמירער מויד:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

די לאדמירער מויד:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די צייטן פון הרה''ק רבי מאטאלע טשערנאבלער זי''ע, האט אין די שטאט לאדמיר געוואוינט א מויד מיטן נאמען חנה רחל ווארבערמאכער. די דאזיגע מויד חנה רחל האט געדינט אלס א לעגיטימע רבי פאר חסידים, זי האט געפראוועט טישן און געפירט טינקלע שלוש סעודות, געזעגענט מענטשן און ארויסגעטריבן דיבוקים, געשמעקט טאביק מיט פארגלייזטע אויגן, גענוי ווי א אלגעמיינער רבי אין יענע צייטן. זי האט געדאווענט איינגעהילט אין טלית און תפילין, רש''י און ר''ת. גענוי ווי מיכל בת שאול. ווי די לעגענדע פארציילט האבן אירע ברכות אין אלגעמיין געווירקט, זי האט זיך דערווארבן א גרויסער ציבור פון חסידים און מעריצים וועלכע האבן גענומען פון איר אנווייזונגען ווי אזוי צו דינען ג-ט. די לאדמירער מויד האט קיינמאל נישט געהייראט צו א מאן, זי איז געווען גענצליך באהאפטן צו די פארבארגענע וועלטן, און זי האט זיך געפירט אויף גאר א געהויבענעם פארנעם. זי איז געווען זייער אפגעהיטן אין צניעות און באשיידנהייט.

די לאדמירער מויד האט געשטאמט פון גאר א רייכע שטוב, איר פאטער וועלכע איז געשטארבן אין איר יונגער עלטער האט איר איבערגעלאזט א גרויסע ירושה. אין רעזולטאט איז זי נישט געווען אנגעוויזן אויף קיין פינאציאלע שטיצע פון אירע פארעהרער, זי האט געפועלט ישיעות פאר אידישע קינדער, אן שניידן די קעשענעס פון אירע חסידים און חסידיסטעס. דער דאזיגער פאקטאר האט גאר שטארק אויפגעברויזט פארשידענע רביים וועלכע האבן דאן געלעבט בלויז פון אידישע צרות. די רדיפות און השמצות אויף כ''ק אדמו''ר מלאדמיר זת''ע האבן זיך אנגעהויבן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. און נישט צו פארגעסן די געשיכטע איז זיך פארלאפן נאך איידער די פעמיניסטישע עפאכע, ווען דער אלגעמיינער וועלט איז נאך געווען איבערגעצייגט אז פרויען זענען בלויז באשאפן געווארן צו האבן קינדער און פירן א שטוב ווירטשאפט.

איינס פון די הויפט ארגומענטן וואס מ'האט געהאט קעגן איר איז געווען, אז זי איז נישט פארהייראט צו א מאן. דער הייליגע לאדמירער צדיקות האט באשלאסן צו ווארפן אירע פיינט אויפן דראנג, און זי האט געהייראט דעם גבאי פון איר בית המדרש. אבער נאך בלויז 24 שטונדען איז שוין דער גרויסארטיגער גט דורכגעפירט געווארן כדת וכדין. אצינד האט זיך איר סטאטוס גענדערט פון מויד צו גרושה... ס'האט אבער נישט אויסגעמאכט... די פארפאלגונגען קעגן איר האבן זיך בלויז פארשטארקט. אין רעזולטאט האט די לאדמירער מוד באשלאסן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, וואו זי האט זיך באזעצט אינעם סאמען מאה שערים, און ווייטער פארגעזעט מיט אירע הייליגע וועגן צו פראווען חסידים און חסידות, און צו דינען ג-ט מיט גרויס מענדעטאציע ביז צום טאג פון איר טויט. זי ליגט בערדיגט אויפן הר הזתים אין ירושלים.

זאל איר ליכטיגע געדענקעניש געדענקט ווערן צום גוטן אויף שטענדיג.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר