פרעזידענטס טאג!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

פרעזידענטס טאג!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]היינט איז די געבורטס טאג פון איינע פון גרעסטע העלדן און אדעל-לייט פון די פאראייניגטע שטאטן, דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט, פרעזידענט זשארזש וואשינגטאן. דער טאג האט גאר א שטארקע באדייט פארן אידישן פאלק.

ווי עס איז באוויסט איז די שטאט ראוד איילענד, געווען דאס לעצטע פון די דרייצן שטאטן וואס האט אקצעפטירט די קאנסטעטוציע. מיטן איינשלוס פון ראוד איילענד איז דער פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, איז דאס לאנד גענצליך פארפולקאמט געווארן אלס איין נאציאן אונטער ג-ט, געבינדן צו די קאנסטאטוציע אויף שטענדיג.

אין ראוד איילענד האט שוין דאן געשפרודלט א הערליכע ווירבלנדע גייסטרייכע אידישע געמיינדע, אין וועלכע עס זענען געווען אנגעשלאסן מייסטענס רייכע פארטוגעזישע אידן. דער הויפט פרנס אין יענע שטורעמישע עפאכע איז געווען א איד מיטן נאמען משה סעיקסאַס. דער משה סעיקסאַס האט ערשט אנגעקוקט די קאנסטאטוציע עטוואס סקעפּטיש. דאס איז געווען צילוב דעם וואס דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע, וואס איז זיך אייגענליך אויך פארלאפן אין יענע עפאכע, האט די אלגעמיינע באפעלקערונג באקומען גלייכבארעכטיגקייט און פרייהייט, אבער נישט די אידן. אידן זענען נישט געווען אנערקענט אלס לעגעטימע פראנצויזישע בירגער. ס'האט גענומען עטליכע יאר ביז די אידן אין פראנקרייך זענען ענדליך אנערקענט געווארן אלס לעגעטימע בירגער אין פראנקרייך, און גענאסן פון אלע בירגערליכע רעכטן, א שטייגער ווי גלייכבארעכטיגקייט און פרייהייט, און נאך.

אלזא, דער משה סעיקסאַס האט זיך געפארכטן אז פרייהייט פון רעליגיע וואס דער קאנסטאטוציע גראנטירט שלוסט נישט איין די אידישע רעליגיע. דערפאר האט ער א באזארגטער אפגעשריבן א בריוו פאר פרעזידענט וואשינגטאן מיט זיינע צווייפלנישן. דער אנטווארט פון פרעזידענט וואשינגטאן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פרעזידענט וואשינגטאן האט צוריק געשריבן פאר משה סעיקסאַס גאר א ווארימער בריוו, אין וועלכער ער ווידערהאלט דייטליך, אז די פרייהייט פון רעליגיע וואס די קאנסטאטוציע פארזיכערט, שליסט אויך איין די אידישע רעליגיע. און דער פרעזידענט שרייבט נאך צו עטליכע ווארימע ווערטער, מיט א אויסצוג פונעם געטליכער נביא מיכה: ס'זאל זיין דער ווילן, אז די קינדער פון אברהם וואס לעבן אין דעם דאזיגער לאנד, זאל ווייטער פארזעצן צו זיין ווערט און געניסן אין די גוטע ווילן פון די אנדערע בירגער, און איטליכע בירגער זאל זיצן זיכער אונטער זיין וויינשטאק און אונטער זיין פייגן בוים, און אן קיין שום ציטערנישט.

דער בריוו איז געווען פאר די אידישע געמיינדע ווי קאלט וואסער אויף א מידע זעהל. דער בריוו הענגט נאך ביז צום היינטיגן טאג אינעם טארא שול אין ניו פארט, און דינט אלס א שטאלץ פאר די גאנצע געמיינדע, און פאר גאנצן אמעריקאנער אידענטום.

זאל דער געדענקעניש פון פרעזידענט וואשינגטאן זיין פאראייביגט צום גוטן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר