א צופאל? די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג זענען אייניג

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

א צופאל? די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג זענען אייניג

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:15 pm

מיר ענדיגן יעצט שנת תשע"ט און גייען אריין אין שנת תש"פ, און מיט דעם ענדיגן זיך די צעהן יארן פון שנות תש"ע. אין די אלגעמיינע וועלט גייט אין דריי חדשים ארום זיך ענדיגן יאר 2019, און מ'גייט אריינגיין צו 2020. מיט דעם גייט זיך ענדיגן די צעהן יארן פון שנות 2010.

ווי אזוי האבן זיך די אידישע און אלגעמיינע יארן אזוי שיין פאראייניגט ביי די יאר צענדליג'ס? איז דאס סתם א צופאל? כ'מאך נישט אוועק אז ס'האט געקענט געשעהן פון זיך אליין, נאך אלעם איז די טשענס איינס אין צען. אבער דאך, איז געוועהן א 90 פראצענט טשענס אז די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג'ס זאלן נישט זיין אייניג, ממילא מעג מען פרעגן צו ס'איז דא עפעס אונטער דעם.

יעדער ווייסט אז ס'איז דא ספיקות אין די יארן, אויב די ערשטע יאר פון בריאת העולם איז א חלק פון די יארן וואס מ'רעכענט, וכו', און אויך זענען דא אנדערע ספיקות וואס קענען אביסעל ריקן די יארן ארויף אדער אראפ. די זעלבע אין די קריסטליכע וועלט איז אויך דא געוויסע ספיקות איבער די געבורט פון אותו האיש שר"י. איז מעגליך אז די אידן האבן אביסעל צוגעפאסט די יארן צו שטימען מיט די קריסטליכע יארן, אדער אפשר פארקערט אז די קריסטן - וואס זענען געווען א אפצווייג פון אידן - האבן אביסעל צוגעפאסט זייערע יארן אז ס'זאל לויפן אין די זעלבע יאר צענדליג'ס ווי אונזערע יארן?
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

Re: א צופאל? די אידישע און אלגעמיינע יאר-צענדליג זענען אייני

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:42 pm

זייט מיר מוחל נאר איך פארשטיי נישט אייער פראגע. אלע יארן זענען די זעלבער אין די איינצעלע נומערן. תש"א איז געעוען 1941 א/1, תשמ"ב = 1982 ב/2 אאז"וו. איז פארוואס שרייבט איר נאר איבער די צענדליגע יארן?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:44 pm

כ'פארשטיי נישט אייער פראגע. כ'זאג די יאר-צענדליג'ס לויפן צוזאמען. דאס מיין אז ווען מיר אידן פאנגען אהן א נייע יאר צענדליג פאנגט אויך די אלגעמיינע לוח אהן א נייע יאר צענדליג. דאס מיינט טאקע אז די איינצעלע ציפערן וועלן לויפן צוזאמען.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:27 am

דער מער טיפערע שאלה דא איז, ווען האט מען אנגעהויבן ציילען צו די יארן?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2563
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:31 am

דרך אגב חודש אלול היייאר לויפט אויף די זעלבע טעג ווי להבדיל די גואישע קאלענדער,
צום ביישפיל היינט איז כ"ו אלול און אויך סעפטעמבער 26
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:33 am

קריינא,

ערשטענס, ס'נישט קיין איינס אין צען פערסענטעדזש.
טאמער עפעס איז קבוע און די צווייטע איז וועריאבל קען מען זאגען אז ס'איז איינס אין צען טשענס צו געלונגען אז דער טשענס טרעפט אן די קבוע. דא, זענען סיי די יודישער לוח און סיי די וועלט לוח פונקט אזוי א טשענס און נישט קבוע, ממילא איז די אדדס אפשר איינס און הונדערט.

צווייטענס, ס'איז נישט קיין נאטורליכע אקט, אדער עפעס וואס איז בעיאנד די קאנטראל פון מענטשהייט צו זאגען אז ס'דא א געמבל דערין וואס איז געלונגען. ס'איז אן אויסגעפלאנטע סיסטעם, און ס'נישט שייך קיין טשענס אדער נישט טשענס. די שאלה בלייבט נאכאלס פארוואס ס'איז אזוי.

דריטענס, והוא העיקר. כעין אזוי ווי @צפור בודד טענה'ט, נאר אביסעל טיפער. ס'איז נישט נאר, אז ס'איז נישט נאר א קשיא אויף די צענדליגע יארן נאר אויף די איינצעלע אויך, ס'איז בלויז איין קשיא, ווייל א לוח לויפט מיט א סדר פאר טויזינטער יאר פון זיך אליינס. ס'איז נישט א קשיא פון איין מאל און צען יאר, און אויך נישט פון איינמאל א יאר. ס'איז פשוט עפעס א ידועה אין די ערשטע מאל מ'האט קובע געווען א לוח.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3314 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:10 pm

וואלווי האט געשריבן:ערשטענס, ס'נישט קיין איינס אין צען פערסענטעדזש.
טאמער עפעס איז קבוע און די צווייטע איז וועריאבל קען מען זאגען אז ס'איז איינס אין צען טשענס צו געלונגען אז דער טשענס טרעפט אן די קבוע. דא, זענען סיי די יודישער לוח און סיי די וועלט לוח פונקט אזוי א טשענס און נישט קבוע, ממילא איז די אדדס אפשר איינס און הונדערט.


ס'איז זיכער יא איינס פון צען. צו פארשטיין גרינג טראכט אריין, איין לוח איז שוין זיכער געווען מסודר ווען מען האט געמאכט די צווייטע. אבער אפי' מ'זאל עס מאכן צוזאמען, איז עס איינס פון צען.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט