ווי אזוי האט מען געלעבט מיט הלכה אמאליגע צייטען?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

ווי אזוי האט מען געלעבט מיט הלכה אמאליגע צייטען?

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » זונטאג דעצעמבער 22, 2019 11:02 am

וואס מיינט א הלכה איד היינטיגע צייטן? ס'איז כסדר דא ספיקות וואס די הלכה איז. און דערפאר איז דא אסאך ליקוטים ספרים וואס זאגן אייביג וואס מ'דארף טוהן. וועלכע ברכה דארף מען מאכן? דארף מען איבערזאגן ותן טל ומטר? מעג מען באנייען א העמעד אין ספירה? מעג מען דאווענען מעריב פאר 72 אין חנוכה אויב מ'איז אייביג מקפיד אויף ר''ת? ס'איז דא צענדליגע שאלות וואס קומט אויף דורך די וואך און דורך די יאר, און היינט איז זייער גרינג זיך מסדר זיין דורך שנעל עפענען משנה ברורה, נטעי גבריאל, שמירת שבת כהלכתו, אוצר הלכות, וכו' וכו'.

אויב טרעפט מען נישט אין די ספרים, איז מען אייביג א פאון קאל אוועק פון א רב אדער א דיין. מ'קען אייביג פרעגן און מברר זיין.

ווי אזוי האט א הלכה'דיגע איד געלעבט אמאליגע צייטן? דער עוורידזש בעל הבית האט געקענט אסאך ווייניגער לערנען ווי היינט, און די אלע פראקטישע ספרים האבן בכלל נישט עקזיסטירט. אזוי אויך איז נישט געוועהן אזוי גרינג צו צוקומען צו א רב. נישט יעדע שטעטעלע האט געהאט א רב, און אז יא איז עס געוועהן איין רב פאר א גאנצע שטאט, און מ'האט געמיזט אריבערגיין צו אים פרעגן. פון אמאליגע ספרים און ביכער איז משמע אז פון א רב האט מען געפרעגט מער אזעלכע שאלות ווי די כשרות פון א עוף וכו'.

איז וואס איז געוועהן די אמאליגע שטייגער און די אמאליגע מהלך המחשבה? ווי אזוי האט מען געוויסט ווי אזוי זיך צו פירן?
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 22, 2019 1:50 pm

א גוטע שאלה, און א האלבע תשובה.

אמאהל האט מען זיך אליין גע'פסק'נט, מען האט ווייניגער געפרעגט.

באקאנט איז דער אלטער ווערטעל מיט דער דארפס איד, ווען מען האט אים געפרעגט דער שאלה, וויאזוי פסק'נט איר שאלות אין דארף?

האט ער געזאגט, גרינגע שאלות פסק'נט ער זיך אליין, שווערע שאלות קומט ער אין שטאט אריין.

וואס איז א גרינגע שאלה?
ווען דער גויאישער משרתת גיסט מילך אין דער זופ, איז פשוט אז עס איז מותר, ווייל טעות גוי איז דאך מותר,
א שווערע שאלה?
ווען מען ווארפט אריין א זאלץַ ברעטעל אין אויווען, דאס איז שוין א שווערע שאלה און מען פארן אין שטאט פרעגען.

איך האב הנאה פין דיין שאלה, כאילו א רב און א דיין ווייסטו אייביג אלעס.

אין אמת איז נאך נישט געוועהן א דור דעה ווי דער היינטיגער דור, וואס דער כלל קען אזויפיל לערנען, אמאהל איז דער רב צו דער דיין געוועהן אויך דער מדריגה פין אסאך היינטיגע בעלי בתים.

אמאהל ווען דער עולם איז געוועהן עמי הארץ האט מען געפרעגט סטופיד שאלות, און דער רב האט גע'פסק'נט, און קיינער האט נישט געפרעגט מהיכן דנתנו, ווען מען וואלט ממילא נישט פארשטאנען. היינטיגע רבנים האבן ליב צו האלטן דער זעלבער סטאנדארט, און מען טאר נישט פרעגן א רב פארוואס, אפילו דער שואל פארשטייט אין דער ענין פונקטן ווי דער רב.

עס איז נישטא אזא זאך, ווי א רב קיין מכריע זיין מער ווי א צווייטע וואס קען דער ענין, ווייל ער איז רב אין שארשפאטיק, און טאמער קען ער נישט מסביר זיין די מקורות און נימוקים פין זיין פסק, און זיין פסק כעפרא דארעא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1345 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 22, 2019 4:51 pm

דער אמאליגע בעלעבאס וואס האט געלערנט אין א ישיבה און קען אביסל בלעטערן אליינס, איז געווען פון די טאפ פופציג פערצענט אין שטאט. אלע אונטער אים האבען געדינט אלס די וויץ פון אישתשבי'ס תגובה. די שאלה איז וואס וועגן די וואס האבען שוין יא אביסל געלערנט, אבער נישט געקענט אליינס פסקנ'ן, פונקט ווי אסאך בעליבתים (אדער אפילו בני תורה) היינט. זיי האבען נישט געקענט ארויס נעמן א פסקי תשובות און טון פארקערט. זיי האבען נישט געהאט די ברירה פון קלינגען א חבר אין א"י, אדער קוקן אין נטעי גבריאל אדער אפילו אין משנה ברורה. וואס האבען זיי געטון?
קודם, צווישען זיי זענען דאך אויך געווען תלמידי חכמים. נישט יעדער האט געהאט א פאסטן, אבער די סטאנדארד פון א רב וכדו' איז דאך געווען פיל העכער ווי היינט. טאמער די אלע ספרים'לעך עגזיסטירן נישט, האט מען געוואוסט אז קיין ברירה האט מען נישט. נאר ווייל היינט איז אזוי לייכט צו 'טשיטן' שטיין מיר אין די מצב.
מאך א חשבון, א דערפל פון פופצן משפחות האט געהאט א רב וואס האט גוט געקענט יו"ד. און נישט אלע בעלבתים דארט זענען געווען אזעלכע עמי הארץ. יעדער פופצן מענטשן היינט האבען איינער וואס קען אזוי גוט? איך גלויב נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9076 מאל

ווי אזוי האט מען געלעבט מיט הלכה אמאליגע צייטען?

הודעהדורך טראכטכמוני » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 2:39 am

אמאל האט זיך נישט געמאכט אזויפיל שאלות (אחוץ עניני טרפות ונדה) פעריאד.
ווען מנייט זיך צאם אליין די בגדים איז נישטא קיין שאלת שעטנז.
ווען עס איז נישטא קיין מייקראסקאופ אין שטאט איז נישטא קיין ווערים.
ווען ממעלקט די אייגענע קוה איז נישטא קיין קישקעס און נישט קיין נידעלס.
ווען מוואונט אין א פארשטופטע שטעטל אין ראמעניע איש נישטא קיין אריזאנע ווייץ.
ווען דער אלטער נערוועזער שאמעס וועקט אויף צו סליחות אן קיין רחמנות איז נישט שייך בכלל פארפאסן זמן קרישמע.
ווען עס איז קוים דא א מנין אידן אין דערפל איז נישט קיין שאלה וויאזוי מע׳מנין׳ט אויף אן עראפלעין.
ווען א בעזם זעט אויס שענער פון א שייטל איז עס זיכער נישט פון אינדיען האר.
ווען עס איז נאר דא בראקעל טשיקן און ס׳איז נישטא עפעס אנדערש ווייגט מען זיך נישט פרעגן קיין שאלות.
ווען די מאוסט עדוקעיטעד גוי איז דער ארבעטער אין קרעטשמע איז נישטא קיין שאלות און אמונה.
ווען די פארלעסליכסטע נייעס קוואל איז די מעיין המקוה איז נישט מעגליך צו אפפארן פון ׳וויסן וואס טוט זיך אויפן וועלט׳.
ווען יעדע קול קורא דארף ווערן געדריקט מיט א טייערע פרעס איז נישטא קיין פירצות.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 11:13 pm

טראכטכמוני: אויך ווען ס'איז נישטא קיין כולל מיט די אלע יונגעלייט וועלכע האבן שוין געענדיגט טרינקען קאווע און רעדן מיט זייער רביצין אויפ'ן סעלל פאון איז נישט דא די אלע שאלות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13942
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9054 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 12:12 am

דבר בעתו...
פונקט היינט שמועסנדיג מיט מורי חמי מיין טייערע שווער גראדע א בן תורה - האט ער מיך געפרעגט מיט וועלכע קנויטן איך צינדט מיין מנורה האב איך איהם געזאגט איז איך צינדט מיט "פתיל - צף" האט ער גענומען דרייען מיטן פינגער אז ער האט געהערט אז עס איז דא שאלות מיט דעם אז די קנויטן איז נישט אויסגעהאלטען להלכה וכדומה - וכהנה
האב איך איהם געזאגט אז דאס איז הוילע דמיונות פון די סטודענטען פון כולל אברכים. וואס האבן נישט צוטוהן מיטן טאג. (כ'האב שיעור נישט געזאגט "שווער לעיבן גייט ארויס ארבעטן")
הכלל, ס'איז טאקע אמת אז אמאל איז מען נישט צוגעקומען צו די אלע שאלות, אבער מיר לעיבן היינט אין א צודרייטע סאסייעטי וואס יעדער פראבירט איבערצושטייגען דעם צווייטען מיט חומרות ע"ג חומרות
זה אוסר וזה מתיר, פון נארישע חומרות ווערט גאנצע הלכות, אויסגעטראפענע משוגעת'ן אשר לא שערום אבותינו,
ס'איז שוין העכסט צייט להפריד בין הדבקים און אנהייבען לעיבן א עכטע אידישקייט - און מחנך זיין די קינדער צו עכטע הלכה !
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 9:26 am

ס'דא אן אור-אלטן אויסדרוק "מנהג עוקר הלכה", ואיכא דאמרי "די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים". די אמת'ע פשט אונטער דעם איז אז הלכה איז גארנישט מער ווי מנהגים וועלכע זענען קאנאנזירט געווארן מיט די צייט, און פארשטייט זיך אז ווי די יארן לויפן אלץ מער מנהגים ווערן קאנאנזירט און ווערן פארוואנדלט אין די שרעק-אנווארפענדע צויבער ווארט וואס באווייזט וואונדער "הלכה!". די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים ווייל ר' יוסף קארו האט פשוט געשריבן וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין זיינע קרייזן, און ר' משה איסרלס האט געשריבן וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין זיינע קרייזן, די אלע פסקים האבן קיינמאל נישט געדארפט צו זיין אזא געזעץ בוך וואו מ'דארף אריינקוקן פאר'ן צובינדן די שיך. אמאל פלעגט מען נישט האבן די אלע שאלות, מ'האט פשוט געטון וואס מ'האט געזעהן ביים טאטן, ס'נאר געווען געציילטע זאכן וואס מ'פלעגט גיין צום רב פרעגן, ווייל דאס האט מען זיך געפירט צו גיין פרעגן... (אזא בחינה ווי מכירת חמץ, קענסט נישט אליינס "פארקויפן די חמץ"?). אין די לעצטע פאר הונדערט יאר האט זיך אנגעפאנגע א נייע מאוומענט אין אידישקייט, ויקרא שמו בישראל "דקדוק בהלכה", אין אנפאנג איז דאס געווען רעזערווירט פאר די בני עלייה, און איך גלייב נישט אז די מייסדים פון דעם מאוומענט האבן בכלל משער געווען ביז ווי ווייט די זאך וועט זיך דערקייקלען. זיי האבן פשוט געוואלט אז מ'זאל מער לעבן מיט'ן באשעפער און זיין תורה, ס'קומט צו א געוויסע פוינט וואו ס'האט א פארקערטע עפפעקט... ווי האט נאר יענער געזאגט, ווען יאשקע זאל ווען היינט אראפקומען און זעהן וואס די קריסטן טוען אלץ אפ אין זיין נאמען וואלט ער אויסגעפלאצט אין געלעכטער, און איך זאג אז ער וואלט זיי אלע אריינגעשטעלט אין משוגעים הויז.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2721 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:26 am

ווי באקאנט איז אז די גרעסטע קאסטומערס וואס דער חפץ חיים זי"ע האט געהאט פאר זיינע ספרים "משנה ברורה" זענען געווען די חסידים [כך העיד בנו ז"ל] - דער ענין פון דוקדוק אין הלכה איז געווען אינדערהיים א נחלת החסידים, ווייל חוץ פון זיי האט קיינער זיך נישט געקימערט מיט הלכה אזוי שטארק (גיב א קוק אריין אין דיין ווייב'ס "קרבן מנחה סידור" - וואס האט אין זיך די דעם קונטרס "מעין טהור" אויף הלכות נדה וועסטו זעהן אז מען האט בלויז געלערנט די בעיסיקס מיט די קינדער וזה הוא),
שפעטער נאך די מלחמה ווען ביי די ליטווישע וועלט איז געווארן אזא מושג פון א בן תורה - ובתוכם המאוומענט הנקרא "בריסק" איז אריבערגעגאנגען דאס גאנצע מושג פון דוקודק הלכה צו די ליטוואקעס !
ומשם הנהר היוצא מליטא ונתפשט לכל העולם ווער עס וויל זיך שפירן פרום !
פון דעם אנדערע זייט איז אויסגעוואקסען א דור חדש פון חסידים - און כדי אז דאס חסידות זאל זיך שפירן אייגענארטיג און האבן מיט וואס צו מאנופעלירן די חסידים (לייען: קעלבערלעך) האט מען גענומען אלע קפידות [ בסקווירא הנוסח= קפעידעס] און ארויף געלייגט על ראשם פון די חסידים התמימים, אזוי ווייט אז מען ווייסט שוין נישט קין חילוק פון א מנהג, קפידא, און א פשוטע הלכה,
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:35 am

פרופ' חיים סאלאווייציק רעדט ענליכע שטותים אין זיין באקאנטע Rupture and Reconstruction מאמר. יא, עמי הארץ האבען געטון ווי ביים טאטן. תלמידי חכמים האבן געלערנט תורה. היינט קלינגן עמי הארץ ביי זייער מו"צ און תלמידי חכמים לערנען די תורה. די מו"צ איז טאקע במקום די טאטע, און ביידע זענען געווידמעט פאר עמי הארץ. אויב אזוי איז מסתמא בעסער דער מו"צ ווי דער טאטע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9076 מאל

Re: ווי אזוי האט מען געלעבט מיט הלכה אמאליגע צייטען?

הודעהדורך גראף » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 11:24 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא אן אור-אלטן אויסדרוק "מנהג עוקר הלכה", ואיכא דאמרי "די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים". די אמת'ע פשט אונטער דעם איז אז הלכה איז גארנישט מער ווי מנהגים וועלכע זענען קאנאנזירט געווארן מיט די צייט, און פארשטייט זיך אז ווי די יארן לויפן אלץ מער מנהגים ווערן קאנאנזירט און ווערן פארוואנדלט אין די שרעק-אנווארפענדע צויבער ווארט וואס באווייזט וואונדער "הלכה!". די שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים ווייל ר' יוסף קארו האט פשוט געשריבן וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין זיינע קרייזן, און ר' משה איסרלס האט געשריבן וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין זיינע קרייזן, די אלע פסקים האבן קיינמאל נישט געדארפט צו זיין אזא געזעץ בוך וואו מ'דארף אריינקוקן פאר'ן צובינדן די שיך. אמאל פלעגט מען נישט האבן די אלע שאלות, מ'האט פשוט געטון וואס מ'האט געזעהן ביים טאטן, ס'נאר געווען געציילטע זאכן וואס מ'פלעגט גיין צום רב פרעגן, ווייל דאס האט מען זיך געפירט צו גיין פרעגן... (אזא בחינה ווי מכירת חמץ, קענסט נישט אליינס "פארקויפן די חמץ"?). אין די לעצטע פאר הונדערט יאר האט זיך אנגעפאנגע א נייע מאוומענט אין אידישקייט, ויקרא שמו בישראל "דקדוק בהלכה", אין אנפאנג איז דאס געווען רעזערווירט פאר די בני עלייה, און איך גלייב נישט אז די מייסדים פון דעם מאוומענט האבן בכלל משער געווען ביז ווי ווייט די זאך וועט זיך דערקייקלען. זיי האבן פשוט געוואלט אז מ'זאל מער לעבן מיט'ן באשעפער און זיין תורה, ס'קומט צו א געוויסע פוינט וואו ס'האט א פארקערטע עפפעקט... ווי האט נאר יענער געזאגט, ווען יאשקע זאל ווען היינט אראפקומען און זעהן וואס די קריסטן טוען אלץ אפ אין זיין נאמען וואלט ער אויסגעפלאצט אין געלעכטער, און איך זאג אז ער וואלט זיי אלע אריינגעשטעלט אין משוגעים הויז.


אביסל קינדעריש דער שאלה
אויב אזוי ווי אזוי ארבייט דעס מיט איינער וואס טוט נישט די געוועזענע מנהג היינטיגע הלכה? אויב איז עס עפעס וואס איז נישט טאקע אנעבירה אדער א איסור באמת - איך מיין מיט דעם אין דער צייט אפשניט פון מתן תורה ביז דער בית יוסף און רמ''א זצ''ל נאר היינט הייסט עס אז ס'איז אסור, גייט דער מענטש אפגעבן דין וחשבון אויף דעם?
מען קען דען צולייגן לא תעשה'ס צן דער ליסט? עשה'ס האט מען שוין לאנג צו געלייגט...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: ווי אזוי האט מען געלעבט מיט הלכה אמאליגע צייטען?

הודעהדורך טראכטכמוני » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 12:24 pm

די הלכה-מנהגים זענען טאקע כדרכה של תורה נתרבה געווארן, אבער מצד השני פעלט נישט קיין מנהגים וואס זענען ציטירט אין ראשונים ואחרונים וואס היינט זענען זיי נישט בנמצא בכלל.

עס איז היינט טאקע שייך אסאך מער שאלות, און עס זענען אויך דא היינט מער וואס ווייסן צו פרעגן, אבער דעס גופא אז יעדער יוסף בשוקא איז שוין היינט א מר בר רב אשי ברענגט צו א געוויסע סארט כלומר׳שטע ׳קנאת סופרים׳ דהיינו די סארט געשפרעכעכץ פון ״ס׳איז מיר בייגעפאלן אז דעס און דעס קען זיין א פראבלעם פון [לייג דא אריין דיין פעוועריט איסור]״ אדער ״לכאו׳ ע״פ דאס און יענץ איז [...] נישט אויסגעהאלטן״.

אבער אויף דער אנדערער זייט מחיצה איז אויך היינט אויפגעשטיגן אזאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, און דאס זענען די סקעפטיקער; די וואס יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פונעם רב׳ס מויל ווערט דורכגעאקערט און געמאסטן, איז עס אמת צו נישט, אפשר איז ערזיך טועה, קען זיין ס׳איז גאר געזאגט מיט נגיעות וכו׳- א שטייגער ווי א גרויסע חלק פון די הוגי דיעות דא אין שטיבל - וואס דאס איז אויך קיינמאל נישט געווען. אמאל איז יעדעס ווארט וואס איז ארויסגעקומן פונעם רב׳ס מויל געווען תורה מין השמים, אוו היינט איז עס אלעס פארוואנדלט אין תורה דיליה.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 2:38 pm

גראף האט געשריבן:אביסל קינדעריש דער שאלה
אויב אזוי ווי אזוי ארבייט דעס מיט איינער וואס טוט נישט די געוועזענע מנהג היינטיגע הלכה? אויב איז עס עפעס וואס איז נישט טאקע אנעבירה אדער א איסור באמת - איך מיין מיט דעם אין דער צייט אפשניט פון מתן תורה ביז דער בית יוסף און רמ''א זצ''ל נאר היינט הייסט עס אז ס'איז אסור, גייט דער מענטש אפגעבן דין וחשבון אויף דעם?
מען קען דען צולייגן לא תעשה'ס צן דער ליסט? עשה'ס האט מען שוין לאנג צו געלייגט...


איך פרעג די זעלבע שאלה... אויב געדענק איך גוט פרעגט מען אן ענליכע קשיא אויפ'ן רמב"ן וואס האלט אז די דרש פון לא תסור איז אן אסמכתא, און באמת איז נישט דא קיין מצווה צו פאלגן די רבנים/סנהדרין/וכו'.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2721 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:22 pm

פארשטיי נישט פונקט די שאלה. די קלאץ קשיעס וואס מען פרעגט הייינט פאר ר חיים קנייסבקי און מען מאכט פון דעם ספרי ליקוטים פון פסקים, און רוב פסקי תשובות וכדומה זענען אזעלכע סארט שאלות, דארף מען דאך נישט זיין קיין גרויסער גאון אדער מוכשר קוקען אין קיצור שולחן ערוך און פארשטיין אליינס. דאס איז סתם א תופעה פון מענטשען וואס האלטן נישט פון טראכטן קיין רגע אליינס ווי א נארמאלער מענטש. ווידער די גרויסע ערנסטע שאלות האט מען דאך אלעמאל געשריבען תשובות וכדומה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3892
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6132 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 6:18 pm

און מ'קען גאר זאגען א סברא אז מ'האט אלעמאל געפרעגט נארישע שאלות, וכידוע המעשה מיט דער אפטער רב. נאר דרוקן האט מען נישט געקענט, ווייל דרוקן איז דעמאלס געווען טייער. היינט וואס טינט איז ביליג, דרוקט מען אלסדינג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9076 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט