ווען האבען רבנים אויפגעהערט קעירן?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ווען האבען רבנים אויפגעהערט קעירן?

שליחה דורך גדליה »

ס'טוט זיך יעצט א מערכה וועגען א דיין פון מאנסי, וואס ער פירט זיך אז ער פסק'עט שאלות לויט ווי ער פארשטייט, און לויט ווי די הלכה קוקט עם אויס, און א גאנצע באנדע פון דיינים און רבנים האבען זיך צאמגענומען און געלאזט וויסען פאר עסקנים אז מ'קען לייגען זייער נאמען אויף א צעטעל, וואס אויף יענע צעטעל שטייט אז יענע דיין פסק'עט נישט ווי אזוי זיי ווילען און במילא איז ער א געפערליכע מענטש און מ'טאר נישט אויסהערען וכו' וכו'.
שוין, איז דא דא צוויי וועגען וי אזוי צו אנקוקען, איין וועג איז אז די באנדע דיינים זיינען גערעכט! אמער ווי נעמט זיך א דיין א חוצפה צו פסק'ען שאלות סתם ווי אזוי ער פארשטייט. נאכדערצו אז מ'האט זיך געבעטען ביי עמען אז ער זאל אויפהערען פסק'ען לויט זיין דעה, און מ'האט עם קלאר געבעטען ער זאל פסק'ען ווי די אנדערע דיינים הייסען, איז פארוואס קען ער נישט טוהן ווי זיי און פארוואס מיז ער זאגען זאכען וואס ער האלט פאר ריכטיג?
נאכדערצו אז ער זאגט נישט די זאכען פאר סתם ליידיגגייערס נאר ער זאגט עס ברבים פאר יעדען איינעם, וואס פין דעם קוקט אויס כאילו א דיין קען אריינקוקען אין שלחן ערוך אין די פוסקים און נאכדעם קען ער מעיין זיין און ארויסגעבען א פסק פאר יעדען איינעם, אנע דעם וואס די פסק זאל שטימען מיט די אנדערע דיינים'ס מיינונגען.
דאס איז איין מהלך.
א צווייטע מהלך זאגט, ניין, די מחנה דיינים זענען נישט גערעכט, זיי טארען נישט ארויסקומען מיט אזא צעטעל! אדער עכ"פ נישט אויף אזא שארפע אופן. און דאס וואס זיי קומען ארויס מיט אזא צעטעל (אדער געבען ערלויבעניש צו חתמנענען זייערע נאמען אויף אזוינע רייד) איז א סימן אז די דיינים זענען ווי מ'זאגט אוט אף טאטש, אין א צייט וואס יודיש בלוט גיסט זיך אין די גאסען, ווען מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה, האבען זיי נישט בעסערס וואס צו טוהן ווי קאנצענטרירען די גאנצע כח צו שרייבען א צעטעל און מצער זיין א רב מיט זיינע חסידים.

אויף א אנדערע אשכול האט געשריבען @לעיקוואד שיחי' וז"ל:
"עס איז שוין הונדרעט פופציג יאר וואס די סארט אונגארישע רבנים געבן ארויס די סארט נוסחאות פון צעטלעך און חרמות אויף יעדער ציווייטער זאך, עס איז שוין א מסורת דער נוסח, נאך הונדרעט יאר וואלט יעדער שוין געמעגט וויסען אז דאס איז נישט פאר ריעל, און אז זיי אליינס האלטן נישט אז די נוסחאות זענען ערנסט, יעדער איינער וואס דרייט זיך אביסעל און ווייסט אביסעל און איז נישט קיין שוטה ווייסט דאס."

שוין עכ"פ דאס איז מער ווי די צווייטע מהלך, נעמלעך אז די רבנים זענען אליין באקאנט אז זייערע ווערטער ווערען נישט גענומען ערענסט, משרייבט אינטער איין זאך און מ'מיינט עפעס אנדערש, עד כדי כך אז איינער וואס כאפט נישט ווי נישטיג די רבנים זענען און ווי ווערדלאז זייערע ווערטער זענען איז א "שוטה".

איך פרעזענדליך האלט אז דעיס איז אביסעל עקסטרעם. קען מען דען זאגען אז די רבנים האלטען אזוי נידעריג פון זיך אליין, עד כדי כך אז זיי האבען נישט מורא צו פארשעמען א מענטש ברבים, פשוט ווייל זיי ווייסען אז קיינער קימערט זיך נישט מיט זייערע דעות און שיטות? קען דאך נישט זיין.
עכ"פ דאס איז זיכער אז א סך מענטשען ווינדערען זיך אויף די מהלך דא, וואס גייט דא פאר? ברויך מען רעספעקטען א רב וואס שרייבט אונטער אזוינע קול קורא'ס אדער נישט?
איך וויל נעמען די שאלה אביסעלע ווייטער.
היינטיגע צייטען זעהען מיר דאך קלאר ווי אזוי די רבנים און דיינים און עסקנים ארבעטען, און ס'איז א שטיקעל וויץ שוין אביסעל... יעדע צווייטע טאג איז דא א רב וואס שרייבט אונטער אויף עפעס און א טאג נאכדעם ציהט ער צוריק. איין פראמענענטע רב איז לעצטענס געזעהן געווארען אויף א בילד ווי ער האלט עפעס א קינדער טוי און ער שמייכעלט מיט א איידעלע שמייכעל צו די קעמרע, א וואך שפעטער קומט ארויס א איסור פון די זעלבע רב אויף די זעלבע טוי. כ'מיין וואס גייט דא פאר?
סאו איך וויל וויסען, ווען האט זיך אנגעהויבען די זאך אז רבנים זענען אזוי?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
ווען האבען רבנים פארלוירען טאטש מיט ריאליטי? איז דאס אייביג געווען אדער א לעצטערע זאך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר