רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די קריסטן האלט שוין לאאאאנג נאך יענעם פאזע, היינט רעדן זיי שוין נישט אויף די גלחים זייערע ווייל מארטין לוטהער וחבריו האבן זיי שוין געשטעלט אין פלאץ. אז ס'איז מקוים געווארן ביי זיי דעם איזהו חכם המכיר את מקומו, איז אויך מקוים געווארן דעם איזהו מכובד המכבד את הבריות...
מיימון האט געשריבן:יא, יארן לאנג האבן אידן שטאלצירט אז מיר זענען די ווייניגסטע געשטארבן ביי די שווארצע מגיפה צוליב אונזער פארגעשריטענע היגיענע און זהירות בנקיות. וואס וועלן מיר יעצט זאגן? ללעג ולקלס היינו בגוים.
קאך_לעפל האט געשריבן:קריסטן רעספעקטירן זייער גלחים. איר וועט כמעט נישט טרעפן קיין קריסט וועלכע זאל רעדן אזוי געמיין אויף זיין גלח, ווי מאנכע פון אונז רעדן אויף אונזערע רבנים, מיט אנגעבליכע גוטע אויסריידן. זאל דאס ח''ו נישט פארלענגרן ג-ט'ס צארן אויף זיין פאלק!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט