הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 868
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1565 מאל

הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ

שליחה דורך כרם זית »

ווי באקאנט האבן די ברסלבע מתנגדים זיך געדארפט מתמודד זיין מיטן פאקט אז די דריטע מהדורה פון ליקוטי מוהר''ן, איז געווען באשיינט מיט הסכמות פון די גדולי הדור. נא, מיט ר' שלמה קלוגער ז''ל'ס הסכמה קען מען זיך נאך אן עצה געבן. וויבאלד סוף כל סוף קיין חסיד איז ער נישט געווען, און צו חסידות פארשטייען מיר בעסער... אבער וואס טוט מען מיט די הסכמה פון דער רבי פון לובלין ז''ל, ער איז דאך יא געווען ממש פון אונזערע?... איז דא אן עצה...
עס איז געפעלטשט!
אזוי ווי איך האב נישט געזען קיינער ארום רעדן וועגן דעם וועל איך מיט ג-ט'ס הילף אפשרייבן מה דנראה לפע''ד בפרשתא דא. ואין אני אומר דבר ברור, רק להעיר באתי.
די ערשטע אנדייטונג אז די הסכמה איז נישט אויטענטיש איז די פאקט אז די ערשטע מהדורה וועלכע איז ארויסגקומען בשנת תקס''ח (1807), נאך בחיי ר''נ, איז ארויסגעקומען אן קיין הסכמות. און דא פלוצלינג איבער זובעציג יאר שפעטער שפארצט פלוצלינג ארויס א הסכמה?
די אמת איז אבער אז די ראיה איז קיין ראיה בכלל נישט. וויבאלד שוין אינעם ערשטן דרוק שרייבט דער מלקט דער גרויסע תלמיד ר' נתן אז כאטש ער האט הסכמות מכמה גאוני הזמן. מיט דעם אלעמען וועט ער זיי נישט דרוקן, עיין שם די טעם וואס ער געט אן. ממילא איז נישט אזא וואונדער אז נאר אין א שפעטערדיגע מהדורה ערשיינט די הסכמות.
דברי  רנ''ת אודות ההסכמות.jpg

מיט דעם אלעם איז נישט אויסגעשלאסן אז דער מהדיר פון די שפעטערדיגע מהדורה האט יא געפעלטשט וואוסנדיג אז קיין קשיא פון וואו די הסכמות וואקסן יעצט ארויס וועט נישט זיין, טאקע צוליב וואס רנ''ת שרייבט אז עס איז דא הסכמות.
וואס איז יא אביסל פארדעכטיגט לפע''ד איז וואס דער מהדיר שרייבט. קודם ברענגט ער אראפ פון דער מו''ל פון די צווייטע דפוס אז ער האט געטראפן די הסכמות וואס ר''נ האט נישט געלאזט אריינלייגן אין די ערשטע דפוס בעצם כתבי ידי המסכימים. און דערנאך שרייבט דער מו''ל פון די יעצטיגע דפוס אז נאכן נישטערן באמתחת תלמידי רבינו האט ער געטראפן נאך צווי הסכמות. פון דער לובלינער און פון דער קאזניצער מגיד, און כדי נישט מונע זיין טוב מבעליו טוט ער עס יעצט דרוקן.
הודעות המ''ל.jpg

יעצט לאמיר צענעמען די זאך:
א] ווי אזוי טרעפט מען פלוצלינג איבער זובעציג יאר פון א ספר די הסכמות וועלכע זענען נישט געדרוקט געווארן אין איר ערשטע פלאץ?
ב] נאך מער. ווי דער מו''ל אליין שרייבט האט שוין רנ''ת אין זיין צווייטע מהדורה געדרוקט הסכמות פוןן רבנים (קיין בילד פון די הסכמות האב איך נישט געטראפן, אויב איינער האט א בילד זאל ער עס ארויפלייגן לשלימת הענין). לייגט זיך אויפן שכל אז אויב זענען געווען נאך הסכמות וואלט ער עס זיכער געדרוקט. און אז רנ''ת האט נישט געוויסט פון א הסכמה מיינט אז אזא הסכמה איז קיינמאל געווען.
ההסכמות .jpg

הגם דער דרוקער איז אן ערליכע איד זיכער געווען מיט דעם אלעם קען מען אים דן לכף זכות זיין אז ווען מאיז מדייק זיין לשון זעט מען אז ער דערמאנט נישט אז ער האט באקומען די הסכמות בכתב יד (וואס איז מסתבר נעמענדיג אינבאטראכט אז ער שטייט שוין אזוי פיל יארן שפעטער פון ווען די הסכמות זענען אנגעבליך געשריבן געווארן), אויב אזוי קען זיין אז א חסיד וועלכע איז נישט געווען אזוי פויגלדיג האט אים אריינגענערט מיט די הסכמות. (דאס איז אויסער וואס מקען זאגן בדוחק אז די חטא פון פעלטשן איז נישט אזוי גרויס ווי דער חתם סופר ברענגט אראפ בשם דער יעב''ץ אז הרוצה שיקבלו דבריו יתלו באילן גדול.)
המשך יבוא בע''ה.

הערה: עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז הרה''ק מוהר''ן ז''ל ווערט נישט קלענער ח''ו, צי די הסכמה איז פאלטש צי נישט, וק''ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר