די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יולי 13, 2020 12:23 am

וואס הייסט ווי דאס איז, א יעדעס קינד ווייסט קלאר אז רוים איז די הויפט שטאט אין איטאליע.

ווארטס איין מינוט מיט געדולד. איך בין נישט קיין היסטאריקער ידען, גראדע שיטה איז מער מיין שטייגער צו שרייבן, אבער איך האב זיך באגעגענט מיט עפעס זייער אינטערסאנט, עכ״פ פאר מיר, און אלץ דער לאו פון אל תמנע טוב מבעליו האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול, אפשר וועט איינער פון די היסטאריקער קענען ווארפן עטוואס מער ליכט אויף די נושא.

נישט ווייט פון די כנרת טייך אין טבריה שטייען די צוויי באקאנטע בתי מדרשים פון רבי חיים אבולעפיא זי״ע (ביהכ״נ עץ חיים) און די ביהמ״ד פון ר׳ מענדעלע וויטעפסקער זי״ע (וואס היינט פלאטערט א בלויען ווייסן טאוועל ביהמ״ד של חסידי קרלין)

(די ביהכ״נ עץ חיים איז געבויעט געווארן דורך ר׳ חיים אבולעפיא זצ״ל השני {קודם ווער איך געוואר אז עס איז געווען צוויי} אין יאר 1749 למספ׳. דאס ביהכ״נ איז שוין איבער געבויט פון פריעדיגע חרבנות נאך פון די צייטן וואס דער הייליגער האר״י פלעגט דארטן מתפלל זיין, די ביהכ״נ איז שוין אדורך אסאך חרבנות און אויפשטעלעכצער, קודם אין די ערד ציטערניש און די שפעטע. 1800׳טערטער יארן למספ׳, און ווי אויך איז געווען א פארפלייצונג אין יאר 1934 די כנרת איז ארויף געקומען גאר הויעך אין געמאכט א טאטאלער חורבן ביים ברעג ווי דער ביהכ״נ שטייט. אין 1945 למספ׳ האבן זיך אן עדה פון עדת מזרח צוזאם גענומען און עס איבער געבויעט לשם ולתפארת לפי יענע יארן די בויען האט גענומען בערך 5 יאר ביז 1950 למספ׳)

(ר׳ מענדעלע האט געבויעט די שוהל אין יאר 1777 למספ׳. די ערד ציטערניש וואס האט ארום גענומען די גלול העליון בערך 100 יאר שפעטער האט געמאכט א חורבן פון דעם שוהל בערך אין 1880. אין יאר בערך 1900 האט די בית אהרן פון קאלרין איבער געבויט די שוהל, עס איז געבליבן די קארלינער שוהל אין טבריה עד היום על שפת הים)

ציווישען די צוויי בתי כנסיות איז דא א גאר מיסטריעזער אפענער הייל וואס די ארכילאגן האבן געפונען וואס קיינער האט זיך נישט דערוואגט אריין צו גיין צו טיף משום מעשה שיהיה ווען מען האט פרובירט אריין גיין ווען די הייל איז געפונען געווארן די ערשטע מאל אין יארע 1960׳ער (איך ווייס נישט די פינקטליכער יאר און דורך וועם, אבער א מערקווירדיגער מעשה ווערט פארציילט {אדער יא אדער ניין} אז ווען מען האט זיך אנגעהויבן ארינטער לאזן אינעם הייל אריין האט מען זיך באגעגענט מיט גאר ווילדע גיפטיגע שקצים ורמשים, שלענג און עקדיסען אז עס איז נישט געווען מעגליך ווייטער צו גיין חוקר זיין וואס דארט גייט פאר, צו ווי די הייל צוהט זיך)

אבער אז מען טראכט אריין עטוואס דערמאנט זיך די גמ׳ אין מס׳ ע״ז דף י ע״ב ווי די גמ׳ פארציילט וועגן די גהיימע באזוכען וואס פלעגן פארקומען ביי רבי אינדערהיים א יעדן טאג באזונדער, דורך נישט מער און נישט ווייניגער די גרעסטע קעניג פון די וועלט בימים ההם, דער קעניג פון די ווייטער רוים וואס איז אין איטאליע און האט געוועלטיגט כמעט אויף די גאנצער ערד קוגעל, אנטונינוס קייזער.

נאך מער פארציילט די גמ׳ דארט, אנטונינוס קייזער האט א יעדן טאג געהארגעט די באגלייטער וואס האבן עם באגלייט די וועג א דורך די הייל כדי די סוד זאל נישט אנפלעקט ווערן פארן פאלק אז דער גרויסער מעכטיגער קייסער גייט א יעדן טאג לערנען ביי עפעס אן אידעל חכמה ותבונה, און ווי אויך זיך שואל עצה זיין אין די פאליטישער ארענע פון זיין מלוכה צו וויסן הדרך אשר ילכו בו.
ווי אויך איז רבי אנגעזאגט געווארן דורכן קייזער זעלבסט, אז אין די צייט וואס ער קומט אן צו רבי אין שטוב זאל קיין שום גבאי, אדער הויז בחור זעך נישט געפונען אין געגנטווארט, ווייל טאמער יא וועט ער אים מיזן פארקעצערן מיט א קאפ כדי די סוד זאל ח״ו נישט אנטרינען ווערן.

שטעלט זיך יעצט א מורעדיגער פראגע.
איטאליע וואס איר הויפט שטאט איז רוים, וואס דארט האט די קייזער פון רוים געוואוינט און געפירט איר מלוכה איז דאך אויף די אראפעיאישער קאנטינענט, און א״י וואס געפונט זיך אויף די אזיעשער קאנטינענט, ווי אזוי איז די הייל געבויעט געווארן. נניח אז נישט געפערליך די הייל איז גבויעט געווארן אונטער די ים הגדול (די ריזיגע קעניגן האבן געקענט אזאנס באווייזן) און זיך געצויגען ביז טבריה, רעדט מען דאך פון אפאר טויזענט מייל וואס מיט א פליגער נעמט צו פליען אן ערך פון 4-5 שע, גיין צו פיס מאן דכר שמי, און נאך דערצונטאג טעגליך ,היעלה על הדעת ?

נאך די קשאי, מיז געענטפערט ווערן מיט א נייער שטיקל היסטאריע וואס איז נישט אזוי באקאנט און עס אנטוויקעלט זיך דא, מיר וועלן פרובירן מיט אלע כוחות צוזאם צו נעמען אלע מקורות כדי צו שטעלן א קלארן בילד.

אזוי ווייט איז עס נישט באקאנט אז די היינטיגער אינטערנעט איז אויף דעם נאך נישט ארויף געקומען, די מקורות דארפן ווערן געזוכט און צוזאם געשטעלט.
מיר וועלן אנהייבן שטעלן דעם בילד און די מקורות וועלן צוגעברענגט ווערן עלאנג די וועי (along the way)

אינעם ספר שושנת העמקים א פירוש אויף שיר השירים פונעם אלשיך הקדוש רבינו משה אלשיך זי״ע שרייבט ער אזוי (איבער געטיישט אויף אידיש)
״מיט מיינע אויגן האב איך געזעהן, אז נאנט צו די שטאט ציפורי געפונט זיך א שטאט רומי וועלעכער עקזעסטירט נאך ביזן היינטיגער טאג, און אין די שטאט איז געווען דער וואוינונג פונעם קעניג אנטונינוס, וועלעכער האט גערופן די נאמען פון דעם שטאט אויפן נאמען פון זיין קעניגרייך... פון דארט פלעגט דער קעניג אנטונינוס גיין אין דער הייל ביז די דערנעבענדיגער שטאט צפורי וואו ער האט געלערנט תורה מיט רבי.״
לפי האלשיך הק׳ זי״ע ווערט אנלעקט גאר א נייער שטאט אין ארץ ישראל מיטן נאמען רומי וואס איז א נאמען געגעבן געווארן נאך דער הויפט שטאט פון איטאליע, און גאר דער רוימישער קייזער האט געוואוינט אין ארץ ישראל נישט אין די הויפט שטאט פון זיין קעניגרייך.
דער הייל בעצם איז נישט אזא לאנגער הייל וואס ציט זיך אונטערן ים הגדול פון איין קאנטינענט צום צווייטן, נאר פון איין שטאט צום צוווייטן.
(בדרך אגב עס איז דא א ציטירט בילד מיט א מאפע פון די אריינגאנג פונעם הייל אין טבריה ביי די ים ברעגעס נעבן די שוהל עץ חיים {מיר וועלן אי״ה פרובירן לייגן א האנט דעראויף און צוצייגען פאר די אינטערסירער פון די אויפטרעף})

דער זעלבער אויבן דערמאנטער חידוש פונעם אלשיך הקדוש זי״ע ווערט אויך געברענגט אין נאך א פלאץ ספר אגדת אליהו (מעשר שני פ״ה) געשריבן און פארפאסט דורך רבינו אליהו הכהן פון איזמיר זצ״ל באקנאט מיט זיין מראודיגער ספר שבט מוסר און ער שרייבט ווי פאלגענד איבער געזעצט אויף אידיש

״ איך האב געהערט פון איינעם וואס איז באקאנט אין אלע שטעלעך און דערפלעך אין א״י אז עס איז דא א דערפל אין א״י נישט ווייט פון ציפורי וואס ווערט גערופן רומי, און אזוי קען מען אפשר פארשטיין ווי אזוי דער קייזער אנטונינוס איז געקומען א יעדן טאג צו רבי״

און ווי אויך איז דא א דריטער עדות אז עס געפונט זיך א שטאט רומי אין א״י, און וועגן א הייל וואס צוהט זיך פון דארט קיין ציפורי. איז פון א מקובל מיטן נאמען ר׳ אברהם בן אליעזר הלוי וועלעכער איז פון די גולה שפאניע וואס איז פון דארט ארויף קיין א״י שרייבט ער אין זיין חיבור מאמר משרא קטרין אז אין גליל העליון געפונט זיך א שטאט וואס הייסט רומי וואס איז נאנט צו די שטאט ציפורי. אן אויסגעטראטענער הייל איז דא ציווישען די צוויי שטעט וואס מען קען גיין אהין און צירוק.

און דארט לייגט ר׳ אברהם צו ווי פאלגענד ״אז דאס וואס מענטשען צייגן אן א דירה אין רוים אטאליע אז רבי האט דארט געוואוינט איז שקר, ווייל די מענטשען ווייסן נישט אז אסאך פון די רומישער קעניגן זענען געבליבן וואוינען אין א״י, מורא האבענדיג אז די אידן וועלן זיך הייבן די קעפ און מורד זיין אין זייער מלוכות, ממילא זענען די רוימישער קעניגן געבליבן וואוינען אין די שטאט רומי וואס געפונט זיך אין א״י אז און פאל אן אויפשטאנד מאכט זיך פון די אידן זאלן עס זיי קענען גלייך אינטערדריקן פון דער נאנט.

בנימין בן יעקב ווי ליגט ער באערדיגט?

עס איז וואויל באקאנט, דער רמב״ן האט געהאט א תלמוד וואס איז ארום געפארן איבער גאנץ א״י און זיך פארצייכענט פארשידענע אנצייכענינגען וואס איז נאך פארבליבן ביזן היינטיגער טאג וואס ווערט גענוצט פאר מקורות פון מסעות א״י.

אין איינע פון זיינע כתבים טרעפט זיך אזא קטע [איבער געזעצט אין אידיש] ״פון ציפורי זענען מיר געגאנגען קיין רוים, און פון דארט פלעגט דער קעניג אנטונינוס גיין צו רבי וועלעכער איז געווען אויפגעהאלטן אין די שטרט ציפורי״. און אויך ליגט אין די שטאט רוים, לייגט דער תלמיד פונעם רמב״ן צו נאך א באמבע חידוש די זוהן פון יעקב אבינו בנימין הצדיק אין א שטיינענער ארון וואס איז באדעקט מיט מארמאר שטיין.
די אינפארמאציע אז בנימין בן יעקב אבינו ליגט אין רומי ווערט אויך געברעגנט שפעטער מיט נאך חידושים אין ספר הדורות, ווי עס ווערט דארט באריכטעט אסאך מקומות הקדושים פון ארץ ישראל, שרייבט ער ווי פאלגענד.

די קבר פון אביה בן ירבעם (פון די מלכי ישראל) און נעבן די מערה (וואס הייסט פייזרין) ליגט בינימין בן יעקב אבינו און אין די מערה געפונען זיך אויך די תנאים עקביא בן מהלאל און רבן שמעון בן גמליאל דער טאטע פון רבי.

אכן נודע הדבר, אז עס איז דא א שטאט רומי אין א״י וואס איז נאנט צו ציפורי.
וואס האט דאס מיט טבריה איז איין שאלה. און די צווייטע שאלה איז, מאן יאמר אז רבי האט געוואוינט אין צפורי אדער אין די שטאט טבריה בכלל.
פאר די צוויי שאלות דארף מען נישט זיין קיין גרויסער מר ורב אשי, עס זענען פשוטע גמרות איינס נאכן צווייטן. והנה

מס׳ ר״ה דף לא ע״ב זאגט דארט די גמ׳ אז די סנהדרין זענען געגאנגען אין גלות אריין 10 מאל און די לעצטע 3 שטעט וווי זיי זענען געווען איז געווען בית שערים, ציפורי, און דאן טבריה. איז רש״י הק׳ מסביר דארט אויפן פלאץ אז די סנהדרין זענען אלץ געגאנגען צום וואוינארט פונעם נשיא הדור פון וואו עס האט זיך געפירט די סנהדרין. און די לעצטע דריי שטעט ווי די סנהדרין זענען געווען איז געווען אין די תקיפה פון רבינו הקדוש׳ס נשיאות.
ווי אוייך ווערט עס דערמאנט אין די גמ׳ מס׳ סנהדרין דף לב׳ ע״ב. מס׳ כתובות דף קג׳ ע״ב. מס׳ מגילה דף ה ע״ב.

תוס׳ ריד האט א צווייטער מהלך מיר וועלן אי״ה ממשיך זיין.

וועגן די הייל אויפטרעפונג וועל איך אויפדערווייל נאר צו צייכענען מראה מקומות מיר וועלן אי״ה פרובירן מרחיב צו צו זיין די נושא עווענטועל.

די ערשטע מאל וואס דער הייל אין טבריה ווערט דערמאנט איז אין ספר חבת ירושלים. דער כותב האט געהייסן הרב ר׳ חיים הלוי הורוויץ ז״ל וואז איז געווען דערהכותב ביי ר׳ מרדכי מקרעמניץ זי״ע

דאס צווייטער מאל ווי דער הייל ווערט דערמאנט איז אין ספר טובת מראה פון רבי רפאל אוחנא ז״ל

לפי שיטות התוס׳ ריד איז דער עפענונג פון דער הייל צו דער הויז פון אנטינוס לפי שיטת רש״י הק און תוס׳ איז די עפענונג אין די הוז פון רבינו הקדוש. נא וואס איז דער ריכטיגער ענטפער ?

פאזעצומג קומט אי״ה...../
א גוטער נאכט




Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מיינונגזאגער אום מאנטאג יולי 13, 2020 8:40 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 13, 2020 12:45 am

כ'שטעל מיך פאר אז דער אנטינונוס האט נישט באזוכט ביי רבי יעדן איינציגסטן טאג, אויב די מעשה איז טאקע געוועהן אזויווי ס'שטייט (נישט קיין העכערע זאכן..) האט אנטונינוס מן הסתם געהאט א הויז אין ארץ ישראל וואו ער פלעגט קומען פארוויילן אין די זוממער צו ווען (ער האט זיכער געהאט, די שאלה איז נאר וואו) און זייענדיג דארט פלעגט ער באזוכן ביי רבי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3604
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2741 מאל

Re: די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יולי 13, 2020 1:01 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'שטעל מיך פאר אז דער אנטינונוס האט נישט באזוכט ביי רבי יעדן איינציגסטן טאג, אויב די מעשה איז טאקע געוועהן אזויווי ס'שטייט (נישט קיין העכערע זאכן..) האט אנטונינוס מן הסתם געהאט א הויז אין ארץ ישראל וואו ער פלעגט קומען פארוויילן אין די זוממער צו ווען (ער האט זיכער געהאט, די שאלה איז נאר וואו) און זייענדיג דארט פלעגט ער באזוכן ביי רבי.
ווי עס ווייזט אויס פון חז״ל איז עס געווען א דעילי רוטין.
ווי עס ועערט געברענגט אין מס׳ ע״ז דף י.

כל יום היה (אנטונינוס) משמש את רבי, מאכיל אותו ומשקה אותו. כאשר היה רבי רוצה לעלות למיטתו, היה אנטונינוס מתכופף לפני המיתה.
@רביה״ק זי״ע:
קוק זיך איין אין די ווערטער פון חז״ל ווי עס שטייט קלאר ״כל יום״


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 13, 2020 1:12 am

כל יום מיינט נישט יעדן טאג פון זיין לעבן פון די טאג וואס ער איז געבוירן ביז די לעצטע טאג זיינער, ס'מיינט א געוויסע תקופה וואס ער פלעגט באזוכן טעגליך ביי רבינו הקדוש, לכאורה גייט עס ארויף אויף די צייטן וואס ער פלעגט זיך אויפהאלטן אינעם געגנד פון רבינו הקדוש.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3604
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2741 מאל

די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יולי 13, 2020 1:21 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כל יום מיינט נישט יעדן טאג פון זיין לעבן פון די טאג וואס ער איז געבוירן ביז די לעצטע טאג זיינער, ס'מיינט א געוויסע תקופה וואס ער פלעגט באזוכן טעגליך ביי רבינו הקדוש, לכאורה גייט עס ארויף אויף די צייטן וואס ער פלעגט זיך אויפהאלטן אינעם געגנד פון רבינו הקדוש.
איך הער דיין שפיץ. האועווער, (however) די געדאנק איז נישט די שאלה אדער די תירץ. עס איז מיר נולד געווארן חידושים נפלאים באופן צופאל מאוד. עס איז מיר פשוט געווען א שאד נישט עס צו חזרן אויף די ק״ש פלאטפארמע כדי עס זאל מיר פריש זיין אין זכרון, און איינוועגס זאלן די אינטערסירטע האבן אביסעל חומר זיך צו פארסמאקעווען.



Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 13, 2020 3:26 pm

דוד המלך שרייבט אין תהילים: זכר השם לבני אדום את יום ירושלים האומרים ערו ערו עד היסוד בה. דער אדום איז באשיינפערליך נישט רוים. עס איז געווען א פאלק לעבן ארץ ישראל וואו עס איז היינט די קעניגרייך ירדן, וואס האבן זיך גערופן אדום. איבעראל וואו עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך אדום מיינט עס דער דאזיגער פאלק. אדום און רוים זענען צוויי באזונדערע פעלקער. ווען נבוכדנצר דער גרויזאמער, דער קעניג פון בבל, איז צום ערשטע מאל ארויף קיין ארץ ישראל, האט ער באשטומט צדקיהו המלך דער קעניג פון יהודה אלס הערשער אויך איבער די דערנעבנדיגע קעניגרייכן אינעם ראיאן, אדום, מואב, עמון, צור און צידון. דאס איז מער-ווייניגער די היינטיגע ירדענער קעניגרייך. דער הויפטשטאט פון ירדן הייסט נאך ביז צום היינטיגן טאג רבת עמון.

עס איז פארהאן אן אינטערעסאנטע גמרא אין שבת: רב יהודה זאגט נאך פון שמואל, ווען שלמה המלך האט געהייראט די טאכטער פון פרעה, איז מלאך גבריאל אראפ פון הימל, און ארייגעשטעקט א שטאנג אין ים, און פון דעם האט זיך פארמירט א האלב-אינזל אויף וועלכע די גרויסע שטאט (רוים) איז שפעטער אויפגעבויעט געווארן. ווייטער זאגט די גמרא, אז ווען ירבעם בן נבט האט אוועקגעשטעלט זיינע צוויי גאלדענע קעלבער אין דן און באר שבע איז געבויעט געווארן אויף דעם האלב-אינזל א קליינשיגע כאטקע, און פון אט די כאטקע האט זיך פארמירט דעם גרויסען מעטראָפּאָליטאַן, איטילה דיון.

איטאליע באשטייט אייגענטליך פון צוויי טיילן אין די פארעם פון א שטיוול. דער דרום טייל איז א האלב אינזל ארום גענומען מיט די וואסערן פונעם מיטללענדישען אקעאן, דאס ווערט ווארשיינליך אנגערופן אין די גמרא, איטילה דיון. דער אויבישטער טייל איז מערסטייל טריקעניש, און דארט געפונט זיך דער הויפט שטאט רוים הארט ביי די ברעגעס פון טייך טיבער. די פארצייטישע לאטיינער האבן איינגענומען דעם האלב-אינזל און פארוואנדלט ביידע טיילן צו איין גרויסע מעכטיגער קעניגרייך מיטן נאמען רוים. די רוימער האבן זיך נישט באגנוגט מיט דעם, נאר זיי האבן אויך געגארט צו באהערשן אלע לענדער ארום דעם מיטללענדישען ים. זיי האבן זיך געהאט זייערע פאליטישע, עקאנאמישע, און מילטערישע אינטערסען דערביי. ס'איז זיי ווירקליך טאקע געלונגן איינצונעמען כמעט אלע לענדער ארום דעם מיטללענדישען ים. די איינוואוינער פון יהודה האט זיך אויף קיין פאל נישט געוואלט לאזן באצווינגן דורך די רוימישע אקופירער, אין רעזולטאט האבן אויסגעבראכן מעכטיגע שלאכטן צווישן די אידן אין די רוימער וועלכע האבן אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן. און די ענדע האבן די רוימער געזיגט און די אידן האבן קאפוטילירט צו די רוימער! און די רוימישע אימפעריע איז פארוואנדלט געווארן צו דער גרעסטער וועלטס אימפעריע פאר די נאכפאלגנדע 250 יאר!

עס לאזט זיך זאגן, אז אינעם אונטערשטען טייל פון איטאליע האבן געוואוינט מערסטייך גריכן. און פון וואנעט האבן געשטאמט די דאזיגע וועלכע האבן געוואוינט אינעם העכערן טייל פון איטאליע? דארט וואו די שטאט רוים געפונט זיך? זיי זענען פילייכט אפשטאמיגע פון פעטער עשיו. זיי האבן ערשט געוואוינט אין לאנד אדום. ווען זיי האבן געהערט די נייעס פונעם ניי אנדעקט לענדל וואס איז באשאפן געווארן פונעם שטאנג וואס מלאך גבריאל האט אריינגעשטעלט אין ים, האבן זיי מאסנווייז ארויסגעוואנדערט מערב און זיך באזעצט טאקע נישט אינעם נייעם לאנד, נאר אביסל ארויפציר ביים טייך טיבער.

אין די אנדערע זייט פונעם טייך כנרת, צופוסנס פון דעם פארשנייטן בארג חרמון, געפונט זיך דער באניאס וואסער-פאל. דער באניאס איז פון די שענסטע ערטער צו באזוכן אין ארץ ישראל. דארט אין באניאס איז אמאל געשטאנען א הערליכער רוימישער שטאט. דער קייסער טיטוס האט אמאל דארט אפגעראכטן א הערליכער געבורטסטאג מאלצייט אין די עהרע פון זיין ברודער דאָמיטיאַנוס. די באניאס איז זייער נאנט צו די שטעט טבריא און ציפורי וואו רבינו הקדוש האט געוואוינט. אנטינינוס האט זיך ווארשיינליך אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט דארט אין די באניאס. און פון דארט האט ער אנגעפירט מיט זיין אונטערערדישער קאָרעספּאָנדענץ מיט רבינו הק.

כ'מיין אז כ'האב אביסל אויסגעקלארט דיינע שוועריקייטן. דארפסט נישט לייקן, אבער לאמיר ביטע וויסן אויב עס איז געווען הילפבאר.

הק. קאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג יולי 13, 2020 3:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג יולי 13, 2020 3:30 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
דוד המלך שרייבט אין תהילים: זכר השם לבני אדום את יום ירושלים האומרים ערו ערו עד היסוד בה. דער אדום איז באשיינפערליך נישט רוים. עס איז געווען א פאלק לעבן ארץ ישראל וואו עס איז היינט די קעניגרייך ירדן, וואס האבן זיך גערופן אדום. איבעראל וואו עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך אדום מיינט עס דער דאזיגער פאלק. אדום און רוים זענען צוויי באזונדערע פעלקער. ווען נבוכדנצר דער גרויזאמער, דער קעניג פון בבל, איז צום ערשטע מאל ארויף קיין ארץ ישראל, האט ער באשטומט צדקיהו המלך דער קעניג פון יהודה אלס הערשער אויך איבער די דערנעבנדיגע קעניגרייכן אינעם ראיאן, אדום, מואב, עמון, צור און צידון. דאס איז מער-ווייניגער די היינטיגע ירדענער קעניגרייך. דער הויפטשטאט פון ירדן הייסט נאך ביז צום היינטיגן טאג רבת עמון.

עס איז פארהאן אן אינטערעסאנטע גמרא אין שבת: רב יהודה זאגט נאך פון שמואל, ווען שלמה המלך האט געהייראט די טאכטער פון פרעה, איז מלאך גבריאל אראפ פון הימל, און ארייגעשטעקט א שטאנג אין ים, און פון דעם האט זיך פארמירט א האלב-אינזל אויף וועלכע די גרויסע שטאט (רוים) איז שפעטער אויפגעבויעט געווארן. ווייטער זאגט די גמרא, אז ווען ירבעם בן נבט האט אוועקגעשטעלט זיינע צוויי גאלדענע קעלבער אין דן און באר שבע איז געבויעט געווארן דעראויף איז א קליינשיגע כאטקע, און פון אט די כאטקע איז שפעטער דער גרויסער מעטראָפּאָליטאַן, איטילה דיון.

איטאליע באשטייט אייגענטליך פון צוויי טיילן אין די פארעם פון א שטיוול. דער דרום טייל איז א האלב אינזל ארום גענומען מיט די וואסערן פונעם מיטללענדישען אקעאן, דאס ווערט ווארשיינליך אנגערופן אין די גמרא, איטילה דיון. דער אויבישטער טייל איז מערסטייל טריקעניש, און דארט געפונט זיך דער הויפט שטאט רוים הארט ביי די ברעגעס פון טייך טיבער. די פארצייטישע לאטיינער האבן איינגענומען דעם האלב-אינזל און פארוואנדלט ביידע טיילן צו איין גרויסע מעכטיגער קעניגרייך מיטן נאמען רוים. די רוימער האבן זיך נישט באגנוגט מיט דעם, נאר זיי האבן אויך געגארט צו באהערשן אלע לענדער ארום דעם מיטללענדישען ים. זיי האבן זיך געהאט זייערע פאליטישע, עקאנאמישע, און מילטערישע אינטערסען דערביי. ס'איז זיי ווירקליך טאקע געלונגן איינצונעמען כמעט אלע לענדער ארום דעם מיטללענדישען ים. די איינוואוינער פון יהודה האט זיך אויף קיין פאל נישט געוואלט לאזן באצווינגן דורך די רוימישע אקופירער, אין רעזולטאט האבן אויסגעבראכן מעכטיגע שלאכטן צווישן די אידן אין די רוימער וועלכע האבן אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן. און די ענדע האבן די רוימער געזיגט און די אידן האבן קאפוטילירט צו די רוימער! און די רוימישע אימפעריע איז פארוואנדלט געווארן צו דער גרעסטער וועלטס אימפעריע פאר די נאכפאלגנדע 250 יאר!

עס לאזט זיך זאגן, אז אינעם אונטערשטען טייל פון איטאליע האבן געוואוינט מערסטייך גריכן. און פון וואנעט האבן געשטאמט די דאזיגע וועלכע האבן געוואוינט אינעם העכערן טייל פון איטאליע? דארט וואו די שטאט רוים געפונט זיך? זיי זענען פילייכט אפשטאמיגע פון פעטער עשיו. זיי האבן ערשט געוואוינט אין לאנד אדום. ווען זיי האבן געהערט די נייעס פונעם ניי אנדעקט לענדל וואס איז באשאפן געווארן פונעם שטאנג וואס מלאך גבריאל האט אריינגעשטעלט אין ים, האבן זיי מאסנווייז ארויסגעוואנדערט מערב און זיך באזעצט טאקע נישט אינעם נייעם לאנד, נאר אביסל ארויפציר ביים טייך טיבער.

אין די אנדערע זייט פונעם טייך כנרת, צופוסנס פון דעם פארשנייטן בארג חרמון, געפונט זיך דער באניאס וואסער-פאל. דער באניאס איז פון די שענסטע ערטער צו באזוכן אין ארץ ישראל. דארט אין באניאס איז אמאל געשטאנען א הערליכער רוימישער שטאט. דער קייסער טיטוס האט אמאל דארט אפגעראכטן א הערליכער געבורטסטאג מאלצייט אין די עהרע פון זיין ברודער דאָמיטיאַנוס. די באניאס איז זייער נאנט צו די שטעט טבריא און ציפורי וואו רבינו הקדוש האט געוואוינט. אנטינינוס האט זיך ווארשיינליך אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט דארט אין די באניאס. און פון דארט האט ער אנגעפירט מיט זיין אונטערערדישער קאָרעספּאָנדענץ מיט רבינו הק.

כ'מיין אז כ'האב אביסל אויסגעקלארט דיינע שוועריקייטן. דארפסט נישט לייקן, אבער לאמיר ביטע וויסן אויב עס איז געווען הילפבאר.

הק. קאך.

זייער, מקורות אויף די געוואלדיגער מאמר וואלט ווען געווען נאך מער הילפבאר.
אבער עס מאכט אסאך סענס וואס די שרייבסט דא.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 342
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 14, 2020 8:50 am

עס איז באוויסט אז מיר געפונען זיך אצינד אין גלות אדום. אפילו אידן וואס וואוינען אונטער די אראבער לעבן אצינד אין גלות אדום. דער גלות ווערט אנגערופן גלות אדום, אפגעזען וואו די אידן וואוינען. גענוי ווי אין די צייטן פון גלות בבל אפילו א איד האט געוואוינט אין צרפת האט ער נאך אלס געלעבט אין גלות בבל. פארוואס? ווייל דער אדום האט אונז פארוואגלט פון אונזער הייליג לאנד, און פארוויסט אונזער הייליגער בית המקדש. דער אדום האט אריינגעזעצט אונזער טעכטער אין שאנד הייזער, און געצווינגן אונזערע זון זיך צו פארמעסטן מיט פארציקנדע חיות מיט די בלויזע הענד. דער אדום האט פון אונז אוועקגענומען צען פון אונזערסטע גרעסטע תורה לייבן אויף א בארבארישער פארנעם. די גאנצע מערב וועלט ווערט אנגערופן אדום און די אראבישע וועלט ווערט אנגערופן ישמאל. מיר קענען זיך קוים דערווארטן ווען ג-ט זעלבט וועט זיך באווייזן אין זיינע רויטע נקמה קליידער, און נקמה נעמען אין די מיליאנען גאלאנען פארגאסן אידיש בלוט וואס די מערב וועלט האט אזוי ברוטאליש פארגאסן. ג-ט וועט פאכענען מיט זיין אויסגעשארפטער שווערד און ריכטן די אלע אדום-רשעים וואס האבן געצאפט אידיש בלוט. אידישע קינדער וועלן ארויפגיין געהאלפענע צום בארג ציון און ריכטן דעם בארג פון עשיו, און ערשט דאן ווען וועט ג-ט זיך דערארבן די קעניגרייך. דער באשעפער וועט זיין דער קעניג אויף דער גאנצער וועלט, און יענעם טאג וועט דער אויבישטער זיין איינציג און זיין נאמען וועט זיין איינציג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך עדיאל » דינסטאג יולי 14, 2020 12:38 pm

אז מ'געוואוינט זיך איין אפלערנען א חזל נישט ליטעראל, ווערט דאס לעבן פיל גרינגער.
א גאנצער שמועס פארהאן ווער דער אנטונינוס איז געוועזן, ווייל בפשטות האט דער קייזער אין רבי'ס צייטן נישט אזוי געהייסן. אמת, ס'שייך צו קוועטשן, אבער מ'דארף קוועטשן, און דאס דארף אונז צו קוועטשן. פארוואס גיבן נישט חזל אן די ריכטיגע נאמען?
שוין פעסגעשטעלט ווער, שטלעט זיך די פרעגע וואו. ווי קומט דער קאץ איבערן וואסער? זיצן זיך חכמים און מאכן עליה פארן קיסר. מ'בויט אים שוין א באנגעלאו בין שני הרים גדולים בין אושא לשפרעם. און דאס זענען אנ"ש וועלכע קענען גוט די מלאכה פון אפשפעטן פון פראפעסארן מיט זייערע סברות כרסיות.
מהיכי תיתי חזל מיינען דעם קיסר ממש? דער ליגאט אדער גאווערנאר פונעם פאלעסטינער פראווינץ פאסט שוין נישט פאר רבי? זאל זיין א במקום קיסר.
רוים איז אדום. גוט, דער מאטיף שטייט כאטש איין מיליאן מאל אין ספרות חזל. און אויב דנ"א ווייזט אנדערש? אויב לינגוויסטיש איז לאטין א משפחה מיטגליד פון אייראפעאישע שפראכן און נישט סעמיטישע? איז א סתירה? איז עס אדער חזל אדער וויסנשאפט.
אפשר מיינען חזל אז רוים איז די ספיריטואלע יורש פון אדום, ושלום על ישראל.
גבריאל עמוד אין ים. טאמער מ'ווייזט אויף אז מענטשן וואוינען שוין אין איטאליע פאר זמן שלמה? דו ווייסט שוין פונקטליך וועלכע חלק איטאליע שטייט אויף א זויל, מסתמא אין די גרעניצן פון די היינטיגע איטאליע. און טאמער פארשער זאגן ס'שטייט בכלל נישט אויפן ים, זענען זיי שקרנים אדער דו ווערסט אן אפיקורס?
איך לערן אפ, חזל באנוצן זיך מיט א ליטעראריש אינסטרומענט. זיי מיינען בכלל נישט די געאגראפישע פאקטן בשטח. ס'נאר צו אנהערן, אז שלמה האט אריינגעשטעלט א פוס באומות, און דאדורך האבן די אומות א שליטה אויף עם ישראל טויזנט יאר שפעטער.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 287 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 14, 2020 12:47 pm

מיין געערטער פריינד, דערכאפ דיר דאס אטעם. סערצעי, נעם א קאווע מיט קיכליך, זעץ דיך אנידער און לאמיר דאס געמיטליך אויסשמיעסן. פאוואליע איין זאך אויף אמאל.

מיט כבוד און שעצונג.
מיסטער קאך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

Re: די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

הודעהדורך טמיר » מיטוואך יולי 15, 2020 12:51 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
כ'מיין אז כ'האב אביסל אויסגעקלארט דיינע שוועריקייטן. דארפסט נישט לייקן, אבער לאמיר ביטע וויסן אויב עס איז געווען הילפבאר.

הק. קאך.


קאך קיפ אן קאמינג! איך אינדזוי מער דיינע זייטיגע הערות ווי די עצם געשרייבאכץ. און ווער רעדט נאך פון די זיסע אויסשפראך. מיניסטער פעלאסי און פרעזידענט אנטינינוס, קיפ איט אפ
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך לבונה זכה » מיטוואך יולי 15, 2020 1:18 am

לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

רוים און אדום

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:30 pm

עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט