די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
מיינונגזאגער

די שטאט רוים, ווי איז דאס ?

שליחה דורך מיינונגזאגער »

וואס הייסט ווי דאס איז, א יעדעס קינד ווייסט קלאר אז רוים איז די הויפט שטאט אין איטאליע.

ווארטס איין מינוט מיט געדולד. איך בין נישט קיין היסטאריקער ידען, גראדע שיטה איז מער מיין שטייגער צו שרייבן, אבער איך האב זיך באגעגענט מיט עפעס זייער אינטערסאנט, עכ״פ פאר מיר, און אלץ דער לאו פון אל תמנע טוב מבעליו האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול, אפשר וועט איינער פון די היסטאריקער קענען ווארפן עטוואס מער ליכט אויף די נושא.

נישט ווייט פון די כנרת טייך אין טבריה שטייען די צוויי באקאנטע בתי מדרשים פון רבי חיים אבולעפיא זי״ע (ביהכ״נ עץ חיים) און די ביהמ״ד פון ר׳ מענדעלע וויטעפסקער זי״ע (וואס היינט פלאטערט א בלויען ווייסן טאוועל ביהמ״ד של חסידי קרלין)

(די ביהכ״נ עץ חיים איז געבויעט געווארן דורך ר׳ חיים אבולעפיא זצ״ל השני {קודם ווער איך געוואר אז עס איז געווען צוויי} אין יאר 1749 למספ׳. דאס ביהכ״נ איז שוין איבער געבויט פון פריעדיגע חרבנות נאך פון די צייטן וואס דער הייליגער האר״י פלעגט דארטן מתפלל זיין, די ביהכ״נ איז שוין אדורך אסאך חרבנות און אויפשטעלעכצער, קודם אין די ערד ציטערניש און די שפעטע. 1800׳טערטער יארן למספ׳, און ווי אויך איז געווען א פארפלייצונג אין יאר 1934 די כנרת איז ארויף געקומען גאר הויעך אין געמאכט א טאטאלער חורבן ביים ברעג ווי דער ביהכ״נ שטייט. אין 1945 למספ׳ האבן זיך אן עדה פון עדת מזרח צוזאם גענומען און עס איבער געבויעט לשם ולתפארת לפי יענע יארן די בויען האט גענומען בערך 5 יאר ביז 1950 למספ׳)

(ר׳ מענדעלע האט געבויעט די שוהל אין יאר 1777 למספ׳. די ערד ציטערניש וואס האט ארום גענומען די גלול העליון בערך 100 יאר שפעטער האט געמאכט א חורבן פון דעם שוהל בערך אין 1880. אין יאר בערך 1900 האט די בית אהרן פון קאלרין איבער געבויט די שוהל, עס איז געבליבן די קארלינער שוהל אין טבריה עד היום על שפת הים)

ציווישען די צוויי בתי כנסיות איז דא א גאר מיסטריעזער אפענער הייל וואס די ארכילאגן האבן געפונען וואס קיינער האט זיך נישט דערוואגט אריין צו גיין צו טיף משום מעשה שיהיה ווען מען האט פרובירט אריין גיין ווען די הייל איז געפונען געווארן די ערשטע מאל אין יארע 1960׳ער (איך ווייס נישט די פינקטליכער יאר און דורך וועם, אבער א מערקווירדיגער מעשה ווערט פארציילט {אדער יא אדער ניין} אז ווען מען האט זיך אנגעהויבן ארינטער לאזן אינעם הייל אריין האט מען זיך באגעגענט מיט גאר ווילדע גיפטיגע שקצים ורמשים, שלענג און עקדיסען אז עס איז נישט געווען מעגליך ווייטער צו גיין חוקר זיין וואס דארט גייט פאר, צו ווי די הייל צוהט זיך)

אבער אז מען טראכט אריין עטוואס דערמאנט זיך די גמ׳ אין מס׳ ע״ז דף י ע״ב ווי די גמ׳ פארציילט וועגן די גהיימע באזוכען וואס פלעגן פארקומען ביי רבי אינדערהיים א יעדן טאג באזונדער, דורך נישט מער און נישט ווייניגער די גרעסטע קעניג פון די וועלט בימים ההם, דער קעניג פון די ווייטער רוים וואס איז אין איטאליע און האט געוועלטיגט כמעט אויף די גאנצער ערד קוגעל, אנטונינוס קייזער.

נאך מער פארציילט די גמ׳ דארט, אנטונינוס קייזער האט א יעדן טאג געהארגעט די באגלייטער וואס האבן עם באגלייט די וועג א דורך די הייל כדי די סוד זאל נישט אנפלעקט ווערן פארן פאלק אז דער גרויסער מעכטיגער קייסער גייט א יעדן טאג לערנען ביי עפעס אן אידעל חכמה ותבונה, און ווי אויך זיך שואל עצה זיין אין די פאליטישער ארענע פון זיין מלוכה צו וויסן הדרך אשר ילכו בו.
ווי אויך איז רבי אנגעזאגט געווארן דורכן קייזער זעלבסט, אז אין די צייט וואס ער קומט אן צו רבי אין שטוב זאל קיין שום גבאי, אדער הויז בחור זעך נישט געפונען אין געגנטווארט, ווייל טאמער יא וועט ער אים מיזן פארקעצערן מיט א קאפ כדי די סוד זאל ח״ו נישט אנטרינען ווערן.

שטעלט זיך יעצט א מורעדיגער פראגע.
איטאליע וואס איר הויפט שטאט איז רוים, וואס דארט האט די קייזער פון רוים געוואוינט און געפירט איר מלוכה איז דאך אויף די אראפעיאישער קאנטינענט, און א״י וואס געפונט זיך אויף די אזיעשער קאנטינענט, ווי אזוי איז די הייל געבויעט געווארן. נניח אז נישט געפערליך די הייל איז גבויעט געווארן אונטער די ים הגדול (די ריזיגע קעניגן האבן געקענט אזאנס באווייזן) און זיך געצויגען ביז טבריה, רעדט מען דאך פון אפאר טויזענט מייל וואס מיט א פליגער נעמט צו פליען אן ערך פון 4-5 שע, גיין צו פיס מאן דכר שמי, און נאך דערצונטאג טעגליך ,היעלה על הדעת ?

נאך די קשאי, מיז געענטפערט ווערן מיט א נייער שטיקל היסטאריע וואס איז נישט אזוי באקאנט און עס אנטוויקעלט זיך דא, מיר וועלן פרובירן מיט אלע כוחות צוזאם צו נעמען אלע מקורות כדי צו שטעלן א קלארן בילד.

אזוי ווייט איז עס נישט באקאנט אז די היינטיגער אינטערנעט איז אויף דעם נאך נישט ארויף געקומען, די מקורות דארפן ווערן געזוכט און צוזאם געשטעלט.
מיר וועלן אנהייבן שטעלן דעם בילד און די מקורות וועלן צוגעברענגט ווערן עלאנג די וועי (along the way)

אינעם ספר שושנת העמקים א פירוש אויף שיר השירים פונעם אלשיך הקדוש רבינו משה אלשיך זי״ע שרייבט ער אזוי (איבער געטיישט אויף אידיש)
״מיט מיינע אויגן האב איך געזעהן, אז נאנט צו די שטאט ציפורי געפונט זיך א שטאט רומי וועלעכער עקזעסטירט נאך ביזן היינטיגער טאג, און אין די שטאט איז געווען דער וואוינונג פונעם קעניג אנטונינוס, וועלעכער האט גערופן די נאמען פון דעם שטאט אויפן נאמען פון זיין קעניגרייך... פון דארט פלעגט דער קעניג אנטונינוס גיין אין דער הייל ביז די דערנעבענדיגער שטאט צפורי וואו ער האט געלערנט תורה מיט רבי.״
לפי האלשיך הק׳ זי״ע ווערט אנלעקט גאר א נייער שטאט אין ארץ ישראל מיטן נאמען רומי וואס איז א נאמען געגעבן געווארן נאך דער הויפט שטאט פון איטאליע, און גאר דער רוימישער קייזער האט געוואוינט אין ארץ ישראל נישט אין די הויפט שטאט פון זיין קעניגרייך.
דער הייל בעצם איז נישט אזא לאנגער הייל וואס ציט זיך אונטערן ים הגדול פון איין קאנטינענט צום צווייטן, נאר פון איין שטאט צום צוווייטן.
(בדרך אגב עס איז דא א ציטירט בילד מיט א מאפע פון די אריינגאנג פונעם הייל אין טבריה ביי די ים ברעגעס נעבן די שוהל עץ חיים {מיר וועלן אי״ה פרובירן לייגן א האנט דעראויף און צוצייגען פאר די אינטערסירער פון די אויפטרעף})

דער זעלבער אויבן דערמאנטער חידוש פונעם אלשיך הקדוש זי״ע ווערט אויך געברענגט אין נאך א פלאץ ספר אגדת אליהו (מעשר שני פ״ה) געשריבן און פארפאסט דורך רבינו אליהו הכהן פון איזמיר זצ״ל באקנאט מיט זיין מראודיגער ספר שבט מוסר און ער שרייבט ווי פאלגענד איבער געזעצט אויף אידיש

״ איך האב געהערט פון איינעם וואס איז באקאנט אין אלע שטעלעך און דערפלעך אין א״י אז עס איז דא א דערפל אין א״י נישט ווייט פון ציפורי וואס ווערט גערופן רומי, און אזוי קען מען אפשר פארשטיין ווי אזוי דער קייזער אנטונינוס איז געקומען א יעדן טאג צו רבי״

און ווי אויך איז דא א דריטער עדות אז עס געפונט זיך א שטאט רומי אין א״י, און וועגן א הייל וואס צוהט זיך פון דארט קיין ציפורי. איז פון א מקובל מיטן נאמען ר׳ אברהם בן אליעזר הלוי וועלעכער איז פון די גולה שפאניע וואס איז פון דארט ארויף קיין א״י שרייבט ער אין זיין חיבור מאמר משרא קטרין אז אין גליל העליון געפונט זיך א שטאט וואס הייסט רומי וואס איז נאנט צו די שטאט ציפורי. אן אויסגעטראטענער הייל איז דא ציווישען די צוויי שטעט וואס מען קען גיין אהין און צירוק.

און דארט לייגט ר׳ אברהם צו ווי פאלגענד ״אז דאס וואס מענטשען צייגן אן א דירה אין רוים אטאליע אז רבי האט דארט געוואוינט איז שקר, ווייל די מענטשען ווייסן נישט אז אסאך פון די רומישער קעניגן זענען געבליבן וואוינען אין א״י, מורא האבענדיג אז די אידן וועלן זיך הייבן די קעפ און מורד זיין אין זייער מלוכות, ממילא זענען די רוימישער קעניגן געבליבן וואוינען אין די שטאט רומי וואס געפונט זיך אין א״י אז און פאל אן אויפשטאנד מאכט זיך פון די אידן זאלן עס זיי קענען גלייך אינטערדריקן פון דער נאנט.

בנימין בן יעקב ווי ליגט ער באערדיגט?

עס איז וואויל באקאנט, דער רמב״ן האט געהאט א תלמוד וואס איז ארום געפארן איבער גאנץ א״י און זיך פארצייכענט פארשידענע אנצייכענינגען וואס איז נאך פארבליבן ביזן היינטיגער טאג וואס ווערט גענוצט פאר מקורות פון מסעות א״י.

אין איינע פון זיינע כתבים טרעפט זיך אזא קטע [איבער געזעצט אין אידיש] ״פון ציפורי זענען מיר געגאנגען קיין רוים, און פון דארט פלעגט דער קעניג אנטונינוס גיין צו רבי וועלעכער איז געווען אויפגעהאלטן אין די שטרט ציפורי״. און אויך ליגט אין די שטאט רוים, לייגט דער תלמיד פונעם רמב״ן צו נאך א באמבע חידוש די זוהן פון יעקב אבינו בנימין הצדיק אין א שטיינענער ארון וואס איז באדעקט מיט מארמאר שטיין.
די אינפארמאציע אז בנימין בן יעקב אבינו ליגט אין רומי ווערט אויך געברעגנט שפעטער מיט נאך חידושים אין ספר הדורות, ווי עס ווערט דארט באריכטעט אסאך מקומות הקדושים פון ארץ ישראל, שרייבט ער ווי פאלגענד.

די קבר פון אביה בן ירבעם (פון די מלכי ישראל) און נעבן די מערה (וואס הייסט פייזרין) ליגט בינימין בן יעקב אבינו און אין די מערה געפונען זיך אויך די תנאים עקביא בן מהלאל און רבן שמעון בן גמליאל דער טאטע פון רבי.

אכן נודע הדבר, אז עס איז דא א שטאט רומי אין א״י וואס איז נאנט צו ציפורי.
וואס האט דאס מיט טבריה איז איין שאלה. און די צווייטע שאלה איז, מאן יאמר אז רבי האט געוואוינט אין צפורי אדער אין די שטאט טבריה בכלל.
פאר די צוויי שאלות דארף מען נישט זיין קיין גרויסער מר ורב אשי, עס זענען פשוטע גמרות איינס נאכן צווייטן. והנה

מס׳ ר״ה דף לא ע״ב זאגט דארט די גמ׳ אז די סנהדרין זענען געגאנגען אין גלות אריין 10 מאל און די לעצטע 3 שטעט וווי זיי זענען געווען איז געווען בית שערים, ציפורי, און דאן טבריה. איז רש״י הק׳ מסביר דארט אויפן פלאץ אז די סנהדרין זענען אלץ געגאנגען צום וואוינארט פונעם נשיא הדור פון וואו עס האט זיך געפירט די סנהדרין. און די לעצטע דריי שטעט ווי די סנהדרין זענען געווען איז געווען אין די תקיפה פון רבינו הקדוש׳ס נשיאות.
ווי אוייך ווערט עס דערמאנט אין די גמ׳ מס׳ סנהדרין דף לב׳ ע״ב. מס׳ כתובות דף קג׳ ע״ב. מס׳ מגילה דף ה ע״ב.

תוס׳ ריד האט א צווייטער מהלך מיר וועלן אי״ה ממשיך זיין.

וועגן די הייל אויפטרעפונג וועל איך אויפדערווייל נאר צו צייכענען מראה מקומות מיר וועלן אי״ה פרובירן מרחיב צו צו זיין די נושא עווענטועל.

די ערשטע מאל וואס דער הייל אין טבריה ווערט דערמאנט איז אין ספר חבת ירושלים. דער כותב האט געהייסן הרב ר׳ חיים הלוי הורוויץ ז״ל וואז איז געווען דערהכותב ביי ר׳ מרדכי מקרעמניץ זי״ע

דאס צווייטער מאל ווי דער הייל ווערט דערמאנט איז אין ספר טובת מראה פון רבי רפאל אוחנא ז״ל

לפי שיטות התוס׳ ריד איז דער עפענונג פון דער הייל צו דער הויז פון אנטינוס לפי שיטת רש״י הק און תוס׳ איז די עפענונג אין די הוז פון רבינו הקדוש. נא וואס איז דער ריכטיגער ענטפער ?

פאזעצומג קומט אי״ה...../
א גוטער נאכט




Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר