סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי

שליחה דורך דוראק »

געווען אַ מאָל אַ רוסישער גוי מיטן נאָמען סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי. אַ קלוגער גוי איז ער געוועזן, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז אַלע פאַרבן און שאַטירונגען וואָס די מענטשליכע אויג קאָן באַנעמען זײנען צוזאַמענגעשטעלט פון דרײ גרונטקאָלירן, הייסט עס, אַז אויב ער וועט מאַכן דרײ נאָכאַנאַנדיקע פאָטאָגראַפיעס פון איין בילד, נאָר אַרויפשטעלן אויפן פאָטאָ־אַפּאַראַט באַ יעדערן פון זיי אַן אַנדער פילטער וואָס וועט אַרויספילטערן איינעם פון די גרונטקאָלירן, וועט זיך דערפון – דורכן צונויפגאָס פון די דרײ פאָטאָגראַפיעס – באַקומען אַ קאָלירטער בילד.

אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו', אָבער דאָ איז אַ בײשפּיל פון די נעגאַטיוון):
בילד

אומר ועושה, ער איז אַרומגעפאָרן די גאַנצע רוסישע אימפּעריע, און פאָטאָגראַפירט פאַרשיידענע בילדער וואָס ער האָט אָנגעטראָפן. ער איז געוועזן פון די ערשטע זיך צו פּאָרען מיט קאָלירטע פאָטאָגראַפיעס. צום באַדויערן, בסיבת דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ווייס מען ניט וואו רוב די בילדער זײנען אַהינגעקומען. אָבער אַ היפּש ביסל איז אונז פאָרט געבליבן, און דאָ וועל איך אַרויפשטעלן די בילדער וואָס איך האָב געטראָפן פון אידן.

אַ בוכאַרישער מלמד אין סאַמאַרקאַנד לערנט מיט קינדער (באַמערקט די פיאות באַם אינגל אויף לינקס) לערך 1905-1915.
בילד

פנחס קאַרלינסקי, 84 יאָר אַלט, 66 יאָר אין דינסט, אויפזעער פון טשערניגאָווער וואַסער־אויסגאָס:
בילד

(ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער).

אַ זעלבסט פּאָרטרעט פון פּראָקודין־גאָרסקי'ן:
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דוראק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר