ינוקא ינוקא לגזירה שוה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

ינוקא ינוקא לגזירה שוה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי איך האב געזעהן אז מ'מאכט דא גזירה שוות ינוקא ינוקא און מ'פארט פון איינס צום צווייטן ביז מ'איז פארפארן ביז'ן צווייטן ינוקא פון סטאלין וועל איך פרובירן געבן אביסל היסטארישע קאנטעקסט מ'זאל כאפן וואס איז דארט פארגעגאנגען. ווי מיין שטייגער וועל איך מאכן א טשולענט פון אלע ווערסיעס וואס איך האב מיך צאמגעהערט און צאמגעליינט צאמגעשמאלצן מיט מיין אייגענע פרשנות, איך שרייב דייקא נישט קיין דבר השלם, און אדרבה, ווער ס'קען מיך פארבעסערן מיט די פאקטן זאל זיך ביטע אנרופן.

רבי אשר פון סטאלין דער צווייטער איז אוועק אין א מגיפה ביי די 46 יאר אלט נאכ'ן זיין אינגאנצן איין יאר רבי איבערלאזענדיג איין פיר יעריג זוהן, צוליב די גרויסע זאכן וואס זיין זיידע דער בית אהרן (דער צווייטער רבי אהרן פון קארלין) האט געזאגט אויף איהם האבן די זקני החסידים געטוהן די געוואגטע שריט און איהם ממנה געווען אלץ רבי, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באשלוס איז געווען א פארדריסליכע טעות. אין די ערשטע יארן האט דער ינוקא טאקע זיך אויפגעפירט ווי ס'באדארף צו זיין, ער איז ארומגעלאפן מיט די קינדער אין הויף און די חסידים זענען געזעצן אין שול און זיך צוזאמען מחזק געווען אין זיך געווייקט אין תורה און חסידות. די פראבלעמען האבן זיך אבער אנגעפאנגען ווען דער ינוקא איז עלטער געווארן און באקומען אן אייגענע דעת, וויבאלד קיינער האט איהם דאך נישט געקענט איינטיילן וואס צו טוהן איז ער צוביסלעך מאדערנעזירט געווארן, געטוישט די לבוש, ארומגעפארן אייראפע לאורכה ולרוחבה, זיך געדרייט אין אלע גוטע פלעצער. נישט אז ער האט חס ושלום געטון עבירות, אן ערליכע איד איז ער דאך געוועזן, אבער זעהט אויס אז אזויווי אסאך קינדער וואס זענען געצווינגען געווארן זיך צו מעטשורן צו שנעל איז ער קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די קינדערישקייטן, ער האט פשוט ליעב געהאט פאן, ארומפארן און אויסטשעקן אינטערעסאנטע פלעצער, באזוכט כל מיני רביס, א.א.וו. פארשטייט זיך אז די חסידים האט עס זייער נישט געשמעקט, אבער ווילאנג דער רבי האט זיי נישט געשטערט האבן זיי איהם נישט געשטערט. דער רבי האט געטון זיינע מינימאלע פליכטן, געפירט טיש ווען ער איז געווען אין סטאלין, און געלאזט די חסידים זיך ווייטער פירן אויפ'ן אלטן שטייגער. פאר די קינדער האט מען געזאגט אז דער רבי איז העכער אונזערע השגות און איז מתקן תיקונים און מ'האט זיך ווייטער מחזק געווען מיט תורה און חסידות. דער רבי האט נישט געשטערט די חסידים, די חסידים האבן נישט געשטערט דעם רבי'ן, דער רבי האט געדינט דעם אויבערשטן אויף זיין שטייגער, געדאווענט שנעל און שטיל, די חסידים האבן געדינט דעם אויבערשטן אויף זייער שטייגער מיט קולות וברקים נוסח סטאלין, און די קאמפאני איז ווייטער געפארן על מי מנוחות.

ויהי אחרי מות ישראל, דער רבי איז אוועק אום ראש השנה תרפ"ב אין באד-נויהיים זייענדיג דארט פאר רפואה צוועקן, מ'האט איהם באגראבן אינעם דערנעבנדיגן פראנקפורט, און לכבוד דעם איז ער פארבליבן מיט'ן נאמען "דער פראנקפורטער" און פינעף פון זיינע זעקס זוהן האבן אנגעפאנגען פירן רביסטיווע.

דער פערטער זוהן רבי משה האט איבערגענומען זיין טאט'נס פלאץ אין סטאלין, אבער אזויווי ער האט נישט צופיל געהאלטן דערביי איז א גרויסער עולם חסידים געגאנגען צום פופטן זוהן ר' אברהם אלימלך וואס האט אלץ כבוד פון זיין עלטערער ברודער זיך אריבערגעצויגן צום דערנעבנדיגן שטעטל קארלין. דער צווייטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין ווארשע, דער דריטער זוהן האט געפירט רביסטיווע אין דעטרויט, מישיגען, און דער זעקסטער זוהן ר' יוחנ'טשע האט געפירט רבי'סטיווע אין שטעטל לויצק, אין אנפאנג איז ער געפאלן אין שאטן פון זיינע עלטערע ברידער רבי משה און רבי אברהם אלימלך, אבער ווי מיר וועלן באלד זעהן האט ער למעשה באוויזן איבערצונעמען די גאנצע זאך.

צו דער זעלבער צייט זענען אין אין ארץ ישראל און אמעריקע אויך געווען קיבוצים פון סטאלינע חסידים, אין וויליאמסבורג האט נאר רבי משה געהאט א שול, אין תל אביב זענען אבער געווען דריי סטאלינע שולן, איינס פון רבי מיילעך'ס חסידים, איינס פון רבי משה'ס חסידים (וואס ער האט געהאט די שטערקסטע באזע אין תל אביב), און איינס פון רבי יוחנן'ס חסידים. אזויווי מיר האבן אבער שוין פריער ערווענט האט רבי מיילעך געהאט די שטערקסטע באזע חסידים, נישט נאר אין רוסלאנד נאר אין ארץ ישראל אויך, בעיקר אין ירושלים, פיר מאל האט רבי מיילעך אפגעשטאט לענגערע באזוכן אין ארץ ישראל און געפראוועט פאר'ן עולם, אויך האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה בית אהרן אין ירושלים, און דא פאנגט זיך אן די פאן/שטינק/פאליטיק.

די ירושלימ'ע חסידים זענען טאקע געווען פייערדיגע חסידים פונעם רבי'ן רבי מיילעך, אנדערש אבער ווי די חסידים אין רוסלאנד וואס האבן זיך שוין צוגעוואוינט צום רבינ'ס מאדערנקייט האבן די טשאלמערס נישט געקענט שלום מאכן מיט'ן מצב, זיי האבן זיך אויסגענומען א תנאי כפול ומכופל אז דער רבי קען קומען פראווען ביי זיי נאר אן דעם רעביצין מיט איר מאדערנע קליידונג, ווען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די חשובי אנ"ש, האט זיך דערוואוסט דערפון איז ער געווען זייער בייז, טשאלמערישקייט האט אויך א שיעור, ס'איז שוין אבער געווען צו שפעט עפעס צו טוהן דערוועגן. איין טאג ווען דער רבי איז געגאנגען אין מקוה האבן אפאר צוהיצטע אינגעלייט אויפגעטוישט דעם רבינ'ס מאדערנע קליידונג אויף די ירושלימע לבוש, נישט האבנדיג קיין ברירה האט דער רבי עס אנגעטון, שפעטער האט מען איהם אויך ארייגעשטופט א זילבערנעם שטעקן אין די הענט. דער רבי זייענדיג א וואוילער און אן אפילו דער רעבעצין צו דער האנט האט עס געדארפט עסן, און די טשאלמערס זענען געווען פרייליך ביז'ן הימל.

צום ענדע איז רבי מיילעך דער קארלינער געהארגעט געווארן ביים קריג, רבי משה דער סטאלינער און רבי אהרן זענען אויך אומגעקומען ביים קריג, רבי יעקב חיים דער דעטרויטער איז סתם אזוי אוועק אין יאר תש"ה און מיטאמאל האט דער יונגסטער זוהן רבי יוחנ'טשע דער לויצקער זיך דערזעהן אלס דער איינציגסטער ממשיך. אין יאר תש"ו איז רבי יוחנ'טשע ארויף אויף ארץ ישראל מיט א מיסיע צו פאראייניגן אלע זיינע ברידער'ס חסידים אונטער זיין פירערשאפט. ער האט צאמגעשטעלט רבי מיילעך'ס ישיבה "בית אהרן" מיט רבי משה'ס ישיבה "פאר ישראל" ויקרא שמו "בית אהרן וישראל", ער האט צאמגעשטעלט די דריי חבורות אין תל אביב צו דאווענען אין איין שול, ער האט פאראייניגט די חסידים פון רבי משה סטאלינער מיט רבי מיילעך קארלינער'ס חסידים, און געמאכט א ריברענדינג און עס א נאמען געגעבן "סטאלין-קארלין". אנדערש ווי רבי מיילעך איז רבי יוחנ'טשע געווען א גרויסע אנדרייער און א שטארקע עקשן, ער האט זיך נישט געבויגן צו קיינעם אין דער וועלט, אפילו די טשאלמערס. ווען רבי מיילעך'ס חסידים זענען געקומען צו איהם מיט די ירושלימע קליידער זיך בעטנדיג ביי איהם אויסצוטוהן די מאדערנע קליידער האט ער געשטעלט א שטארקען ווידערשטאנד זאגנדיג: "א רבי מאכט חסידים, חסידים מאכן נישט א רבי, אז עטץ ווילטס מאכן א רבי גייטס ענק זוכן א צווייטן", דער רבי איז געבליבן מיט זיין מאדערנעם היטל, און די חסידים זענען אוועק בפחי נפש. צו דער זעלבער צייט האט דער רבי זיך אריינגעווארפן צו "מאכן חסידים" וואס וועלן איהם נישט איינטיילן וואס צו טוהן, ער האט אפגעטיילט די בחורים און בעיקר געארבעט אויף זיי, ער האט געמאכט אן עקסטערן שול פאר זיי, געהאלטן שמועסן פאר זיי, און געשטעלט אפאר געשוואוירענע חסידים אלס ראשי חבורה. בו בזמן וואס די חסידים האבן געקריצט מיט די ציין האט דער רבי פארארבעט מעשים אויף זייערע קינדער, מגדיים נעשו תיישים, און צוביסלעך איז אויפגעוואקסן א סטאדע פון פארברענטע חסידים. זעענדיג אין רבי יוחנ'טשע דער לעצטער ממשיך איז דער עלטערער דור ווייטער געקומען זיך פראווען בלית ברירה, אבער זיי האבן זיך קיינמאל נישט פולשטענדיג אונטערטעניגט אונטער'ן נייעם רבי'ן, אזוי איז די חסידות געווארן שארף צוטיילט צווישן דער עלטערער דור און דער אינגערער דור, דער פאראייניגונג פון קארלין מיט סטאלין האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל, און מ'שמעקט שוין א מחלוקת אין די לופטן.

נאך צוויי יאר, זעענדיג אז ער האט שוין די אינגערע דור אין די הענט איז דער רבי אריבער קיין אמעריקע אויפבויען א באזע דארט אויך, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער גלייך איבערגענומען די חסידים פון זיין ברודער רבי משה סטאלינער, דארט האט ער נישט געהאט קיין דאגות פון די פאר'עקשנ'טע טשאלמערס, ס'נישט דורך קיין לאנגע צייט און ער האט שוין אין אמעריקע אויך געהאט א שטארקע באזע געשוואוירענע חסידים.

שנעלער פארלויף ביז'ן יאר תשט"ז, אינעם הייליגן יום טוב פון כ"א כסלו האט דער רבי אויסגעהויכט זיין נשמה און די קארלינע חסידים זענען פארבליבן אן א רבי און די סטאלינע חסידים אן א מנהיג. זיבן יאר האבן די חסידים געשטופט אן קיין רבי ביז די זקני החסידים האבן איינגעזעהן אז ס'נישט קיין תכלית און אויפגענומען רבי משה מרדכי לעלובער, פון די זקני החסידים, אלס רבי. דער אינגערער עולם, די געשוואוירענע חסידים, האבן אבער נישט געוואלט הערן דערפון, א חסיד פון רבי מיילעך זאל ווערן זייער רבי? היו לא תהיה! זיי האבן זיך איבערגעקלערט און איבערגעקלערט פאר נאך א יאר צייט ביז איין טאג איז געפאלן די החלטה, "אונז האבן אויך א רבי!", ווער איז ענקער רבי? וואס הייסט ווער? דער רבי'ס 9 יעריג אייניקל ברוכ'ל שוחט! דער עולם האט געלאכט פון זיי אין די גאסן, א 9 יעריג קינד נעמט מען פאר א רבי? ענק ווילן יעצט איבערטוהן די פאטאלע טעות וואס ענקערע עלטער זיידעס האבן געהאט מיט'ן פראנקפורטער? ענק האבן נישט גענוג זיך צאמגעליטן און בושות געהאט פון איין ינוקא, נעמט עטס נאכאיינס? אבער די פארברענטע חסידים האבן זיך געהאלטן ביי זייערס, "אונז זאלן אויפנעמען א רבי פון אונזער אייגענער דעת?! א רבי מאכט חסידים, נישט חסידים מאכן א רבי! ברוכ'ל איז א געבוירענע רבי, אן אייניקל פונעם רעבעסעסעליינע, א קדוש מרחם, לאורו ניסע ונלך!"

ווען דער דייטשער קייסער ווילהעלם איז געווען באזוכן אין ירושלים איז ער דורכגעגאנגען די קארלינע שול, פונקט האט מען געהאלטן אינמיטן דאווענען מיט קולות וברקים נוסח קארלין. הערנדיג די קולות רופט זיך דער קייסער אן: "די אידן זענען א קלוג פאלק, זיי האבן גענומען אלע משוגעים און געמאכט פאר זיי אן עקסטערן שול." איי וואס פארשטייט דען אגוי. און דו מיינסט אז די קארלינע חסידים האבן זיך דערשראקן דערפון? וואס ווען וואו, זיי האבן עס גאר אנגענומען אלץ א קאמפלימענט! א חסיד דארף זיין פריש געזונט משוגע, אנדערש גייט עס נישט. זיי לאכן זיך אויס פון די שפעטערס, זאלן זיי אלע לאכן און אונז וועלן זיך טוהן אונזערס.

און אזוי איז טאקע געווען, רבי מיילעך'ס חסידים זענען פארבליבן ביי רבי משה מרדכי און דארט פארפירט ביז רבי שימעלע האט זיי שפעטער ארויסגעטראסקעט און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך אונטערן ברענד "פינסק-קארלין", און רבי יוחנ'טשע'ס חסידים האבן אויפגענומען זיין ניין יעריג אייניקל ברוכ'ל שוחט אלס רבי האפנדיג אז די שטות זאל געלונגען. ברוכ'ל איז געפלויגן קיין ארץ ישראל אין באגלייטונג פון זיינע עלטערן, ער האט געפירט טיש פאר די זיידנ'ס חסידים, וקריית סטאלין צהלה ושמחה.

ברוכ'ל האט פארברענגט אפאר וואכן אין ארץ ישראל, די יונגע חסידים האבן גע'יובל'ט פאר פרייד, אבער ווי יעדע גרויסע געשעעניש איז דאס אויך געקומען צו אן ענדע, די שטויב האט זיך געזעצט, די געמיטער האבן זיך אויסגעניכטערט אביסל, די דשאוק איז אווער, ברוכ'ל פארט צוריק גיין אמעריקע, און סטאלין האט יעצט א נייע פראיעקט, נעמליך, צוצוגרייטן ברוכ'ל פאר די רעביסטיווע. א שטאב פון אויסגערופענע מחנכים פליען אפ קיין אמעריקע מחנך צו זיין און צוצוגרייטן דעם פרישן ינוקא פאר זיינע צוקונפטיגע פליכטן, זיי פרעדיגן אריין אין איהם תורה און יראת שמים און ער נעמט אלעס אריין, ער מאכט טאקע אסאך טראבל און שפילט ארום מיט זיינע מחנכים, אבער ער וואקסט אויס א לייטיש בחור. פעסט פארווארד אפאר יאר, דער ינוקא האט חתונה מיט זיין קאזין, בת דודו מיט ביידע פשטים, ער ווערט געקרוינט אלס רבי פון קארלין-סטאלין, ס'גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט און דער עולם זעהט איין אז דאס עפעלע פאלט טאקע נישט ווייט פון בוים, בנוסף צו זיין התמדה און יראת שמים האט ער אויך די מעלות סיי פון זיין זיידע און סיי פון זיין עלטער זיידע, אן עקשן איז ער ווי זיין זיידע, און א פאן-ליבהאבער איז ער ווי זיין עלטער זיידע, און איבער אלעם חלומ'ט ער פונעם טאג וואס ער וועט קענען די טשאלמערס וואס האבן געפייניגט זיין עלטער פעטער לערנען טאנצן. ער האט חתונה, גט זיך, האט חתונה נאכאמאל, פארט ארום דער וועלט, באזוכט מוזעאומס, זיין פאספארט ווערט פולער און פולער אזש מ'דארף האלטן אין איין צולייגן פאפירן, און ער הייבט אן לערנען די חסידים וואס מיינט "א רבי מאכט חסידים".

איין שיינעם טאג קומט דער רבי שליט"א אריין אין שול און שטאפט זיך צו דאס נאז, "דער עולם נעמט נישט קיין שאווערס דא?" - פרעגט ער מיט וואונדער, ברו"ך אומר ועושה, ער שטעלט אפאר גבאים זיכער מאכן אז דער עולם נעמט שאווערס און זייפט זיך ווי ס'דארף צו זיין. א צווייטער טאג קומט ער אריין אין שול און שטאפט זיך צו דאס נאז נאכאמאל, וואס איז יעצט? "דער עולם רייכערט דא?! ס'דאך נישט געזונט, ס'קאסט סתם אפ אידיש געלט, ס'מאכט א שלעכטן ריח, ?!what the hell is that", ברוך גוזר ומקיים, ער גיבט ארויס א נייע גזירה אז קיינער זאל זיך נישט וואגן מער אנצורירן קיין ציגארעטל, ס'איז פשוט א שאד אויף אידיש געזונט און געלד. די טשאלמערס זענען אין א גרויס פארלעגנהייט, נעמען שאווערס און נישט רייכערן?! מיט וואס וועלן זיי יעצט אנדערש זיין פון נארמאלע מענטשן?! אבער אז דער רבי הייסט פרעגט מען נישט קיין קשיות, ברוך משלם שכר טוב ליראיו, ומכלל הן אתה שומע פסק מפה קדשו. די עלטערע חסידים קריצן מיט די ציין אבער קענען גארנישט טוהן דערוועגן, די מכה בפטיש איז געווען ווען דער רבי האט זיך צוקריגט מיט די עדה החרדית. פארצייטנס פלעגט די עדה החרדית זיין דער שירעם ארגאניזאציע וואס פאראייניגט אלע פרומע אידן אין ירושלים, מיט די יארן זענען זיי אבער געווארן מער און מער עקסטערעם, און צוביסלעך צוביסלעך זענען זיי געווארן אויסגעשפילט, אגודת ישראל האט זיך שוין אפגעטיילט פון זיי, בעלזא האט עס שוין געטוהן, און יעצט איז אויך געקומען די רייע פאר סטאלין צו טוהן דעם קלוגן שריט און זיך אפטיילן פון די עקסטרעמיסטן. דאס האבן אבער די עלטערע חסידים נישט געקענט פארשווייגן, א קבוצה חסידים אין שפיץ פון רבי יאסל ציינווירטה האבן זיך אויפגעהויבן און געמאכט שבת פאר זיך אונטער'ן ברענד "קהל חסידי ירושלים", און אזוי איז סטאלין פטור געווארן פון נאך א קבוצה אנדרייערס. אנדרייען מעג נאר דער רבי, ווער ס'וויל אנדרייען זאל זיך זוכן א צווייטן פלאץ. ווי נישט וואו זענען דאך איבערגעבליבן אפאר אנדרייערס וואס האבן זיך געהאלטן געטריי צום רבי'ן, כאטש אויף אזוי ווייט אז זיי האבן נישט געקענט אפלאזן, איז דער רבי אויפגעקומען מיט אן עצה אויף דעם אויך. אין יאר תשנ"ו האט ער געקרוינט אלץ לויצקער רבי זיין ברודער רבי יוחנן וואס איז באקאנט אלס א פועל ישועות, צוזאמען מיט'ן הכתרה האט ער איהם געשיקט א קבוצה פון הונדערט חסידים, צווישן זיי האט ער אריינגעשמוגלט די פאר אנדרייערס, און אזוי איז סטאלין דורך איר דריטע קליענאפ, and they lived happily ever after.
בייגעלייגטע פיילס
מחלוקת סטולין-קרלין.pdf
(84.94 KiB) אראפגעלאדנט 231 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר