מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה

הודעהדורך אבטולמוס » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:33 am

ווי באקאנט האלטן ארכעאלאגן אין איין טרעפן מקוואות וואס אידן האבן גענוצט אין ארץ ישראל אין זמן פון בית שני. לעצטנס איז געווען באריכטעט וועגן נאך אזא מקוה אינעם גליל.

שטייענדיג פאר סוכות איז דאס אן אינטערעסאנטע טעמע, וויבאלד רוב מקוואות זענען געפונען געווארן אין ירושלים, וואו הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך גע'טובל'ט ווען זיי זענען געקומען צום בית המקדש עולה רגל זיין.

ווי באקאנט איז דער שיעור מקוה אמה על אמה ברום שלש אמות, און דאס איז מ' סאה, וואס איז 5,760 ביצים. די ראשונים (כמדומה התשב"ץ) האבן זיך שוין געמוטשעט אז דער שיעור שטימט נישט מיט די ביצים בימיהם, און כידוע האט דער נודע ביהודה מחדש געווען (בספרו צל"ח) אז נתקטנו הביצים.

מיין שאלה: איז איינער באקאנט מיט די שיעורים פון די ארכעאלאגישע מקוואות, און וואס זאגן זיי אויף די אמת'ע שיעורים פון אמה און ביצה?
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10394 מאל

Re: מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:57 am

דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1958
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2827 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:37 am

אבטולמוס האט געשריבן:ווי באקאנט האלטן ארכעאלאגן אין איין טרעפן מקוואות וואס אידן האבן גענוצט אין ארץ ישראל אין זמן פון בית שני. לעצטנס איז געווען באריכטעט וועגן נאך אזא מקוה אינעם גליל.

שטייענדיג פאר סוכות איז דאס אן אינטערעסאנטע טעמע, וויבאלד רוב מקוואות זענען געפונען געווארן אין ירושלים, וואו הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך גע'טובל'ט ווען זיי זענען געקומען צום בית המקדש עולה רגל זיין.

ווי באקאנט איז דער שיעור מקוה אמה על אמה ברום שלש אמות, און דאס איז מ' סאה, וואס איז 5,760 ביצים. די ראשונים (כמדומה התשב"ץ) האבן זיך שוין געמוטשעט אז דער שיעור שטימט נישט מיט די ביצים בימיהם, און כידוע האט דער נודע ביהודה מחדש געווען (בספרו צל"ח) אז נתקטנו הביצים.

מיין שאלה: איז איינער באקאנט מיט די שיעורים פון די ארכעאלאגישע מקוואות, און וואס זאגן זיי אויף די אמת'ע שיעורים פון אמה און ביצה?

בדרך כלל זענען די מקוואות געווען גרסער ווי מ' סאה. אבער פאר דו ווילסט לערנען פון ארכילאגיע *בזמן הבית* אויף שיעורי תורה, זיי קודם מברר צו די שיעור אמה על אמה ברום שלש אמות האט שוין עקזעסטירט דאן, דא אין הערה 4 זעה איך אז געוויסע האבן געטוהן דערין, אבער ווי זאגן די פוסקים? מחוסר ספרים אנכי, זיי לינקן צו דעם בוך, אויב איינער האט צוטריט לאזט וויסן...

ס'איז דא מקוואות פון זמן התנאים, וואס פון דארט וואלסטו געקענט לערנען אויף שיעורי מקווה בזמנם, אבער ווי געזאגט רוב מקוואות בזמנם זענען במילא געווען גרסער ווי מ' סאה אפי' לשיטת החזו"א.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:45 am

קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה

קוק דא, נישט "פונקט" ווי שיטת הגר"ח נאה, אבער זיכער קלענער ווי שיטת החזו"א.

קל וחומר האט געשריבן:נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.

צדוקים בויען א מקווה אין מצדה? און גאר לשיטתם? נע... ארכילאגיע אין מצדה - כתבים, תפילין וכדן' - איז פרושים געשטימט.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 12:48 pm

קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.

גראדע ווען איך בין געווען איז מצדה מיט גרשון פון קויפמאן האט ער געזאגט אז דער מקוה דארט איז דער שיעור פין דברי חיים....

דער שיעור אמה וואס מען האט זיך צוגעוואוינט אז עס איז זעקס טפחים, און א טפח איז בערך פיר אינטשעס ווייל א האנט איז פיר אינטשעס, איז שוין מופרך פין תוספות וואס זאגט אז א מענטש איז געוועהנליך דריי אמות ביז זיין קאפ, און דער העכערע מענטשען זענען היינט זעקס פיס, דער געוועהנליכע מענטש איז נידריגער, קל וחומר אמאהל, מענטשן זענען אייביג געוועהן דער זעלבער הויך בערך, מען האט שוין געגראבן אין פעסט געשטעלט, טאמער עפעס איז מען היינט אביסעל העכער ווי אמאהל.

איז דאך משמע פין תוס' אז דער אמה איז אלץ געוועהן קלענער. און דער חשבון פין תוס' איז מוכרח פין דער גמרא.

אבער דאך, אז מען רעכענט א אמה פאר וואס א אמה איז, פין דער עלענבויגן ביז דער לענגסטע פינגער איז עס דאך 22-23 אינטשעס , אפילו היינט, און אפילו מיט דער חשבון שטימט נישט דער רביעית.

און ב.ד.וו. די אייער זענען נישט קלענער געווארן קיינמאל, די אייער פין א תרנגול זענען כלל נישט געוועהן ביי בית שני (אפשר אינגאנצן צום סוף) ממילא איז דער שיעור רביעית בכלל נישט געוואנדען אין דער איי, ביז די חכמים האבן אזוי געזאגט אין די גמרא.

ממילא איז דער תירוץ פין נודע ביהודה נישט גענוג, עס דעקט נישט.

און דער אמת איז, אז דער חשבון מוז נישט שטימען, חכמים זאגן ביי א מקוה אמה על אמה ברום שלש, און ערגעץ אנדערש האבן זיי משער געווען אז איז מ' סאה, און אונז ווייסען אז נישט אייביג האבן זיי גוט גערעכנט, ממילא הייבט זיך דער קשיא נישט אהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:02 pm

קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.

אין די מצדה פעסטונג זענען פארהאן 2 אידענטישע מקוואות. אויף ביידע עקן פון די פעסטונג. זיי זענען געפונען געווארן דורך דעם בארימטן גענעראל און ארכעאלאג יגאל ידין. ווען ער האט געטראפן די מקוואות האט ער אריינגערופן א בארימטן רב אין ארץ ישראל אין יענע צייט. און דער רב האט פעסטגעשטעלט אז ביידע מקוואות זענען געווען כשר'ע מקוואות לויט די שיעורים פון חז"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:09 pm

ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:41 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!

איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 10:43 pm

די שאלה איז נאר וואס די דעמאלטסדיגע פוסקים האבן געהאלטן, ס'איז מן הסתם געווען נישט ווייניגער מחלוקת'ן דערוועגן ווי היינט און רוב האבן נישט איבערגעלעבט ביז די גמרא.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3222 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:00 pm

יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!

איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות

אין די ראשונים איז א מחלוקת צי די דריי אמות רעכנט אריין דעם קאפ צי נישט. דוכט זיך אז לויט די וואס האלטן אז נישט, איז דער קאפ מוסיף צוויי-דריטל אמה.
ס'איז פשוט אז דער חזו"א קען נישט לערנען אז די דריי אמות רעכנען נישט אריין דעם קאפ, ווייל דאס מיינט אז בימיהם איז א מענטש געווען 7 פיס הויך -- א זאך וואס איז פארשטייט זיך נישט מעגליך. הגר"ח נאה קען נישט האלטן אז זיי רעכענען יא אריין דעם קאפ, ווייל דעמאלט וואלט דאס געמיינט אז דער אמאליגער דורכשניט איז געווען אונטער 5 פיס, וואס איז אויך נישט ריכטיג.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10394 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:09 pm

אבטולמוס האט געשריבן:

אויב הגר"ח נאה מוז האלטן אז מען רעכנט נישט אריין די קאפ אין די 3 אמות,איז א מענטש הויעך 4 אמות. איז די חשבון 4x18 איז 72 אינטשעס וואס איז פונקט 6 פוס הויעך.

לשיטת החזו"א אויב רעכנט מען יא אריין די קאפ איז א מענטש הויעך 3 אמות, 3x22.5 איז 67.5 אינטשעס, קומט אויס א מענטש איז געווען אביסל העכער פון 5 און א האלב פוס!
(היכי תמצא די שיעור פון די חזו"א איז קלענער פון ר"ח נאה...)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

Re: מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה

הודעהדורך אבטולמוס » פרייטאג אקטאבער 02, 2020 1:34 am

יין שרף האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!

איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות

אין די ראשונים איז א מחלוקת צי די דריי אמות רעכנט אריין דעם קאפ צי נישט. דוכט זיך אז לויט די וואס האלטן אז נישט, איז דער קאפ מוסיף צוויי-דריטל אמה.
ס'איז פשוט אז דער חזו"א קען נישט לערנען אז די דריי אמות רעכנען נישט אריין דעם קאפ, ווייל דאס מיינט אז בימיהם איז א מענטש געווען 7 פיס הויך -- א זאך וואס איז פארשטייט זיך נישט מעגליך. הגר"ח נאה קען נישט האלטן אז זיי רעכענען יא אריין דעם קאפ, ווייל דעמאלט וואלט דאס געמיינט אז דער אמאליגער דורכשניט איז געווען אונטער 5 פיס, וואס איז אויך נישט ריכטיג.

אויב הגר"ח נאה מוז האלטן אז מען רעכנט נישט אריין די קאפ אין די 3 אמות,איז א מענטש הויעך 4 אמות. איז די חשבון 4x18 איז 72 אינטשעס וואס איז פונקט 6 פוס הויעך.

ווי געשריבן פריער רעכנט מען נאר 2/3 פון דער פערטער אמה, קומט אראפ 6 אינטשעס.
דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10394 מאל

מקוואות פון זמן בית שני, און שיעורי תורה

הודעהדורך חתן בחור » פרייטאג אקטאבער 02, 2020 3:29 am

כ׳האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם אבער לא אסתייעא מילתא.

אין מצרים האט מען געטראפן אריגינעלע אמות פון אמאל. מ׳פלעגט ניצן העלצער וואס זענען געוועהן לאנג אן אמה, און אזוי האט מען געמאסטן. זיי האבן געהאט צוויי מיני אמות, איינס א ״קעניגליכע״ און איינס א פשוט׳ע וואס איז קערצער. די לענגערע זענען בערך 526 מ״מ, (1.7 פיס אדער 20.7 אינטשעס).

https://en.wikipedia.org/wiki/Cubit
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 02, 2020 5:40 am

יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!

איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות

דאמאלס איז 1.5 X4 =6יין שרף: דער חשבון איז די זעלבע. אויב דו רעכנסט אן אמה אלס פוס 1.5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14092
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9197 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אקטאבער 02, 2020 7:57 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.

אין די מצדה פעסטונג זענען פארהאן 2 אידענטישע מקוואות. אויף ביידע עקן פון די פעסטונג. זיי זענען געפונען געווארן דורך דעם בארימטן גענעראל און ארכעאלאג יגאל ידין. ווען ער האט געטראפן די מקוואות האט ער אריינגערופן א בארימטן רב אין ארץ ישראל אין יענע צייט. און דער רב האט פעסטגעשטעלט אז ביידע מקוואות זענען געווען כשר'ע מקוואות לויט די שיעורים פון חז"ל...!

אין דער הויז ווי מען האט געוואוינט איז דא נאך, ווי אויך איז דא היבש מקוואות אין אלט ירושלים אונטער דער שטאט וואס מען קען גיין באזוכן זעהן די אלטע הייזער, איז דא דארט מערערע מקוואות פין סוף זמן הבית.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און איין גאסט