אבטולמוס האט געשריבן:ווי באקאנט האלטן ארכעאלאגן אין איין טרעפן מקוואות וואס אידן האבן גענוצט אין ארץ ישראל אין זמן פון בית שני. לעצטנס איז געווען באריכטעט וועגן נאך אזא מקוה אינעם גליל.
שטייענדיג פאר סוכות איז דאס אן אינטערעסאנטע טעמע, וויבאלד רוב מקוואות זענען געפונען געווארן אין ירושלים, וואו הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך גע'טובל'ט ווען זיי זענען געקומען צום בית המקדש עולה רגל זיין.
ווי באקאנט איז דער שיעור מקוה אמה על אמה ברום שלש אמות, און דאס איז מ' סאה, וואס איז 5,760 ביצים. די ראשונים (כמדומה התשב"ץ) האבן זיך שוין געמוטשעט אז דער שיעור שטימט נישט מיט די ביצים בימיהם, און כידוע האט דער נודע ביהודה מחדש געווען (בספרו צל"ח) אז נתקטנו הביצים.
מיין שאלה: איז איינער באקאנט מיט די שיעורים פון די ארכעאלאגישע מקוואות, און וואס זאגן זיי אויף די אמת'ע שיעורים פון אמה און ביצה?
קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה
קל וחומר האט געשריבן:נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.
קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.
קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.
berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
יין שרף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות
אבטולמוס האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות
אין די ראשונים איז א מחלוקת צי די דריי אמות רעכנט אריין דעם קאפ צי נישט. דוכט זיך אז לויט די וואס האלטן אז נישט, איז דער קאפ מוסיף צוויי-דריטל אמה.
ס'איז פשוט אז דער חזו"א קען נישט לערנען אז די דריי אמות רעכנען נישט אריין דעם קאפ, ווייל דאס מיינט אז בימיהם איז א מענטש געווען 7 פיס הויך -- א זאך וואס איז פארשטייט זיך נישט מעגליך. הגר"ח נאה קען נישט האלטן אז זיי רעכענען יא אריין דעם קאפ, ווייל דעמאלט וואלט דאס געמיינט אז דער אמאליגער דורכשניט איז געווען אונטער 5 פיס, וואס איז אויך נישט ריכטיג.
יין שרף האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות
אין די ראשונים איז א מחלוקת צי די דריי אמות רעכנט אריין דעם קאפ צי נישט. דוכט זיך אז לויט די וואס האלטן אז נישט, איז דער קאפ מוסיף צוויי-דריטל אמה.
ס'איז פשוט אז דער חזו"א קען נישט לערנען אז די דריי אמות רעכנען נישט אריין דעם קאפ, ווייל דאס מיינט אז בימיהם איז א מענטש געווען 7 פיס הויך -- א זאך וואס איז פארשטייט זיך נישט מעגליך. הגר"ח נאה קען נישט האלטן אז זיי רעכענען יא אריין דעם קאפ, ווייל דעמאלט וואלט דאס געמיינט אז דער אמאליגער דורכשניט איז געווען אונטער 5 פיס, וואס איז אויך נישט ריכטיג.
אויב הגר"ח נאה מוז האלטן אז מען רעכנט נישט אריין די קאפ אין די 3 אמות,איז א מענטש הויעך 4 אמות. איז די חשבון 4x18 איז 72 אינטשעס וואס איז פונקט 6 פוס הויעך.
יין שרף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: לויט די מערסטע פוסקים (ר' חיים נאה?) איז אן אמה 24" אינטשעס. קומט אויס אז די מקוואות זענען 24 קיוביק פוס. אויך 6 פוס (3 אמות) איז די הויכקייט פון א מענטש...!
איך מיין אז רוב פוסקים האלטן בערך 18/19 אינטשעס איז אן אמה. (שיטת חזו"א איז בערך 22.5 אינטשעס).
און אויך לויט חז"ל איז א מענטש הויעך 3 אמות + די קאפ א אמה = 4 אמות
berlbalaguleh האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:דאכציך אז אין מצדה איז פאראן א מקוה וואס שטימט פונקט לשיטת הגר"ח נאה, נאר מ'קען עס נישט נוצן אלס א ראיה וויבאלד עס קען זיין אז עס איז געבויעט געווארן דורך צדוקים וכדומה.
אין די מצדה פעסטונג זענען פארהאן 2 אידענטישע מקוואות. אויף ביידע עקן פון די פעסטונג. זיי זענען געפונען געווארן דורך דעם בארימטן גענעראל און ארכעאלאג יגאל ידין. ווען ער האט געטראפן די מקוואות האט ער אריינגערופן א בארימטן רב אין ארץ ישראל אין יענע צייט. און דער רב האט פעסטגעשטעלט אז ביידע מקוואות זענען געווען כשר'ע מקוואות לויט די שיעורים פון חז"ל...!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט