רעוויזיאניסטן, בונדיסטן, ציוניסטן.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

רעוויזיאניסטן, בונדיסטן, ציוניסטן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]א איבערבליק אויף די אידישע פארטייען אין דער אויסגעבענקטער אלטער היים.

אנגעהויבן האט זיך אלעס אין די שטאט קעשענעוו. די שטאט קעשענעוו איז א שטעטל וואס געפונט זיך אין די בעסאַראַביע גיבערניע. געווען איז עס א שיינער זונטאג טאג, דער זון האט געשיינט מיט איר פולער פראכט. די פויערן פון די ארומיגע דערפער זענען אריינגעקומען אין שטאט צו פייערן די קריסטליכער חגא פאסכא. גוט אנגעהעצט פון די גלחים און טויט שיכור פון די גלאנען בראפן וואס זיי האבן אריינגאסן אין מאגן, האבן זיי זיך געדרייט אין די גאסן פון שטאט אינגאנצן צווילדעוועט. פאר די אידישע איינוואוינער אין שטאט איז דאס געווען א אלגעמיינער זונטאג, כ''ב ניסן תרס''ג לפ''ק. די געמיטער זענען געווען היפש אנגעצויגן און עס איז געווען היפש ערווארטעט אז עפעס נישט גוט וועט פאסירן. די פאליטישע לאגע אין רוסלאנד איז דאן געווען זייער אנגעצויגן, און ווי שטענדיג האט דאס געהאט א שלעכטע אויסווירקונג אויף די אידישע געמיינדעס. די רוסישע רעגירונג האט געשטיצט פּאָגראָמען, זיי האבן געוואלט אז די באקריוועדעטע פויערן זאלן האבן אויף וועם אויסצוגעבן זייער ווייטאג קעגן צאר.

מיטאמאל, האבן זיך די ציושטע כאליגאנעס אנגעהויבן זיך צו ווארפן אויף די אידישע איינוואוינער און א שרעקליכער פּאָגראָם האט אויסגעבראכן. אידן זענען ברוטאליש צושלאגן און צובלוטיגט געווארן, אידישע געשעפטן זענען בארבאריש אויסגעפלינדערט און בארויבט געווארן, ספרים און ספרי תורות זענען געווארן בייזוויליג געשענדט געווארן, פארהייראטע פרויען און יונגע מיידליך זענען טראגיש פאַרגוואַלדיקט געווארן פאר די אויגן פון זייער מענער און אומגליקליכע טאטעס. ס'איז געווען א שרעקליכע צענע מיטצוהאלטן, די שרעקליכע געשרייערייען און יאמערייען פון די אומגליקליכע און אומבאהאלפענע אידן האבן געריסן יעדענס הארץ. גאנצע דריי טעג און דריי נעכט האט דאס שרעקליכער פּאָגראָם אנגעהאלטן, און די רוסישע רעגירונג איז נישט געווען אין ערגץ וואו צו געפונען. נאך מער פון דעם, דער אינערן מיניסטער, דער רשע וויאַטשעסלאַוו פּלעוואַ, האט באפוילן די פאליציי צו שטיין אין דער זייט, און ערלויבן פאר די פויערן אויסצוגעבן זייער גאנצע גרומצארן און רשעות אויף די אומבאהאלפענע אידישע איינוואוינער. און דער אַרטשבישאָפ האט ארום געריטן אויף זיין ריטערישע פערד און באגריסט די ציושטע מאסן מיט א צינישער שמייכל אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט.

ווען דער פּאָגראָם האט זיך ענדליך גענדיגט, און די אידן האבן זיך אנגעהויבן עטוואס צוזאמצוקלויבן, האט זיך ערשט אנפלעקט דאס ריכטיגער חורבן. 49 אידן זענען אומגעקומען, 92 זענען ערנסט פאַרוואונדעט געוואָרן, 500 זענען לייכט פאַרוואונדעט געוואָרן און איבער 700 היימען און געשעפטן זענען וואנדאליזירט געווארן.

דער קעשענעווער פּאָגראָם האט געהאט גאר א שטארקער אפקלאנג איבער די גאנצע וועלט, עס איז אפילו געווען באריכטעט אין די ניו יארק טיימס. אנא סטרונסקי, א אידישע פרוי פון ניו יארק וואס האט ליידער געהייראט מיט א שייגץ וואס האט אריגאנאל געשטאמט פון קעשענעוו, איז אזוי שטארק איבערגענומען געווארן פון דעם שוידערליכער פּאָגראָם, אז זי האט באוואויגן איר מאן, א פראמינענטער סאציאליסטישער שרייבער און אקטיוויסט מיטן נאמען וויליאם ענגליש וואַללינג, צו גרונדען די ארגאניזאציע, ען.עי.עי. סי. פי. וואס זאל שוצן אויף די ציווילע רעכטן פון אומבאהאלפענע און באקריוועדעטע מענטשן. די דאזיגע ארגאנעזאציע האט געשפילט גאר א באדייטענעם ראלע צו פארזיכערן די רעכטן פון די שווארצע און פון אנדערע מינאָריטעט גרופּעס אין די פאראייניגטע שטאטן. און די דאזיגע וואוילטעטיגע ארגאנעזאציע איז געבוירן אלס א דירעקטער רעזולטאט פון די טראגישער קעשענעווער פּאָגראָם.

אבער פאר די אידן אין מזרח אייראפע האט דער פּאָגראָם איבערגעלאזט א פול גרעסערער איינדרוק. די קעשענעווער פּאָגראָם האט באשיינפערליך פארמירט דאס אידישער פאלטיק ביז צום היינטיגן טאג. נאך דעם פּאָגראָם האבן אידישע פאליטישע פארטייען אנגעהויבן ארויסצושפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן אויף א שטייגער ווי קיינמאל בעפאר. עס איז שטארק מערקווערדיג אז יעדע שטרעמונג באזונדער איז אינספירירט געווארן פונעם פּאָגראָם לויט זייערע אידאלאגיעס און אנטשויאונגען.

זאב זשאבאטינסקי איז געקומען צו פארן קיין קעשענעוו מיטן ציל אפצושרייבן א דעטאלירטער רעפארטאזש, איבער די שרעקליכער פּאָגראָם פאר די צייטונג אין וועלכע ער האט דאן רעגלמעסיג געשריבן. ער איז אזוי איבערגענומען געווארן פונעם פּאָגראָם, אזש ער האט אפגעשריבן דיזע פּאָעזיע:
אין יענער שטאָט האָב איך געזען אין דער בלאָטע,
איין שטיק צוריסן ספר תורה,
כ'האב אפגעשאקלט פארזיכטיג א אייביגער שיילונג,
דאס שטויב מיט וואס זי איז געווען ארומגעארעמט,
און דארט איז געשריבן: "בארץ נוכריה - אין אַ פרעמד לאַנד",
בלויז צוויי ווערטער דאס צאל פון עם הנצח,
אין די דאזיגע צוויי ווערטער איז פאַרבאָרגן,
די געשיכטע פון אַלע אומרוען און מארדן.

דער געדאנק פון "בארץ נוכריה" האט אים נישט צורוה געלאזט קיין רגע, ס'האט אים געזשומעט ווי א נודניגער פליג אין די נאז לעכער. ער האט געזען אין דעם "ארץ נוכריה" דאס ווארצל און דאס ווירקליכער אורזאך פאר אלע אידישע צרות. אין רעזולטאט האט ער שפעטער געגרונדעט די רעוויזיאניסטישע באוועגונג. די רעוויזיאניסטן האבן געגלייבט אז אידן האבן נישט קיין שום צוקונפט אין גלות, און זיי וועלן קיינמאל נישט זיין זיכער און באשוצט פון קיין נישט אידישע רעגירונגן. די אויסשליסליכסטע לעזונג איז בלויז אז די אידן זאלן פארלאזן דאס גלות און מאסנווייז ארויפגיין קיין ארץ ישראל. און אין ארץ ישראל זאל איינגעשטעלט ווערן א שטאנדהאפטיגע און א פרייע קאפיטאליסטישע רעגירונג. ווי אויך זאל דאס לאנד זיין גענצליך פריי פון אראבער. זיינע תלמידים ווי מנחם בעגין און אברהם שטערן זענען געשטאנען אונטער די ארגון (אצ''ל) א ראדיקאלע מיליטאנטישע פארקערפערשאפט, וואס האט געזייעט טויט און חורבן פאר די בריטישע מאנדאט און פאר די אראבער אייניג צוגלייך, אין יענע שטורעמישע יארן איידער די מדינה איז צושטאנד געקומען.

דאס גרעסטער קעגנשאפט פאר די רעוויזיאניסטן זענען געווען די בונדיסטן. די בונדיסטן זענען געווען הייסע סאציאליסטן, זיי האבן געגלייבט אז בלויז קאמוניזם איז די איינציגסטע לעזונג פאר אנטיסמיטיזעם, ווארים אז קלאס און רעליגיע ווערן אויפגעלעזט און יעדער איינער איז אייניג-גלייך, איז דאך נישט פארהאן קיין שום זאכליכער אורזאך צו אנטיסמיטיזעם. זיי זענען אויך געווען פייערדיגע אידישיסטן, זיי האבן זיך גאר שטארק צוגעהאלטן צו די מאמע שפראך אידיש, זיי האבן אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אדאפטירן עברית אלס דער אפיציעלער שפראך פון אידישן פאלק. זיי האבן געהאלטן אז אידן זאלן אויסשליסליך פארבלייבן וואוינען אין אייראפע, און זיך וואס מער אריינגלידערן אינעם פאליטישן לעבן אין די לענדער וואו זיי וואוינען, אבער גלייכצייטונג פרעזערווירן דאס אידישער קולטור. זיי זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די רעוויזיאניסטן און אפילו קעגן די מעסיגע ציוניסטן.

די מעסיגע ציוניסטן האבן געהאלטן אז מען זאל ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און אויפשטעלן דארטן א דעמאקראטישע-סאציאליסטיש לאנד, און די אראבער זאל אויך האבן זייער אייגן לאנד. זיי האבן נישט געהאלטן פון קיין ווילדע מיליטאנטישע שטיק קעגן די בריטישע מאנדאט, זיי האבן מער גענויגט צו דיפלאמאטיע און צו מעסיגקייט. זיי האבן אויפגעשטעלט די הגנה בלויז מיטן ציל צו מושטירן א מיליטער וואס זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט ווען די אידישע מדינה ווערט באשטעטיגט.

האלטס גוט קאפ. די ציוניסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די רעוויזיאניסטן און סיי קעגן די בונדיסטן. בן גוריון האט אפילו נישט ערלויבט ארויפצוברענגן די ביינער פון זשאבאטינסקי פון פוילן קיין ארץ ישראל, זאגאר לוי אשכול האט דאס שפעטער ארויפגעברענגט .זשאבאטינסקי האט אפילו אמאל געכאפט גע'הרג'טע שלעק ביים זיך באטיילונגן אין א ציוניסטישע קאנגרעס. די לינקע בונדיסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די רעכטע רעוויזיאניסטן און סיי קעגן די מעסיגע ציוניסטן. זיי האבן אפילו באשולדיגט זשאבאטינסקי מיטן אנזייען אנטיסמיטיזעם אין אייראפע, צוליב דעם וואס ער האט פאראויסגעזאגט דעם האליקאסט, און ער האט אגרעסיוו פארלאנגט פאר א מאסן עליה קיין ארץ ישראל. און די רעוויזיאניסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די ציוניסטן און סיי קעגן די בונדיסטן...

דער שר בית הזוהר, המקובל גרשם שלום, פארציילט אין זיינע מעמוארן: אלס א יוגנטליכער אין בערלין, בין איך געווען בונד-געשטומט און מיין ברודער איז געווען א ציוניסט. און דער פאטער איז געווען א פייערדיגער דייטשער פאטריאט פארן קייסער ווילהעלמס. איין טאג איז ער מיד געווארן פון די אלע נאכאנאנדע העפטיגע פאליטישע געפעכטן צווישן מיר און מיין ברודער, אזש ער האט אונז ביידע אנגעכאפט ביים קארג און ארויסגעטראסקעט פון שטוב אויף שטענדיג.

ווי אזוי פרעגט אונזער רבי נפתלי אינדיג ע''ה זינגן אין די מקוה אין אלטן בית מדרש מיט זיין באסעווע שטימע? וכל המינים כרגע יאבדו... וכל אויביך מהרה יכרתו... ציוניסטן.. רעוויזיאניסטן.. בונדיסטן.. ימח שמם וזכרם....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר