פארוואס איז דער שינאווער רב געפארן קיין א"י?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 560 מאל

פארוואס איז דער שינאווער רב געפארן קיין א"י?

שליחה דורך אמת וצדק »

אפגעטיילט פון אשכול אויף "אינטערעסאנט" אויסגאבע.

מוצאי שבת האב איך גענישטערט צו זען ווער עס רעדט וועגן דעם נסיעה האב איך געטראפן צווישען אנדערע דעם ספר ״רבינו הקדוש משינאווא״ (די ספר האט געשריבען רבי יחזקאל שרגא פרנקל, וואס זיין פאטער איז געווען מקושר צו דער שינאווא רב און ער האט פון אים אסאך מקבל געווען) אינעם ספר לייגט ער אראפ אין פרק י״ג די גאנצע נסיעה מיט אן אריכות גדול.

נאכן ענדיגען דאס ליינען האב איך אויפגעמישט דעם ארטיקל אינעם ״אינטערעסאנט״ אויסגאבע און בשעת איך ליין זעה איך אז די גאנצע באשרייבונג איז פשוט נאכגעשריבען פונעם ספר ״רביה״ק משינאווא״.. קומט אויס אז דא ליגט נישט קיין גרויסע ארבעט, נאר וואס דען, ווער גייט דען אפירנעמען דעם ספר אין די הענט? קומען זיי ארויס מיט א שיינע אויסגאבע געדריקט אויף שיינע פאפיר, מיט בילדער און אלעס ארום, אזוי קוקט עס אויס אינטערסאנט.

וויל מען דאך וויסן וואס פונקטלעך האט באווויגען דעם שינאווא רב זצ״ל אפצולאזען זיין ווייב אין קינדער, חסידים, און איינער אליין מאכן די שווערע נסיעה, איז אז מען קוקט אביסל זעט מען ווי די נישט ״חרדישע״ שרייבער זאגן אז די נסיעה איז געווען צוליב די מחלוקת צווישען צאנז מיט סאדיגורא. שינאווע רב איז ארויסגעפארן סוף פון תרכ״ט אין די צייט ווען די מחלוקת האט געברענט און אין א״י האט מען מחרים געווען דער הייליגער צאנזער רב, אט אזוי שרייבט יצחק אבן אין זיין בוך מחלוקת סאנז וסדיגורה עמוד 108:

ומענין הוא לדעת כי דוקא הרבי הזה ר׳ יחזקאל׳י היה האחד בין כל בני הזקן שהשתדל תמיד בכל כוח להשקיע את אש המריבה עד כמה שאפשר, והוא היה גם האחד שלא הקל ראשו כנגד החרם הארצי-ישראלי, והצטער עליו מאד.
תיכף אחרי חג השבועות, מהר הצדיק השיניוואי לנסוע לארץ הקדושה בתקותו כי יעלה בידו לפתות כת הסדיגוראים אשר שם להסיר בעצמם את החרם מעל ראש אביו, אך דבר זה לא עלה בידו..


שינאווא רב האט געדאווענט אין די סאדיגורא שול אין טבריה, ווי איינער האט אים געוואלט הרגענען אבער איז צום סוף צוריקגעהאלטען געווארן. און ווי מען פארציילט איז ער אפי׳ אריין אין די ״ניסן באק״ - ריזשינער שול אין אלט שטאט, דארט איז ער אויך אריין און א געפעכט ווי שפעטער דערציילט און האט געדארפט אנטלויפען פון דארט מחמת סכנת נפשות.. פארוואס האט ער געוואלט דאווענען אין די סאדיגורא בתי מדרשים אפי׳ ער האט געוואוסט אז ער לייגט זיך אריין און א סכנה גדולה זייענדיג א קינד פונים צאנזער רב דער ראש הלוחמים קעגן רוזשין? זעט אויס ער האט געוואלט בארואיגען די מצב.

די שרייבער אינעם ״אינטערעסאנט״ ברענגט נישט אראפ די טעם וואס יצחק אבן שרייבט, נאר ער שרייבט אין קורצן: אויף די סיבה פון די נסיעה זענען דא פארשידענע שפעקולאציעס.

די אמת איז אז די טעם ווערט נישט געברענגט נאר אין ספרי משכילים, נאך אויך אין היימישע ספרים, הערט וואס עס שטייט אין ספר הליכות חנוך - (סיפורים פון הגאון רבי חנוך העניך פאדווא פון לאנדאן) מדור על הצדיקים ועל החסידים אות ל״ו:

סיפר הרב ששמע מהרה״ח רבי מרדכי הירש שמערלער ז״ל שעיקר טעם נסיעת הרה״ק משינאווא זי״ע לארץ ישראל היה כי חשש מאוד מהחרם שהטיל ר׳ ניסן באק (מחסידי סאדיגורא שגר בירושת״ו) על אביו הקדוש מצאנז בעת מהחלוקה הידועה, והטעם שחשש להחרם כי לדעת הרה״ק משינאווא לא הזהיר אביו הרה״ק מצאנז את בני קדוש ישראל מרוזין באופן מספיק לפני צאתו למלחמה נגדם.. ונסע לבקש את רבי ניסן באק שיבטל אותו, אבל לא נודע אם פעל בזה.


נאך שטייט דארט אז עס איז נישט אמת אז מען האט אים געוואלט הרגענען אין א״י, ווייל זיי האבן אנגעקוקט שינאווא רב אלץ איינער פון זיי. והבוחר יבחור.

רבי בנימין מנדלסון דער קוממיות רב האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון ר׳ יוסף הרטמן וואס האט זיך געדרייט ביים שינאווא רב, האט ער דערציילט אז שינאווא רב האט זיך אנגערופען שוין נאכן צוריק קומען פון א״י, אז די אמת׳ע סיבה פארן גיין און וואס פונקטלעך ער האט דארט אויפגעטוהן וועט מען געוואור ווערן ווען משיח וועט קומען. ער שרייבט אויף א פלאץ ״אודה להשם שזיכני להיות שליחא דרחמנא, והעלה אותי לארץ ישראל.

די אמת איז אז ביידע קענען זיין אמת, און ווי עס קוקט אויס האט ער געהאט אפאר סיבות פארן אהינפארן.

דער ניזניאב׳ער רב ר׳ יחיאל מיכל היבניר, שרייבט אין זיין קונטרס ״הדרת קודש״ (וואס איז א הספר אויפן שינאווא רב):

ושמעתי באומרים לי כי עיקר מטרת כוונתו (פון פארן קיין א״י) להזהיר על הכהנים.. דלא להקל לעצמן לילך על קברי צדיקים כי בנפשם הוא.


די מעשה גייט אז שינאווא רב איז געפארן אן דערציילען פארן צאנזער רב אז ער גייט גיין, שפעטער ווען צאנזער רב האט אויסגעפונען האט ער געשיקט א בריוו צו זיין זוהן, שינאווא רב האט נישט אויפגעמאכט דעם בריוו ווילאנג ער איז נישט אנגעקומען קיין א״י, ווייל ער האט חושד געווען עס ס׳שטייט דארט ער זאל נישט פארן, און עובר זיין אויפן ציווי פונעם טאטע׳ן האט ער נישט געוואלט. ווען ער איז געווען אין צפת אינעם בריוו האט ער געשריבען אז ער זאל נישט פארן קיין מירון! דאס האט שטארק פארדראסען פארן שינאווא רב ווייל ער האט דאך געוואלט גיין מסדר זיין די זאך מיט די כהנים, אבער ער האט געפאלגט.

די המשך וועט נאכפאלגען

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר