אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!

שליחה דורך העניך »

א דראמאטישע און שטוינענדע אנטדעקונג איז היינט ארויסגעקומען, אז עס איז מעגליך פאראן א כתב יד פון ספר דברים נאך פון זמן בית ראשון!

ווער עס קען אביסל די סוגיא פון כתבי יד פון תנ"ך ווייסט אז ביז ארום אכציג יאר צוריק איז דער עלטסטער כתב יד פון דער תורה געווען נישט מער ווי טויזנט יאר אלט. אין די 1940ער יארן איז די וועלט דערשטוינט געווארן ווען עס זענען אנטדעקט געווארן די מגילות ים המלח פון דער תקופת פון סוף בית שני, וואס זענען ביז היינט די עלטסטע כתבי יד פון דער תורה, און זיי אינפארמירן חוקרים איבער דער השתלשלות פון דעם נוסח התנ"ך.

דער פרישער כתב יד איז נישט היינט אנטדעקט געווארן, נאר טראגט מיט זיך א דראמאטישע דערציילונג פון א משומד, זיין שונא, פעלשערייען, זעלבסטמארד, און ענדגילטיג דאס נעלם ווערן פונעם כתב יד. וואס איז אבער יא היינט באקאנט געווארן איז אז דער כתב יד וואס איז פאר איבער 130 יאר אפגעזיגלט געווארן אלס פאלש, איז דורך א פרישער פארש-ארבעט באשטימט געווארן צו זיין א פריע ווערסיע פון ספר דברים נאך פון זמן בית ראשון!

אין קורצן איז די מעשה געווען אין תרמ"ג אז א משומד פון ירושלים מיט'ן נאמען משה ווילהעלם שפירא האט געמאלדן אז ער האט אנטדעקט אן אור-אלטן כתב יד. צו ערשט איז דאס אנגענומען געווארן אלס אמת, אבער דערנאך האט אן עקספערט, שפירא'ס שונא, געמאלדן אז עס איז פאלש. זעקס חדשים שפעטער איז שפירא באגאנגען זעלבסטמארד. דער כתב יד איז נאכדעם נעלם געווארן און כמעט פארגעסן געווארן.

אין די לעצטע יארן האט אבער א פארשער פון א"י, עידן דערשאוויץ, מחליט געווען צו פריש שטודירן דעם כתב יד, לויט בילדער און סקיצעס פון יענער תקופה, און ער האלט אז ער קען אויפווייזן אז עס איז אוממעגליך אז דאס איז געפעלשט געווארן. הויפטזעכליך ווייזט ער אן אז געוויסע דעטאלן פון דעם נוסח המקרא פון יענער תקופה האט מען נישט געקענט וויסן אין תרמ"ג, און זענען ערשט באשטעטיגט געווארן דורך די מגילות ים המלח זעכציג יאר שפעטער.

די נייע מיינונג האט געברענגט א שטורעם אין דער וועלט פון חוקרי התנ"ך, און עס גייט יעצט אן א היציגע דעבאטע איבער די געפונסן פון דערשאוויץ.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר