די מורא'דיגע פטירה פון הגה"ק רבי הערשעלע ספּינקער זצוק"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די מורא'דיגע פטירה פון הגה"ק רבי הערשעלע ספּינקער זצוק"ל

הודעהדורך ארכיוויסט » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:34 pm

עדי ראי' דערציילן:
די מורא'דיגע פטירה פון הגה"ק רבי הערשעלע ספּינקער זצוק"ל

 
בילד
עס איז שווער צו גלייבן אז מען האלט שוין פופצן יאר פון ווען דאס הארץ פון כלל ישראל האט אויפגעהערט צו קלאפּן – אט אין יענעם שבת פ' ראה שבת מברכים אלול תשנ"ז בחצות הלילה, בסעודת חקל תפוחין קדישין, ארומגענומען מיט חסידים ואנשי מעשה, האט דאס הארץ פון דעם גאון וקדוש רבי הערשעלע ספינקער זצוק"ל זיך אפגעשטעלט. מיט דעם הארץ-אפשטעל, האט זיך אפגעשטעלט דאס פאטערליכע ליבשאפט, די עצה ותבונה, דער פועל ישועות, פון די ספינקא חסידים בפרט און פון כלל ישראל בכלל, אט מיט די הארץ-אפשטעל האט זיך אפגעשטעלט דאס פלאם-פייער, די עבודת הקודש פון דעם אדם הגדול בענקים.
 
יצאה נשמתו בטהרה, הונדערטער אידן זענען געווען אנוועזנד יענעם פרייטאג-צו-נאכטס בשעת די נשמה הקדושה פון דעם גאון וקדוש האט זיך פורד געווען פון דעם אויסגעארבעטן גוף, פאר די אידן וואס האבן עס מיטגעלעבט איז עס געווען א מורא'דיגע מחזה וואס זיי וועלן קיינמאל נישט פארגעסן, זעענדיג די צורה פון דעם צדיק ווי עס פלאמט און קאכט, און פון די אויגן שפריצן פינקען פייער, און אויפאיינמאל ווערט עס ווייס ווי קאלעך ווען די הייליגע אויגן זענען געצילט צום ארון הקודש.
 
לכבוד דעם יארצייט האבן מיר אינטערוויוט עטליכע אידן וואס האבן זיך דאן געפונען ביים טיש. איינער פון די אידן וואס זענען געווען אנווזענד בשעת מעשה, איז הרב אלימלך שפיטצער שליט"א מנהל רוחני תלמוד תורה ויואל משה דסאטמאר מאנסי יצ"ו. ר' אלימלך איז א דורכגעווייקטער ספינקער חסיד, און דאס גייט צוריק צו זיינע עלטערן שוין עטליכע דורות ביזן אמרי יוסף זצוק"ל, ווי אויך איז ער געווען דער "תורה שרייבער" ביי רבי הערשעלע זצ"ל פון תשכ"ח ביז תשמ"א. ווי ר' אלימלך פארציילט האט ער כמעט נישט פארפעלט קיין טיש ביי רבי הערשעלע, שוין פון די צוויי און האלב יאר איז ער שוין געגאנגען צו די טישן.
יעצט וועלן מיר איבערגעבען דאס ווארט פאר ר' אלימלך, ער זאל איבערגעבן פאר די חשוב'ע לייענער דעם השתלשלות הדברים.
 
וואס עס האט זיך אפּגעשפּילט במשך די וואך
די וואך פון דער פטירה איז פארגעקומען פארשידענע אינטערעסאנטע עפּיזאדן, וואס סתם אזוי האט מען עס נישט גענומען אין אכט. צוריק קוקענדיג נאך דער פטירה, האט מען ערשט דעמאלט געזען ווי דער צדיק האט געוואוסט אז עס איז שוין געקומען זיין צייט.
 
אנגעהויבן האט זיך עס יענע וואך פ' ראה, דער רבי זצ"ל האט געהאט עטליכע שיעורים וואס ער האט  געלערנט יעדן טאג, און ער פלעגט מסיים זיין יעדע מסכתא אין זיין באשטימטן זמן. ער האט זיך געפירט מסיים צו זיין א מסכתא יעדעס יאר ביי דעם יארצייט פונעם חקל יצחק וואס פאלט אויס אין י"ג סיון, אזוי אויך האט ער געלערענט די מסכתא וואס מען האט דאן געלערענט אין דער ישיבה, ווי אויך האט ער געהאט א אייגענעם שיעור גפ"ת. במשך יענע וואך האט ער זיך אויסגעדריקט פאר די בני משפחה און די מקורבים "איך בין שוין גרייט" און מען האט געזען דאס ער האט יענע וואך מסיים געווען עטליכע שיעורים וואס ער האט געלערענט, צווישן די שיעורים האט זיך אויך געציילט די מסכתא וואס ער פלעגט מסיים זיין יעדעס יאר ביי דעם יארצייט אין חודש סיון, יענע וואך פ' ראה חודש אב איז געווען צען חדשים (!) בעפאר דעם יארצייט פונעם חקל יצחק. די ארומיגע האבן זיך זייער געוואונדערט צוליב וואס ער האט אזוי פרי מסיים געווען די מסכת פונעם יארצייט, ויהי לפלא.
 
א גאנצע וואך האט דער רבי געהאלטן און איין זאגן "מיר זענען שוין גרייט", און פרייטאג צופרי האט ער עס נאך קלארער ארויסגעזאגט "מיר זענען שוין גרייט, מען קען שוין אקעגן גיין משיח צדקנו."
 
עטליכע אידן, צווישן זיי ר' יהושע בוקסבוים פון מאנסי, דערציילן, אז ווען זיי זענען געגאנגען יענע וואך זיך שואל עצה זיין מיטן רבי'ן איבער פערזענליכע ענינים, האט דער רבי נאר געענטפערט אויף אזעלכע זאכן וואס זענען געווען נוגע ביז "כ"ז אב" זאכן וואס זענען געווען נוגע אויף נאכדעם האט ער נישט געענטפערט! ר' יהושע דערציילט אז ער האט געפרעגט דעם רבי'ן איבער דריי ענינים, אויף צוויי וואס זענען געווען נוגע בעפאר כ"ז אב האט ער גענטפערט, אויף די דריטע זאך וואס איז געווען נוגע אויף נאכדעם האט ער נישט געענטפערט.
 
ווי אויך פלעגט ער צוגרייטן דעם שופר, און עס אריינלייגן אין טלית בייטל יעדעס יאר אין חמשה עשר באב, דאס יאר האט ער עס נישט געטאן.
 
אן אינטערעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ערב שבת קודש כ"ו אב בעת דער יומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל. דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין קרית יואל צום ציון הקדוש און די פארמיטאג שעה'ן, אויפן וועג בערך 12:30 ווען מען האט געהאלטן אויפן פּאַלעסיידס פּאַרקוועי, ביי עקזיט 6, האט דער רבי געהייסן זיך שוין צוריקדרייען און אהיימפארן, נישט אנגעבענדיג קיין סיבה דערביי.
 
נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט דער שרייבער פון די שורות געהערט פון אן אייניקל, דאס יענע וואך פ' ראה האט איינער פון די אייניקלעך געגעבען קידוש צוליב א געבורט פון א טאכטער, יענעם פרייטאג-צו-נאכטס האט דער זיידע (דער רבי זצ"ל) געפרעגט זיין אייניקל די נאמען וואס ער גייט געבן פאר דאס קינד. דער אייניקל דערציילט אז עס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט בעפאר דאס דער רבי זאל פרעגן וועלכע נאמען מען גייט געבן. זעט אויס אז דער צדיק האט מרגיש געווען אז ער וועט שוין נישט דא זיין שבת אינדערפרי בשעת'ן געבן די נאמען.
 
ליל שבת קודש בסעודת 'חקל תפוחין קדישין'
יענעם פרייטאג-צו-נאכטס בשעת קבלת שבת האט מען נאכנישט באמערקט עפעס ספעציעל וואס זאל אנדייטן אז עפעס אויסטערליש גייט דא פארקומען. שפעטער ביים "גוט שבת"-זאגן האט מען באמערקט דאס זיין צורה איז געווען מער ליבליך ווי געווענליך.
 
ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש מעוטף בטליתו, האט מען געזען אויף אים אז ער קאכט און פלאמט אויסער ווי געווענליך, דער עולם האט זיך פארגעשטעלט אז דאס איז צוליב "שבת מברכים אלול" וואס אפילו די פיש אין וואסער ציטערן דאן.
 
כל מקדש
ווען עס איז געקומען צו זינגען "כל מקדש" וואס דער רבי האט געזינגען דעם ניגון פון דעם זיידן דער חקל יצחק, וואס דער חקל יצחק האט דאס געהערט פון הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זצוק"ל, האט מען געזען אויף אים אן אויסטערלישע קאך, די וואס זענען געווען דערביי זאגן אז מען קען נישט אראפלייגן ווי אזוי די צורה פונעם רבי'ן האט דאן אויסגעקוקט, זיי האבן אפילו נישט די ווערטער ווי אזוי אויסצו'משל'ן זיין פלאמעדיגע צורה. די ווערטער פון "משוך עבדך ליודעך וכו'" זינגט מען אין ספינקא נאר איינמאל, די וואך האט ער עס איבערגעזינגען צענדליגער מאל.
 
לחיים
נאך "כל מקדש" ווען דער עולם איז אריבערגעגאנגען צו געבן "לחיים" האט זיך עפעס אויסטערליש אפגעשפילט, יעדע וואך ווען מען איז דורכגעגאנגען צו געבן לחיים, איז עס געגאנגען איינס צוויי, דער רבי האט נישט געקוקט קיינעם אין פנים אריין, יענע וואך ווען מען איז דורך געגאנגען געבן לחיים, האט דער רבי יעדעם אריינגעקוקט אין פנים, ווי די אידן וואס זענען דורכגעגאנגען דערציילען, "א שרעק האט אונז אנגעכאפט ווען דאס פנים פונעם רבי'ן האט געפלאמט און מיט זיינע צוויי הייליגע און שארפע אויגן האט ער אונז אריינגעקוקט, מען האט געשפירט ווי דער רבי איז בוחן כליות ולב ער ווייסט פונקטליך דעם רוחניות'דיגן מצב פון יעדעם איינעם."
 
נאכן לחיים, האט דער רבי מיר מכבד געווען צו זינגען "מנוחה ושמחה", דערנאך איז א צווייטער מכובד געווארן צו זינגען "תנו שבח".
 
די לעצטע תורה
די פענע איז צו ארים איבער צו געבן ווי אזוי די "לעצטע תורה" איז געזאגט געווארן דורך דעם איש קדוש; די דברות קודש מלהבות אש, וואס איז געזאגט געווארן מיט מורא'דיגן דביקות און מיט קולי קולות איז נישט מעגליך איבערצוגעבן פאר איינעם וואס איז נישט געווען אנוועזנד. ער האט זיך געשטעלט אויף דעם פסוק "ראה אנכי", און האט מקדים געווען די ווערטער פון זיין זיידן דעם הייליגן ראפשיצער רב זצוק"ל (זרע קודש פ' ראה), וואס ווי באוואוסט איז דער רבי געווען דבוק אינעם "זרע קודש" כל ימיו. שפעטער אין דער תורה האט דער רבי דערמאנט די ווערטער פון זיין הייליגן זיידן דער "חקל יצחק" מיט וועם ער איז געווען דבוק, ווי אויך האט ער דערמאנט זיין זיידן דעם הייליגן "נועם אלימלך", דער ספר וואס ער האט כל ימיו געהארעוועט. צום סוף תורה האט ער זיך באצויגן אויף דעם וואס מיר זאגן יעדן טאג בעפארן תפילין לייגן "שיש בהם יחודו ואחדותו יתברך שמו... לשעבד בזה תאות ומחשבות לבנו", ער האט ארויס געברענגט אז מען דארף אינזין האבן די ווערטער בשעת מען לייגט תפילין, נישט כמצות אנשים מלומדה מען קומט אריין אין ביהמ"ד מען גיט א לייג טלית ותפילין און ביז עטליכע מינוט טוט מען עס אויס.
 
זיין צורה האט געפלאמט, ער האט געקלאפּט מיט זיינע הייליגע האנט אויף זיין שטערן ---- און ער האט ממשיך געווען: "ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו און כלל ישראל וועט זיין דבוק אינעם בורא כל עולמים א יעדן רגע מיט א שמחה וחיות נפלאה וואס מען קען זיך גארנישט משער זיין, און אויב טוען מיר די מצות אן קיין חיות און קיין תענוג, איז ווען מיר וועלן צוריק גיין קיין ירושלים און זיך זען מיט די אבות הקדושים, און מען וועט זאגן אונז האמער אינגאנצן נישט געוואוסט אז די מצוות פארמאגן אזא לעכטיגקייט און זיסקייט, און אז די כח פון א מצוה איז אזוי גרויס, עס וועט דעמאלטס זיין א גרויס בושה אן א שיעור, וואו זענען מיר געווען ביז יעצט, און ווי אזוי וועלן מיר זיך ווייזן די פנים פאר די אבות הקדושים, דאס הייסט דען געלעבט טון מצות אן קיין שום חיות? הייסט דאס דען געלעבט? צוליב דעם דארף מען שוין יעצט ווען מען איז נאך אין גלות טון מצות מיט כוונה וכו', און דאס איז וואס מיר זאגן ---- די הייליגע צורה איז געווארן רויטער און רויטער ---- און מיר בעטן יהי רצון מלפניך ה' אלוקינו ואלקי אבותינו שנשמור חקיך בעולם הזה ונזכה ונחיה, מיר זאלן זוכה זיין מקיים צו זיין די מצות אויף די וועלט מיט אן אמת'דיגע חיות מיט די גאנצע כוחות פון דער הארץ, ווייל דעמאלטס וועלן מיר קענען זאגן "ונחי"ה" דעמאלטס הייסט געלעבט... --די צורה פון רבין פלאמט, ער קלאפט מיט די הענט אויף זיינע שטערן, און שרייט מיט קולי קולות: "מיר וועלן זיך זען מיט די אבות, און דאס הייסט געלעבט..."
 
...טראך!


דאס הייליג הארץ האט אויפגעהערט צו קלאפן, זיין צורה איז תיכף נשתנה געווארן פון פלאמעדיג רויט אויף ווייס ווי קאלך, ווען די צוויי הייליגע און שארפע אויגן קוקן אויף דעם ארון הקודש. דער עולם האט נישט געכאפט וואס דא איז פארגעקומען, מען איז געזעסן איינגעהילט אין א פחד פון די פלאמפייערדיגע ווערטער, ר' אלימלך האט תיכף געכאפט וואס דא קומט פאר, ער איז געלאפן ברענגען וואסער, דער רבי איז געבליבען זיצן אויפן בענקל. פלוצלינג האט דער עולם געכאפט וואס דא קומט פאר, מ'האט זיך גענומען שרייען "הצלה, הצלה!" די געטרייע הצלה וואלונטירן זענען מיט איילעניש געקומען צו לויפן, זיי האבן פרובירט וואס זיי האבן געקענט, נאך א האלבע שעה האבן זיי אויפגעהויבן זייערע הענט זעענדיג אז עס איז מער נישטא וואס צו טאן, וכבר נגזרה גזירה ויצאתה נשמתו בטהרה!
 
אוי געוואלד! רבי! רבי! האט זיך געהערט די יאמערליכע געוויינען פון אלע זייטן, דער עולם האט נישט געקענט קומען צו זיך פון שאק, מען האט נישט געגלייבט אז דער רועה נאמן איז אזוי פלוצים אוועקגעריסן געווארן, און עס איז נישט געווען א מעגליכקייט איינצורייסן פאר זיין געזונט.
 
די ביטערע בשורה האט זיך גלייך צושפרייט אין וויליאמסבורג, וואו מען האט געקענט זען אידן זיך ארומדרייענדיג מיט צובראכענע פנימ'ער.
 
אזוי ווי עס איז דאן געווען זומער, האט זיך רוב עולם געפונען אויף די בערג אין די קעטסקילס, אין די ביטערע שמועה איז אנגעקומען ערשט מוצאי שבת, און קרית יואל איז די בשורה אנגעקומען אום שבת צוליב דעם וואס אזוי ווי עס איז נישט געווען אין ספינקא בית המדרש א געהעריגער טעלעפאן נאר א פובליק טעלעפאן, און מען איז געווען אין א פארלעגנהייט נישט קענענדיג רופן די הצלה. וואלף ש., א קרית יואל'ער יונגערמאן האט זיך דאן געפונען ביים טיש, און ער האט זיך פארבינדן מיט דער קרית יואל'ער הצלה וואס זיי פארמאגן א טאל פרייע נומער וואס מען קען רופן פון א פובליק טעלעפאן, און די קרית יואל'ער הצלה האט זיך תיכף פארבינדן מיט דער וויליאמסבורגער הצלה.
זונטאג פרשת שופטים איז פארגעקומען די לויה במעמד אלפים מישראל, צדיקים וגאוני הדור, אנשים נשים וטף, ויבכו אותו כל בית ישראל, ער איז געקומען לקבורה אין דער ספינקער חלקה אינעם בית החיים אין ניו דזשערסי.
 
מיט זיין פטירה איז אוועק גענומען געווארן פון די ספינקא חסידים בפרט און פון כלל ישראל בכלל א רועה נאמן, א ליבליכער פאטער, אן איש חכם ונבון מיט וועם מען האט זיך שואל עצה געווען א יעדן טריט אין שריט, א פועל ישועות, און בעיקר א מורה דרך, א צדיק וואס האט אנגעווארעמט אידישע הערצער ביז צום לעצטן רגע פון זיין לעבן. מיר ווארטן שוין אויף דעם גרויסן טאג ווען די צדיקים וועלן אויפשטיין תחית המתים ובתוכם רבי הערשעלע זצוק"ל, לאמיר זיך אנכאפן אויף זיינע לעצטע ווערטער וואס ער האט געבעטן אז מען זאל זיך נישט שעמען פון די אבות הקדושים, לאמיר מתקן זיין אונזערע מעשים אז מיר זאלן זיך פון אים נישט דארפן שעמען.
 
בגן עדן תהא מנוחתו, וימליץ טוב בעדינו, אכי"ר.
 
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
 
 ***
 

 
קרישעלעך

שלשלת ספינקא
חסידות "ספינקא" איז נתייסד געווארן דורך הגה"ק רבי יוסף מאיר ווייס זצוק"ל בעל ה"אמרי יוסף", דערנאך איז עס אריבער צו זיין זון הגה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס הי"ד, הגה"ק רבי אברהם אביש הורוויץ הי"ד אבד"ק קראלי איז געווען אן איידעם ביי דעם חקל יצחק, זיין שווער האט אים ממלא געווען אלס ראש ישיבה אין ספינקא. נאכ'ן קריג האט זיין זון כ"ק אדמו"ר רבי שמואל צבי הורוויץ אדער ווי מען האט אים גערופען בלשון חיבה רבי הערשעלע צוריק אויפגעבויט 'חסידות ספינקא' על אדמת אמעריקע, און בניו וחתניו זענען היינט ממשיך דעם שלשלת.
 *

דאס התקשרות צום חקל יצחק
רבי הערשעלע איז געווען מקושר צו זיין זיידן דער חקל יצחק מיום הוולדו ביז ווען די נאציס ימ"ש האבן אים פארשיקט קיין אוישוויץ. רבי הערשעלע איז געבוירן געווארן ט' תמוז תרפ"א, דער הייליגער מנחת אלעזר איז געווען דער מוהל, און דער חקל יצחק האט געזאגט די ברכות און קורא שם געווען, אט דעמאלטס פונעם נאמען געבן האט זיך אנגעפאנגען די התקשרות צווישען זיידן און אייניקל.
 
דער חקל יצחק האט מיטגענומען זיין אייניקל איבעראל מיט זיך. זיי זענען געשלאפן אין איין צימער, אזוי האט ער געקענט מיטהאלטן די עבודת הקודש פון זיין זיידן אויף טריט אין שריט. אזוי אויך האט דער חקל יצחק געהאט א שיעור קבוע מיט אים. און בשעת'ן נעמען די קוויטלעך איז ער געשטאנען נעבן דעם חקל יצחק, און פון צייט צו צייט האט ער אים געהייסן מיטלייענען די קוויטלעך. אין די עלטערע יארן פונעם חקל יצחק האט אים רבי הערשעלע משמש געווען. עס איז געווען נפשו קשורה בנפשו, רבי הערשעלע האט באגלייט דעם חקל יצחק ביזן באן וואס האט אים געפירט קיין אוישוויץ, וואו די רשעים האבן זיי צוטיילט הי"ד.
 
דאס רוחניות'דיגע התקשרות האבן די רשעים ימ"ש נישט געקענט צוטיילן, רבי הערשעלע פלעגט צו לעבן מיטן זיידן דער חקל יצחק, ביזן לעצטן טאג, ווען ער האט עספעיט מסיים צו זיין די מסכת לעילו נשמתו נאך צען חדשים בעפאר די יארצייט, און אויך האט ער דערמאנט זיינע ווערטער ביי דער "לעצטער תורה". הנאהבים והנעימים בחייהם, ובמותם לא נפרדו.
 *

מען האט צוגעכאפּט דעם צדיק
ווען הרה״ק מסאטמאר זצוק"ל איז געזעסן שבעה נאך זיין טאכטער, איז צווישן די מנחמים אויך געווען רבי הערשעלע זצוק"ל. דער רבי האט אים גערופן זיצן נעבן אים, און ער האט געשמועסט מיט אים, אינמיטן דעם שמועס האט דער רבי געזאגט פאר רבי הערשעלע, דאס א צדיק וואס ווערט נסתלק אנדעם וואס מען זאל קענען זאגן תהלים מתפלל צו זיין אויף אים, דאס הייסט "מען האט צוגעכאפט דעם צדיק". אט דאס איז מקוים געווארן ביי רבי הערשעלע, ער איז ממש צוגעכאפט געווארן פון אונז.
 *

אריינגעכאפּט א ברכה בעפאר דער פּטירה
דאנערשטאג פ' ראה א טאג בעפאר דער פטירה, איז א איד געקומען צו רבי הערשעלע און זיך אויסגערעדט דאס הארץ, דאס ער האלט שוין זעכצן יאר נאך זיין חתונה, און ער איז נאכנישט נפקד געווארן בזרע של קיימא, רבי הערשעלע האט אים געפרעגט צי ער לייגט תפילין א יעדן טאג, דער איד האט געענטפערט אז ניין, און צוגעלייגט א סיבה דערצו (ער האט געהאט א טעות אין דער הלכה). האט אים רבי הערשעלע געזאגט אז אויב ער איז אויף זיך מקבל מהיום והלאה צו לייגן תפילין א יעדן טאג וועט ער נפקד ווערן. דער איד האט זיך מקבל געווען, און ער האט אים אנגעוואונטשן. וכך הוה נאך אין יענעם יאר איז דער איד נפקד געווארן מיט א אינגל. עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז ביי דער "לעצטער תורה" האט ער זייער שטארק מעורר געווען וועגן לייגן תפילין בכוונה, ומי יבא אחר הצדיק.
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:53 pm

ארכיוויסט

לייגסט אזעלעכע גוטע ארטיקלעך און מיר זאגן א גרויסען ישר כח.

אויב סע דיך נישט שווער, לייג אויך ווי סע געווען געדרוקט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:54 pm

געוואלדיג, ווארעם. די אויגן זענען נאס!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17801 מאל

הודעהדורך קלוג און יונג » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:08 pm

זייער שיין געשריבען ארכיוויסט.
איך האב קרובים וואס האבען געפרעגט ר' הערשעלע ביז צו זיי זאלען קויפן קלינעקס טישאס. ער האט אסאך מענטשן געהאלפן מיט פראבלעמען און זיי האבען באוויינט זיין פטירה.
בין איך אבער דער איינציגסטער וואס איז סאך מער נתרגש געווארן פון דיין העלען קעלער ארטיקל ווי פון די?
צו קען מיך איינער אויפקלערן און וועלכע מצוה אדער מידה איך קען איינקעשן די פאקט אז ר' הערשעלע האט קלאר געוויסט ווען ער גייט שטארבן?
ס'גריזשעט מיר אויך דעם "מען האט געשפירט ווי דער רבי איז בוחן כליות ולב"
אז ר' הערשעלע איז בוחן כליות וואס טוט זיך ירמי' אזוי אויף אז דער אייבישטער איז?
נעם עס אראפ, אדער לייג שוין צו אז מ'האט געפילט ווי ער איז 'האל הקדוש שאין כמוהו המניח לעמו ביום שבת קדשו'! פאר גוד מעזשער...
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:08 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך zurich » זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:55 pm

קלוג און יונג האט געשריבן:זייער שיין געשריבען ארכיוויסט.
איך האב קרובים וואס האבען געפרעגט ר' הערשעלע ביז צו זיי זאלען קויפן קלינעקס טישאס. ער האט אסאך מענטשן געהאלפן מיט פראבלעמען און זיי האבען באוויינט זיין פטירה.
בין איך אבער דער איינציגסטער וואס איז סאך מער נתרגש געווארן פון דיין העלען קעלער ארטיקל ווי פון די?
צו קען מיך איינער אויפקלערן און וועלכע מצוה אדער מידה איך קען איינקעשן די פאקט אז ר' הערשעלע האט קלאר געוויסט ווען ער גייט שטארבן?
ס'גריזשעט מיר אויך דעם "מען האט געשפירט ווי דער רבי איז בוחן כליות ולב"
אז ר' הערשעלע איז בוחן כליות וואס טוט זיך ירמי' אזוי אויף אז דער אייבישטער איז?
נעם עס אראפ, אדער לייג שוין צו אז מ'האט געפילט ווי ער איז 'האל הקדוש שאין כמוהו המניח לעמו ביום שבת קדשו'! פאר גוד מעזשער...

יא צו דו ווילסט צו די ווילסט נישט, צדיקים האבן א שטארקן כח!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 11:34 pm
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך קווארטין » זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:16 pm

שכוח ארכיוויסט, זכר צדיק לברבה.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:46 pm

הערליך!! זייער ווארעם באשריבען.
די יארצייט היייאר וועט ביי מיר אנדערש אויסזעהן נאכן דאס ליינען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6098
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:53 am

ער און דוד המלך האבען מן הסתם גלייך געוויסט ווען זיי גייען שטארבען.

נאר וואס דען?

די גמרא האט נישט געזאגט קיין ליגענט, זעהט אויס דוד המלך איז געווען גענוג גרויס. היינט, מוז מען זאגען גרויזאמע ליגענטס, גרויס צו מאכען א נישטיגס.

איך מאך נישט אוועק דעם צדיק, אבער זיינע אמת'ע מעלות ווערען נישט דערמאנט אין דעם ארטיקעל, נאר הוילע פוסטע דמיונות אויסגעזויגען פין א פינגער פין א חסיד וואס האט א רצון די זאלסט מיינען אז דאס איז געווען זיין רבי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:02 am

איחוד פעלד האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק דעם צדיק, אבער זיינע אמת'ע מעלות ווערען נישט דערמאנט אין דעם ארטיקעל, נאר הוילע פוסטע דמיונות אויסגעזויגען פין א פינגער פין א חסיד וואס האט א רצון די זאלסט מיינען אז דאס איז געווען זיין רבי.

די ארטיקל רעדט נישט פון ר׳ הערשעלע׳ס גרויסקייט. עס באשרייבט זיין מורא׳דיגע פטירה. דאס איז לכו״ע געווען א מורא׳דיגע געשעעניש.
אז דו רעדסט שוין יא, זאג שוין יא זיינע עכטע מעלות...!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:57 am
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך קרעקער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:41 am

איך וואלט נישט געואלט די עליונים זאלן מיך אזוי פלוצלינג און האסטיג פארכאפן
די זעלבע ווי איך ואלט נישט געוואלט שטארבן פלוצלינג אין א עקסידענט
שטארבן ווי א יוד מיינט אז מ'גרייט זיך צו, מ'טוט תשובה, מ'זאגט וידוי און קר"ש.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1077
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 527 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:41 pm

איך וויל נישט אפקילען דער זאך, אבער למען האמת דארף דאס ווערען ארויס געברענגט,
אויף יעדער איינער לאו דוקא א רבי קען מען האבען מעשיות ועובדות בבחינת איהו לא חזי מזליה חזי, נאר דער מעלה וואס א רבי האט איז אז ער איז ארום גענומען מיט מיר מענטשען איז דא מיר מער מעשיות, מער בעלי דמיונות וואס האבען ליב מדמה זיין מילתא למילתא.

בנוגע די 'תורה' פון פרייטאג צו נאכטס, וואס פון דעם מאכט מען דער גרעסטע עסק, אדרבה דאס וואלט געדארפט זיין דעם קלענסטן עסק, דאס איז פשוט געוועהן זיין סגנון פון רעדן כידוע למכירו ומיודעיו, די עלטערן די זיידעס וכדומה.

ווער ווייסט היינט צו טאג וויפיל ווערטער מ'האט צוגעלייגט צו יענער פרייטאג צו נאכט'ס תורה וואס באמת האט ער דאס קיינמאהל נישט געזאגט, און דער בעל הממציא ומחדש קען שוין נישט צוריק צוען זיינע ווערטער, ווייל אויב יא זענען די בושות גרויס.

האלטס אייך רואיג, גארנישט פסירט, ער ווערט נישט קלענער אויב ווייניגער שטותים וועלען געשריבען ווערען.

אגב, דער ספינקא רבי איז פון די דריי רבי'ס וואס זענען גרויס געווארען (אדער נאך גרעסער געווארען) נאך דער סטרואק פון סאטמאר רבי שנת תשכ"ח, וה"ה פשעווארסק רבי, טאהש רבי, און ספינקא רבי.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט...
(קרעדיט: געוואלדיג)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:37 pm

תשכ"ח אדער תשל"ט?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

הודעהדורך חייםהערש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:19 pm

תשכ"ח איז ער נישט גרויס געווארען נאר יארן שפעטער
איך בין געווען כמה פעמים ביי אים איז די סוף ל יארן אין עס איז געווען גאר א קליינער ציבור
חייםהערש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 03, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ברוין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:33 am

די פאקטן ארום מאכט נישט אזוי אויס. ארכיוויסט האט נאך אלעם פיין געשריבן
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:46 am

חייםהערש האט געשריבן:תשכ"ח איז ער נישט גרויס געווארען נאר יארן שפעטער
איך בין געווען כמה פעמים ביי אים איז די סוף ל יארן אין עס איז געווען גאר א קליינער ציבור

אמת. איך געדענק אמאל בערך תשל״ח בין איך געוועהן ביי אים שלש סעודות און ס׳געוועהן בערך 15 מענטשען. אבער אנפאנג מ׳ יארען האט ער שוין געהאט א גרעסערע עולם. ער האט קיינמאל נישט געהאט א ריזיגע עולם , נאר ממש אין די לעצטע יארן האט מען זיך געשטיפט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6098
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:11 pm

איך האב געהערט אז זיינע קינדער פלעגן ביי שלש סעודות אין די שובבים אנהייבן מאכן א קול בכי אזוי ווי זיי וויינען, כדי צו מאכן א מצב......
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

הודעהדורך real jew » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:46 pm

איז עס געווען א חידוש? אדער איז דאס געווען זיין שפראך? איך האב געהערט פון א באקאנטן אז אסאך פון זיינע תורות האבן ענליכע ווערטער.
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 12:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:18 pm

אלבערט ליינט קאווע שטיבל???
אינטערסאנט אז "די אידישע צייט" אין "די צייטונג" האט באשריבן ר' הערשעלע זצ"ל זייער ענדליך צו דעם ארטיקל...
בייגעלייגטע פיילס
די צייטונג - ספינקא.jpg
די צייטונג - ספינקא.jpg (207.87 KiB) געזען געווארן 1544 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3362 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:23 pm

כ'געדענק אז נאך די ''טראגישע פטירה פון הגה"ק רבי הערשעלע ספּינקער זצוק"ל האב איך דערציילט פאר א גרויסען ת''ח וועגן די ''מורא'דיגע'' פטירה, האט ער מיר געזאגט אז די גמרא זאגט אין מועד קטן כח. מת פתאום זו היא מיתה חטופה, דערציילט די גמרא רב הונא נח נפשיה פתאום הוו קא דייגי רבנן תנא להו זוגא דמהדייב לא שנו אלא שלא הגיע לגבורות אבל הגיע לגבורות זו היא מיתת נשיקה ע''כ זאגט ער מיר קודם ווער געוואר צו ער איז שוין געווען אכציג (וואס איך ווייס נישט עד היום)
דערנאךהאט ער געזאגט אז ס'דא א פשט "הגיע לגבורות" אז איינער האט זיך אויסגעארבעט אז ער איז זיך אלץ גובר אויפן יצר, וואס דאס קען יעדער זאגען אויף הגה"ק רבי הערשעלע ספּינקער זצוק"ל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:25 pm

outspoken האט געשריבן:זאגט ער מיר קודם ווער געוואר צו ער איז שוין געווען אכציג (וואס איך ווייס נישט עד היום)

ס'ליגט מיר אין זכרון אז ער איז געווען 78.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1462 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט