דאס אויפשטאנד אין ווארשא!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

דאס אויפשטאנד אין ווארשא!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די דאזיגע טעג מיט אכט און זיבעציג יאר צוריק האט אויסגעבראכן די ווארשעווער געטא אויפשטאנד.
דרייסטע אידישע יונגעלייט און מיידלעך אינעם ווארשעווער געטא, האבן אנגעהויבן צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד קעגן די פארשאלטענע נאציס. פון די טיפענישן אינעם בונקער פון מילא 18 האט דער קאמאנדיר פון די פאראייניגטע אידישע מיליטערישע קרעפטן אינעם געטא, מרדכי אונאלאוויטש, ארויסגעגעבן דעם באפעל צו עפענען פייער אויף די נאציס. א באראזש פון העפטיגע שיסערייען צווישן די אידישע אויפשטענדלער און די נאציס האט אויסגעבראכן איבער די שמאלע געשלענגלטע געטא גאסן.

דער רייכספירער היינריך הימלער, האט באאויפטראגט פאר עס עס גענעראל, גרופנפירער יורגן שטרופ ימ''ש, צו נוצן אלע קרעפטן וואס שטייען אונטער זיין פארפיגונג, אונטערצודרוקן דאס אידישער אויפשטאנד מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט! הויפטזעכליך האט געקרענקט פאר די נאציס די צוויי פענער וואס עטליכע העלדישע יונגעלייט, האבן אויפגעהאנגען אויפן דאך פון א הויז אינעם צענטער פונעם מוראַנאָווסקי קוואדראט: דער נאציאנאלער פוילישער פאן, ווי אויך די פאן מיטן א בלויע מגן דוד. די דאזיגע צוויי פענער האבן ארויסגערופן בייז-בלוט ביי די נאציס, עס איז געווען פאר זיי ווי א בייזער דארן אין אויג. די פענער דארפן זאפארט אראפגענידערט ווערן פאר יעדע פרייז! האט דער רייכספירער הימלער פון בערלין געדונערט, אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט גרופנפירער שטרופ. פאר גאנצע פיר טעג! האבן די פענער געפלאטערט מיט שטאלץ, ביז ס'איז ענדליך געלונגען פאר די נאציס עס אראפצונידערן.

דער רשע שטרופ, האט געזען ווי ער קען נישט בייקומען די אידישע אויפשטענדלער, ווארום זיי זענען געווען טיף אריינגעגראבן און בריקאדירט אין אונטערערדישע בונקערס, פון וואנעט זיי האבן געשאסן און געווארפן ברענדיגע מאלטאוו פלעשער אויף די נאציס, אומברענגענדיג מאסן נאציס, האט ער ארויסגעגעבן דאס באפעל אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא אינאיינעם מיט אירע איינוואוינער. ער האט אריינגערופן ספעציעלע אייינהייטן פון די וועהרמאכט וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט מיט פייער-שפריצער געווער, און זיי זענען געגאנגען פון הויז צו הויז און אריינגעשפריצט פייער גאז, ביז די הויז איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקראכן פון זייערע נארעס מיט די הענט אין די הייעך, און זיי זענען באלד פארהאלטן געווארן דורך די נאציס און אפגעשיקט געווארן צום אומשלאג פלאץ, פון וואו זיי זענען געפירט געווארן אין פארמאכטע בהמה וואגאנען קיין טרעבלינקע איז צו די גאז קאמערן. מאנכע פון די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקומען איינגעהילט אין ברענעדיגע קליידער, און זיי האבן זיך ספאנטאן געווארפן אויף די נאציס און זיי ארום געהאלזט. אזוי אז דער נאצי זאל פארברענט ווערן אינאיינעם מיט זיי.

דער געטא מיט אירע האלב מיליאן איינוואוינער, איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. מיט די פלאמען אינאיינעם זענען אויפגעגאנגען שווערע טויזענטער הייליגע ריינע נשמות, פון דאס שענסטע און בעסטע וואס דאס אידישער פאלק האט נאר פארמאגט. זיי זענען אבער כאטש געשטארבן מיט א גוטע געפיל, אז זיי האבן מיטגענומען וואס מער נאציס מיט זיך. זיי זענען נישט געשטארבן ווי קיין ליימענע קעלבער. ס'ווערט געשאצט אז דריי הונדערט נאציס זענען אומגעקומען אין לויף פון די שלאכטן. דאס איז אבער גאר א גרויסער אונטערשיד צו די דרייצן טויזענט אידישע קינדער (אויב נישט מער) וועלכע זענען נעבאך טראגיש גע'הרג'עט געווארן אינעם אויפשטאנד!

ווי מ'זעט אין די שריפטן וואס זענען פארבליבן פון די אויפשטענדלער, האבן זיי גאר גוט געוויסט דאס טראגישע ענדע וואס ערווארט זיי. זיי האבן געוויסט אז זיי וועלן נישט קענען באזיגן די מעכטיגע נאצישע קריגס מאשין, מיט בלויז עטליכע פּרימיטיווע האנט ביקסן און מאלטאוו פלעשער, נאר וואזשע דען? זייער נאציאנאלער שטאלץ האבן זיי נישט ערלויבט גע'הרג'עט צו ווערן אן קיין ווידערשטאנד. זייער מאטא איז געווען: יא! מיר גייען ווירקליך גע'הרג'עט ווערן, אבער נישט אליין! מיר גייען מיטנעמען וואס מער נאציס מיט זיך.

צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע.,ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להרגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר