די אידן און פסיכאלאגיע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

די אידן און פסיכאלאגיע

שליחה דורך שאלתיאל »

אריינפיר

א באקאנטע פאלקס ווערטל לויטעט אז פינף אידן האבן פארמורלירט די כללים פון די מענטשליכע געזעלשאפט ''משה האט געזאגט אז דער תורה איז אלעס. ישו האט געזאגט אז ליבשאפט איז אלעס. מארקס האט געזאגט אז געלט איז אלעס. פרויד האט געזאגט אז **** איז אלעס. און איינשטיין האט געזאגט אז אלעס איז רעלאטיוו''. לייגענדיג דעם געלעכטער אין א זייט קען מען נוצן דעם קלישע ''אסאך פעדערן זענען שוין צובראכן געוווארן און אסאך טינט אויסגעגאסן '' אויפן מערקווערדיגן פראגע פון דער אידישע 'געניוס'. דער פאקט אז אידן צייכענען זיך אויס אין אזויפיל פעלדער אין זייערע איינפלוס איז טויזענט מאל מער אין פראפארציע צו זייער פיצי פראצענט אין דער באפעלקערונג. אין וועלכע פעלד מען נייגט נאר דעם בליק באגעגנט מען די אידישע פינגערפרינטס, זאל עס זיין פילאסאפיע ( לעווינאס, פאפער, לודוויגשטיין, אראנדט, קארל מארקס, בערלין, רוזנצווייג, הארבערט מארקאזע די פראנקפורטע חבורה ) ליטעראטור און פאעטרי (קאפקא, היינע, פראוסט, שלום עליכם, יצחק באשעוויס זינגער, אלי וויזל, דזשאסעף העלער) דיפלאמאטיע און פאליטיק (ד'יזראעלי, הערצל, טראצקי, קיסינדזשער, אלברייט) סייענס (איינשטיין, סילארד, אפענהיימער פרענקלין און דער מאנהעטן פראיעקט) טעכנאלאגיע און הייטעק ( לארי פעידזש און סערגיי ברין, מארק צוקערבערג, יאן קים ) ביזענסלייט און עשירים (ראטשילד פאמיליע, העלענא רובינשטיין, אסתי לאודער, שלדאון עדלסאן, ספרא פאמיליע, דזשארזש סאראס) קאמידיען ( עימי שומער, דזשאן סטאיארט, לארי דייוויד און דזשערי סיינפעלד) ווייטער האבן מיר קארל לאנדשטיינער, פאול ארליך, יונה סאלק, זיגמונד מארקוס, פעליקס מענדעלסאן, הארי האדיני, זיגמונד פרויד, פריץ האבער, אמאמדו מודיאליאני, מארק שאגאל, נועם חאמסקי, דניאל כנהמן, יובל נוח הררי, ליזה מייטנער, און דב מורן . פון אטאם ביז גוגל, פון USB ביז כימאטעראפיע, פון אטאמאביל ביז סנאפטשאט, וואצאפ, גוגל, וועיז, כעמישע וואפן, פילן און שחמט. פון ציוניזם ביז מארקסיזם, סאציאליזם און קאמיניזם און כ'שטעל מיך דא אפ פאר איך פיל אן עטליכע בלעטער מיט אידישע טעאריעס, ערפינדונגען און אינפלוסרייכע פיגורין פון אידישן אפשטאם. 1

דא אין קאווע שטיבל איז שוין פארהאן אן אשכול וועלכע טוט דורך דעם נקודה און ברענגט ארויף פארשידענע טעאריעס און שפעקולאציעס איבער דעם ערשיינונג. היינט וויל איך מאכן א קלאוז-אפ אויף איינער פון די פעלדער ווי די אידעלאך האבן זיך עקסטער אויסגעצייכנט אפילו אין פארגלייך צו אנדערע פעלדער און דאס איז : פסיכאלאגיע.

ווען מען ליינט, שטודירט אדער מען טוט אין פסיכאלאגיע שטייט מען געפלעפט אנטקעגן דעם סיטואציע וואס שפילט זיך איבער נאכאנאנד. א ריזיג טייל פון טעאריעס, שיטות, און עקספערימענטן גייען צו בערך אזוי '' שמערל האט געטראפן בערל און האבן פאבריצירט א טעאריע. שפעטער זענען געקומען זייערע תלמידים זרח און ברוך און פארברייטערט דעם טעאריע אדער זיך געקריגט דערויף און זיך ארומגעאמפערט צווישן זיך''. דער שילדערונג איז אביסל איבערגעטריבן אבער דער באשטייערונג פון אידן צו פסיכאלאגיע איז פרעצעדענטלאז און גענצליך פראפארציעלאז. צום ביישפיל, אין 2002 האט דער .American Psychological Association פובליצירט א ברייטע אנקעטע איבער די הונדערט מערסט איינפלוסרייכע פסיכאלאגן פונעם 20'טע סענטרי. 38 דערפון זענען אידן. אין פאקט האבן די דייטשן אנגערופן פסיכאלאגיע אלץ דער ''אידישע סיייענס'' און האבן דערפאר פאברענט פרויד'ס ביכער ווי מיר וועלן זען שפעטער.
די קומענדיגע סעריע ארטיקלען איז איבער פסיכאלאגיע און איבער די אידאלעך וועלכע האבן איר בייגעשטייערט אירע מערסט פרעסטזישפולע טעאריעס, מעטאדן און עקספערימענטן. מיר וועלן דורכשפרייזן בשבילי הפסיכאלאגיע און ווען מיר וועלן באגעגנען די אידעלאך וועלן מיר זיך באקענען אביסל מיט זייער ביגראפיע און זייערע באשטייערונגען צום אנטוויקלונג פון דער פסיכלאגישע פעלד.

פרויד און פסיכאנאליזע
אנהייב די 19'טע יאר הונדערט ווען פסיכאלאגיע האט אנגעהויבן שטעלן אירע ערשטע טריט און באקומען איר אנערקענונג אלץ א נייע באזונדערע פעלד אין סייענס איז דער שיטה און צוגאנג וואס האט שטארק געוועלטיגט (בעיקר אין אייראפע) געווען דער ''פסיכאנאליזע'. דער גרינדער פון דעם שיטה איז געווען דער בארימטע עסטרייכישע- אידישער נויראלאג און פסיכאלאג ד"ר זיגמונד שלמה פרויד (1856-1939) פרויד א זון צו א אידישע סוחרים פאמיליע ווערט פארעכנט ביז היינט צוטאגס אלץ ''דער פאטער פון פסיכאלאגיע''. ער איז געווען דער טעארעטיקאן פון דער רעוואלוציאנערישן פסיכאדינאמישע טעאריע וועלכע האט געשאקעלט א וועלט און איבערגעלאזט א מעכטיגן אייינדרוק אויף דער מערב קולטור. פסיכאנאליזע רעכנט אריין א פסיכאלאגישע טעאריע, און א פסיכאטעראפישע טעראפי מעטאד. אין אלגעמיינע אויבערפלעכליכע שטריכן לויטעט דער טעאריע אז דער זעלבסט דערקלערטע ''ראציאנאליסטישע'' מענטש איז אינאמת'ן קאנטראלירט און מאטאוואציאנירט דורך חיה'שיע אינסטינקטן און דורך קאנפליקטן וועלכע האבן זיך ערווארבן אין די גאר אינגע יארן און האבן זיך קווארטירט אין דעם ''סאב- קאנטשענס'', פון דארט מאנעווירן זיי דעם מענטש. דער מענטשליכע זעל איז ווי א אומבאוויסטזיניגע שלאכטפעלד ווי עס אמפערן זיך דעם מענטשן'נס נאטורליכע אינסטינקטן און די מאראלישע באגרעניצונגען פון דער סאסייעטי, דער מענטש איז א קרבן פון דעם שלאכטפעלד. סאב-קאנטשענס''' איז איינס פון די פולע מושגים פון פרויד'ס טעאריעס וועלכע זענען באקאנט פאר יעדן. ווי פרויד אליין האט געטענה'ט, דריי אויפדעקונגען אין לויף פון היסטאריע האבן מצליח געועון צו אויפשאקלען די מענטשהייט און באיינדרוקן זייער קולטור ערשטנס איז דער אויפדעקונג פון קאפערניקאס אז דער ערד קוגל איז נישט דער צענטער פון דער יוניווערס נאר איינס פון עטליכע פלאנעטן וועלכע דרייען זיך ארום דעם זין. צווייטנס איז דער אויפדעקונג פון טשארלס דארווין אז דער מענטש איז נישט קיין ספעציעלע מין נאר איז איינער פון די באשעפענישן וועלכע האבן זיך אנטוויקלט פון פריערדיגע בעלי חיים אין לויף פון די יארן ,און דריטנס דער אויפדעקונג פון פרויד זעלבסט אז דער מענטש איז נישט באלעבאס אויף זיך נאר איז א רעזולטאט פון זיינע אינערליכע שוואכקייטן.

פרויד האט אנטוויקלט זיין טעאריע צוזאמען מיט זיין אידישן פריינד דער עסטרייכישע נוירא-פיזיאלאג ד"ר יוזף ברויער דערנאך וואס זיי האבן באהאנדלט א ספעציפישע פאציענטין מיטן נאמען אנה או, וועלכע איז געווען דער צונאמען פון די אידישע מיידל בערטא פאפענהיים, פאפענהיים איז לכאורה דער מעסט באוויסטע פאציענט אין היסטאריע פון פסיכאלאגיע . זי איז צוליב דעם געווארן בארימט און איז געווארן שפעטער א פעמיניסטישע אקטיוויסטיקע.

פרויד'ס טעאריע און מעטאד איז אין אנהייב אנגענומען געווארן מיט גרויס פארדאכט סלעש פאראכטונג אבער צוביסלעך איז עס אריין אין דער קאנצענזוס און גענאסן פון שטארקע פאפולאריטעט. אבער אין היינטיגן אמפירציסטישע סייענטיסטישע סארט צוגאנג וועלכע הערשט אין דער פסיכאלאגישע וועלט איז איר גלאנץ היבש אראפ ווארום זיין טעאריע און טעראפי מעטאד איז קיין סייענטיסטישע, שטייט נישט אויס קיין עקספערימענטן און קען נישט ווערן אפגעפרעגט. עס איז געבויעט בעיקר אויף פרויד עקספיריענס ,השערות און זעלבסט פארשונג. די דאזיגע צוגאנג צום פסיכאנאליזע האבן געפירט די צוויי אידישע פילאסאפן פון סייענס קארל פופער און אדאלף גרינבאום און איז אנגענומען היינט צוטאגס. דאס פארמינערט נישט אבער כהוא זה פון זיין ברייטע מאגישע איינפלוס וואס זיין טעאריע האט געהאט סיי אויף פסיכאלאגיע און בכלל אויף דער אויפגעקלערטע מערב וועלט קולטור. פינגער אפדרוקן פון פרויד'ס טעאריע קען מען טרעפן אין סאצילאגיע, אנטראפאלאגיע, פילאסאפיע, פאעזיע, און ליטעראטור. נישט בחינם ווערט ער פארעכנט אלץ איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע וויסענשאפטליכע און אינטעלעקטואלן פון דער 20 יאר הונדערט צוזאמען מיט אנדערע אידן ווי איינשטיין.

פרויד באציאונגען מיט זיין אידישן אידענטיטעט איז געווען אמבילעוואנט. פון דער רעליגיעזן שטאנדפונקט איז ער געווען א אויסגערופענע אטעאיסט וועלכע האט געהאלטן אז רעליגע איז א ''קאלעקטיווע נויראזע''. זיין ווייב וועלכע האט געשטאמט פון א רבני'שע משפחה האט ער נישט געלאזט צינדן לעכט און געצווינגן צו עסן חזיר פלייש. שוין אפגערעדט פון זיין קאנטערווערסיאלע סלעש קאריאזע בוך איבער משה רבינו ווי ער צעהאקט און צושטיקלט דאס מערסטע הייליגסטע פאר גלויביגע אידן . פון דער אנדערע זייט אבער האט ער נישט אויפגעגעבן אויף זיין אידישן אידענטיטעט און נאציאנאליטעט און זיך געהאלטן שטאלץ דערמיט ביי יעדן געלעגנהייט. אנדערש ווי אנדערע געלערנטע אין זיין צייט האט ער זיך נישט אסימולירט נאר געבליבן א איד ווי ער שרייבט איינפאך אין זיין אטאביאגראפיע ..'' מיינע עלטערן זענען געווען אידן, איך בין געליבן א איד''. זיין שטארקע הערצה צום אידישן פאעט דער מומר היינריך היינה און צום אידישן פילוסוף ברוך שפינוזה האט אויסגעדרוקט זיין באלאנגונג צום נייע סארט איד וועלכע האט זיך געזען אלץ א איד נישט מכוח זיין רעליגיעזע אמונה אין גאט נאר מכוח דער נאציאנאלע אידישע קולטור און דער היסטארישע געמיינזאמע שיקזאל פונעם אידישן פאלק.

אינטערסאנט: פון דער טאגבוך פון דער לעצטע ליובאוויטשער רבי איז מען געוואור געווארן אז דער רבי ר' שלום בער דער 'רש"ב' האט באזוכט פרויד אין וויען און 1903 ווען ער האט געליטן פון דעפרעסיע און איז באהאנדלט געווארן דורך אים. דער רש"ב איז ווארשיינליך אויך באהאנדעלט געווארן דורך אן אנדערן אידישע פסיכאלאג ד"ר ווילהעלם שטעקל פון פרויד'ס תלמידים. 2
אינטערסאנט: טראץ די קאנפליקט לכאורה צווישן פסיכאנאליזע און אידישקייט זענען דא מאנכע וועלכע ציען א פארלעל צווישן פארשידענע מאטיוון פון פרויד'ס פסיכאנאליזע צו קבלה און חסידות ווי למשל צווישן דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אינסטינקט צו דער נפש הבהמית פון דער בעל התניא 3. דער אידישער שרייבער און דזשורנאליסט נארמאן לעברעכט טענה'ט אז די ווארצלען פון די זעקס הויפט מאטיוון אין פרויד'ס טעאריע טרעפט מען אין מקרא, תלמוד און אין די אידישע ספרים. 4

פרויד האט צוזאמענגעקליבן ארום זיך א גרופע געקליבענע תלמידים וועמען ער האט געלערנט זיין שיטה און האט זיי קוואליציפירט. טייל פון זיי האבן פאברייטערט זיין טעאריע, טייל האבן זיך געקריגט דערויף. כמעט אלע פון זיי זענען געווען אידן. דער איינציגסטע גוי אין דער חבורה איז געועון קארל יונג. אין א בריוו צו איינער פון די תלמידים האט פרויד זיך אויסגעדרוקט מיט צופרידנהייט איבער דעם הצטרפות פון יאנג צו זיין חבורה האפענדיג אז דאס וועט אים געבן דער אזוי געגארטן שטעמפל פון כשרות פארן אלגעמיינע גאס . איבער זיינע תלמידים און זייער באשטייערונגען צום אנטווויקלונג פון פסיכאלאגיע וועלן מיר זען קומענדיגע ארטיקל.

1 צו באקומען א שטיקל בליק אויף דעם ערשיינוג באקענט אייך מיט די פאלגענדע ציפערן : די אידן זענען היינט צוטאגס 0.2% פון דער אלגעמיינע באפעלקערונג און 22% פון די נאבעל פרייז חתנים זענען אידן, 25% פון די געווינער פון די פרעסזשפולע ACM Turing פרייז פאר קאמפיוטער סייענס זענען אידן. און 11% פון פארבס מיליארדערן ליסטע זענען אידן. אין אמעריקע איז עס שטארק מערבאר, די אידן דארט זענען פונקט 2% פראצענט פון דער באפעלקערונג און פארט ציילן זיי 10% פון די סענאט מעמבערס, 23% פון די 500 רייכסטע מענטשן אין אמעריקע, 60% פון צווישן די הויעכראנגיקע פאזיציעס אין האליוואד, 26% פון די Law פראפעסארן, 27% פון די נאבעל פרייז געווינער און 60% פון די סטודענטן פאר פארגעשריטענע דעגריס אין דער פרעסטזשפולע YALE אוניווערסיטי. פאר מער איבער דער אידישע געניוס לייענט דא
2 לייענט דא איבער פרויד און ליובאוויטשער רבי.
ווי אויך דא.
3 פאר מער לייענט דא און אין דער בוך פסיכואנליזה ויהדות פון פרופ' חביבה פדיה.
4 https://www.amazon.com/Genius-Anxiety-C ... 1786076675
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר