אידענטיפיצירט אידישע קרבנות פון שחיטה הי"ד פון 800 יאר צוריק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

אידענטיפיצירט אידישע קרבנות פון שחיטה הי"ד פון 800 יאר צוריק

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

א דראמאטישע געשיכטע איז היינט אויפגעוויקעלט געווארן ווען עס איז ארויסגעקומען וויסענשאפטליכע דעטאלן וועגן די איבערבלייבענישן פון 17 מענער פרויען און קינדער וואס זענען געטראפען געווארן אין יאהר 2004 אין נארוויטש, ענגלאנד. יארן לאנג האבן פארשערס אויסגעפארשט די קערפערס און שטודירט זייער DNA, און זענען געקומען צו די מסקנא אז די דאס זענען 99 פראצענט זיכער געווען אידן, רוב פון זיי פון איין משפחה, וואס זענען ברוטאל גע'הרג'עט געווארן דורך קרייצציגלער רוצחים ימ"ש.

עס איז נישט אינגאנצן קלאר ווען זיי זענען אומגעברענגט געווארן, אבער מ'שפעקולירט אז דאס איז געוועהן ביי איינע פון עטליכע באקאנטע שחיטות אויף אידן וואס איז געוועהן אין די 1100-יאהרן. איינס דערפון פעברואר 6, 1190. וואס קומט אויס כ"א שבט אין שנת ד'תתק"נ.

די וויסענשאפטלער האבן אויך באוויזן צוזאמענצושטעלן א קאמפיוטער בילד וויאזוי צוויי פון די קרבנות האבן אויסגעקוקט בחיים חיותם.

בילד

די דראמאטישע נייעס איז אויך גאר אינטערסאנט צוליב די פארשונגען פון אידישע DNA וואס עס ווייזט אז שוין אזויפיל יאהרן צוריק האבן אשכנזי'שע אידן געהאט DNA וואס איז זייער ענליך צו אונזער DNA היינטיגע צייטן.

פראפעסאר הענרי אבראמזאהן האט היינט געגעבן א שיעור אויף דעם ענין

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר