בלאט 1 פון 1

א בליק אויף א האלבע יאר-הונדערט צוריק

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 2:53 am
דורך קהל'ס נער
איך האב געוואטשט היינט א חתונה פון 48 יאר צוריק (למספרם תשל"ה) און צו מיר איז עס געוועהן זייער אינטערסאנט וויל איך שערן מיטן עולם ,
ובעיקר איז אינטערסאנט וויפיל ס'האט זיך געטוישט אין 48 יאר.
רייכערן אין האלל א נערמאלע זאך.
מצווה טאנץ אנע גארטל נאר א נעפקין.
קיין בדחן נאר מצווה טאנץ אינמיטן חתונה.
קיין איין פרוי מיט א שייטל קאווערינג, און מען האנדלט מיט חאניאקישע מענער אלע שטריימל בעקיטשע יודן, געוויסע האבן זיך אפילו באדעקט דעם פנים פארן פאטאגראפער.
פרויען דרייען זיך אין מענער אפטיילונג אן קיין פראבלעם.
מלאך המות טאנץ (צי וויאזוי ס'הייסט נאר די טאנץ ווי איינער מאכט זיך ווי ער שטארבט) די אמאליגע ווערסיע פון די באמס וואס טאנצן DJ.
שטריימל יודן טאנצן פרייליך טאנץ, מגולחים טאנצן הארא.
דער עולם זינגט, נישטא קיין אפציעלע זינגער.
מיידלעך מיט צעפ.
איינער זאגט א דרשה ביי די חתונה.
סה"כ פערציג קאפלס.
מען זעהט נישט קיין וועיטערס ( איך ווייס נישט צי דאס מיינט אז ס'איז נישט געוועהן קיין וועיטערס צו דאס מיינט אז די ווידיאוגראפער האט עס נישט געזעהן אלץ אפכאפ'ווערד'לעך).
מען זינגט צווה ביי א חתונה, (פרוביר היינט זינגען צווה ביי א חתונה.......

@בערל קים אריין מיט אביסל זכרונות אינז וויל מיר הערן נאך וואס געדענקסטו פון פופציג יאר צוריק ווס. יעצט מיט א יודישע בליק.