אונזער באזוך אין גליל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

אונזער באזוך אין גליל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בס''ד

די זון האט זיך קוים באוויזן אויפן האריזאנט, און א קילע ירושלימער ווינטל צובלאזט זיך איבער די געשלענגלטע געסלאך פון מאה שערים. דאס האט אנגעדייט אלס אן אנזאג איבער א נייער פרישער טאג אין ירושלים עיר הק'. די ירושלימער קעץ קריכן שוין צוריק אריין אין די טיפענישן פון די מיסט-קאסטענעס, און פון אלע ווינקלען פון די הויפן הייבן אן ארויסצושפראצן די ירושלימערס מיט האנטעכער פארהאנגן אויף די פלייצעס און מיט די טלית און תפילין אונטערן ארעם. זיי שפרייזן זיך געמיטליך צו די שטיבלאך אפצורעכטן דעם דאווענען מיטן נץ ווי ס'איז זייער שטייגער.

נאך זייענדיג אינגאנצן אויסגעמאטערט פון די רייזע קיין מירון א טאג בעפאר, וואו מיר האבן, אינאיינעם מיט טויזענטער אידן, געהאט די זכיה אנטיילצונעמען בהילולא דבר יוחאי, האבן מיר זיך דערשלאגן צו די בית ישראל שטיבלאך אויף די זאנעפעלד גאס, וואו מיר האבן אפגעראכטן דאס תפילת שחרית מיטן נץ. באלד נאכן דאווענען און ברכת כהנים, האבן מיר געוואנדן אונזערע טריט צו רחוב יונה אין די גאולה געגענט, פון וואו דאס באס צום גליל פארט ארויס. מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אויפן אוטאבאס, און היידא... מיר לאזן זיך אין וועג אריין...

מיר האבן אראפגענידערט פון די הויכע ירושלימער בערג, און געמאכט אונזער וועג צום בקעת הירדן דורך די שטאט יריחו. מיר פארן דורך יריחו, און די וועלדער פון טייטל-ביימער ארום, און אט געפינען מיר זיך שוין אין די שפלה. מיר רייזן לענגאויס די גרעניץ צווישן מדינת ישראל און ירדן – פון איין זייט לויפט דאס טייך ירדן און די גלעד בערג, און פון די צווייטע זייט שטראז ציען זיך אויף ארויף די מייעסטעטישע הרי השומרון. מיר פארלאזן דאס לאנד יהודה און מיר פארן אריין אין לאנד שומרון, אויפן וועג צו בית שאן – וואס געפונט זיך אין עמק יזרעאל. די פאנאראמע ארום איז ממש אטעם'לאז און דאס אַטמאָספער איז גאר דערהויבן. פונדערווייטנס זעען מיר דעם סרבטא בארג – דאס איז די צווייטע פון די צען בערג נאך הר הזיתים אויף וועלכע מ'האט אנגעצונדן די פאקלען, צו וויסן צו טאן פאר די גולה אז בית דין האט מקדש געווען דעם נייעם חודש. ווי אויך זעען מיר די מאיעסטעטישע גלבוע בערג, וואו דער ערשטער אידישער קעניג שאול מיט זיינע דריי זון זענען געפאלן אין זייער לעצטער שלאכט מיט די פלשתים, און דוד המלך האט דאס בארג פארשאלטן אז ס'זאל מער נישט פאלן קיין רעגן און טל אויף איר...

נאך אומגעפער א שטונדע רייזן אינעם טאל, פארן מיר שוין אריין צו די שטאט בית שאן - אין לאנד פון מנשה, וואו דאס בקעת הירדן קומט זיך צוזאם מיטן עמק יזרעאל. אין בית שאן האט געוואוינט רבינו הקדוש, רבי יהודה הנשיא, דער פארפאסער פון די משנה. אונזער וועג ווייזער ערקלערט אונז, אז בית שאן איז א שטייער-פריי שטאט. רבי יהודה הנשיא האט באפרייט די איינוואוינער פון בית שאן פון אפשיידן תרומה און מעשר און אויך פון שמיטה.

אין די ווירקליכקייט נישט בלויז בית שאן איז געווען באפרייט פון תרומה, מעשר, און שמיטה, נאך אויך די שטעט קיסרין, בית גוברין, און כפר צמח.

אין זיין צייט איז דאס געווען א קאָנטראָווערסיאַלע שריט, און מאנכע האבן אפילו אפגעשפעט פון אים איבער די נייע איינפיר וועלכע ער האט איינגעפירט. רבי האט זיך אבער נישט דערשראקן, און ער האט זיי געזאגט אדרבה לאמיר זיך פארמעסטן אין א פּאָלעמיק. האט רבי געזאגט אזוי: עס שטייט א פסוק אין ספר מלכים: וכיתת נחש הנחושת – אז חזקיהו המלך האט צושטויסן די קופערנע שלאנג, וואס משה האט געמאכט צו היילן די שלענג-געביסנע אידן אין מדבר. האט רבי זיי געפרעגט: פון משה ביז חזקיהו המלך איז דען נישט אויפגעשטאנען קיין צדיק וואס ס'זאל צושטויסן דעם קופערנע שלאנג? נאר וואזשע דען, די קרוין (די מצוה פון צושטויסן דעם קופער-שלאנג אזוי אז אידן זאלן דאס נישט פארוואנדלען צו א געץ) האט דער באשעפער געלאזט אז ער (חזקיהו המלך) זאל זיך מיט דעם באקרוינען. און די קרוין (צו באפרייען די איינוואוינער פון בית שאן פון תרומות און מעשרות) האט דער באשפער געוואלט אז איך זאל מיר באקרוינען. אייער ארגומענט אז ווייל מיינע עלטערן האבן נישט באפרייט בית שאן פון תרומות און מעשרות, דערפאר זאל איך עס לאזן ווי ס'איז געווען בעפאר - איז גענצליך זינלאז.

די ווירקליכע מאטיוו פארוואס רבי האט טאקע באפרייט בית שאן פון מצות התלויות בארץ איז געווען, ווייל ער האט געהאלטן אז די קדושה וואס די עולי מצרים האבן מקדש געווען ארץ ישראל איז נישט געווען פערמאנענט. קדושה ראשונה קדשה לשעתה ולא קדשה לעתיד לבא. ווען דאס ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן, איז די קדושת ארץ ישראל אויך בטל געווארן, און ווען די עולי בבל זענען צוריק ארויפגעקומען פון בבל קיין ארץ ישראל, האבן זיי נישט ווידעראמאל מקדש געווען די שטעט בית שאן, קיסרין, בית גוברין, און כפר צמח, ווארום זיי זענען מערסטייל געווען באזעצט מיט גוים און געצן דינער, דערפאר זענען זיי אויטאמאטיש פטור פון תרומות און מעשרות.

און טאקע צוליב דעם פּאָלעמיק, האט האט מען אריינגעקריצט די ברייתא דתחומין, דאס איז די ברייתא וואס שטעלט אוועק די גענויע גרעניצן פון לאנד, וואס די עולי בבל האבן געהייליגט ביי זייער ארויפקום צוריק פון בבל, אויף א גרויסע שטיין אינעם פאדלאגע פונעם פארצייטישן שול אין בית שאן. אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די אָריגינעלער שטיין איז נאך פארהאן ביז צום היינטיגן טאג, און עס ליגט אויף אויסלייג אינעם אין מוזיאון ישראל אין ירושלים...

מיר זעצן ווייטער פאר אונזער רייזע, מיר פארן דורך דאס בריקל אויפן טייך ירדן צו עבר הירדן, און ס'גייט אונז דורך א סקרוך אין די ביינער, נעמליך, מיר פארן ארויס פון קדושת ארץ ישראל צו טומאת ארץ העמים, צו אנדערע מציאות אינגאנצן, צו א לאנד וואו עס גייט נישט אן די מצוות התלויות בארץ... אונזער וועג-ווייזער מיט זיין כאריזמא האט בארואיגט אונזערע געמיטער אז דאס איז בלויז צייטווייליג... און אזוי איז טאקע געווען, נאך עטליכע קורצע מינוטן האבן מיר ווידער אריבערגעשפרייזט דעם ירדן, אצינד אויפן פארקערטן ריכטונג, צוריק אריין צום הייליג לאנד.

נאך א קורצע וויילע האבן מיר שוין געזען ווי דער גרינער ירדן קושט זיך צוזאם מיטן בלויען כנרת, וויאזוי די צוויי וואסערן מישן זיך נישט צוזאם פארשטייען מיר גארנישט, אבער די גמרא צייגט שוין אן אז דאס איז מעשי ניסים. און אז די רעדע איז פון מעשי ניסים, לייגן מיר אונזערע קורצקעפיגע מוחות אינדערזייט.
*
טבריה עיר הקודש

מיר דערנענטערן זיך שוין צום שטאט טבריה, דער הערליכער טייך כנרת באווייזט זיך שוין אויפן האריזאנט מיט איר גאנצער פראכט. מיר פארן צום ריכטונג פון די חמי טבריה. דאס הייסע קוואל אין וועלכע רבי שמעון בן יוחאי האט זיך געהיילט פון זיינע וואונדען נאכן ארויסגעקומען פון די הייל וואו ער האט זיך אויסבאהאלטן דרייצן יאר. מיר פרישן זיך אויף מיט די הייסע שוועבל וואסער. און פון דארטן מאכן מיר אונזער וועג צום קבר פון רבי מאיר בעל הנס און זיין תלמיד סומכוס. נאכן אפזאגן עטליכע קאפיטלעך תהילים, און דריי מאל אלקא דמאיר ענני! האבן מיר זיך געוואנדן צום אלטן בית החיים אין טבריה, דארטן וואו עס ליגן באהאלטן רבי ישראל פון שקלאָוו זי''ע – פון די גרויסע תלמידים פון ווילנער גאון. און אויך די הייליגע תלמידים פון מגיד פון מעזריטש זי''ע, רבי אברהם פון קאליסק, רבי נחמן פון הרודאנקא, רבי מענדלע וויטעפסקער, רבי יעקב שמשון פון שפיטיװקע, רבי מענדעלע פון פרימישלאן זי''ע, און נאך גדולי עולם, וועלכע האבן פארטינקלט די שיין פון זון מיט זייער גרויסקייט און הייליקייט.

פון דארטן האבן מיר אנגעהויבן צו מאכן דעם וועג ארויף אויפן בארג. מיר האבן זיך ערשט געשטעלט אינמיט פונעם בארג אין צענטער פון שטאט, דארט וואו עס ליגט באהאלטן דער הייליגער רמב''ם און זיין פאטער רבי מימון דיין זי''ע. רבי ישעי' הלוי האראוויטץ זי''ע דער של''ה ליגט הארט דערנעבן. ווי אויך ליגט דארטן דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי מיט זיינע גרויסע תלמידים. רבי יוחנן בן זכאי האט אין זיינע לעצטע יארן געלעבט טאקע דא אין די הייליגע שטאט טבריה, וואו ער האט געשניטן תורמסי תרומה... די דייני דארץ ישראל רבי אמי און רבי אסי, די כהני חשיבי דארעא ישראל, ליגן אויך דארטן הארט דערנעבן. אפגעזען פון דעם וואס ס'האט עקזעסטירט דרייצן בתי כנסיות אין טבריה, האבן די הייליגע אמוראים רבי אמי און רבי אסי, בלויז געדאווענט בין עמודי התמך – דאס ארט וואו זיי האבן געלערנט תורה דורכאויס דעם טאג. די איבערבלייבענישן פון זייער הייליגע בית המדרש אין טבריה קען מען נאך זען ביז צום היינטיגן טאג!

פון דארט האבן מיר אנגעהויבן ארויפצוקלעטערן דאס שווערע בארג, צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי עקיבא, דער רבי פון רבי שמעון בן יוחאי. אויף דעם בארג האבן מיר אויך געזען די ציון פון רבי חייא און זיינע הייליגע קינדער. ווען זיי האבן זיך געשטעלט דאווענען אלע אינאיינעם, איז זייער כוח התפלה געווען אזוי גרויס, אזש ווען זיי האבן געזאגט משיב הרוח האבן ווינטן געבלאזן און ווען זיי האבן געזאגט מוריד הגשם האט רעגן געגאסן. איידער זיי האבן נאך עספיעט צו זאגן מחיה המתים, איז אין הימל געווארן א געפערליכע געפילדער, אז אט וועקן זיך די טויטע אויף פון זייער שלאף, האט מען ספאנטאן באאויפטראגט פאר אליהו הנביא אז ער זאל זיך צו פארשטעלן ווי א בייזער שווארצער בער, און זאפארט אראפגיין דארט אין בית מדרש וואו רבי חייא און זיינע זון האבן אינאיינעם געדאווענט, און אנזייען דארטן כאאס... אין רעזולטאט איז דאס דאווענען טאקע צושטערט געווארן, און די טויטע זענען ווייטער פארבליבן שלאפן אומגעשטערט ביז צום היינטיגן טאג...

ענדליך דערזעען מיר זיך שוין אויף שפיץ בארג, און מיר שפאנען אריין צום הייליגן ציון מיט א הייליגע פארכט. נאכן זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים הייליגן תנא רבי עקיבא און א טענצל אויף אמר רבי עקיבא, האבן מיר צוגעשפאנט צום ציון פון המקובל אלקי רבי משה חיים לוצאטו זי''ע דער פארפאסער פון די הייליגע ספרים זוהר תנינא / תיקונים חדשים / רזין גניזין.
דער הייסע טבריה זון האט אנגעהויבן צו נויגן מערב, דאס איז געווען פאר אונז אן אנדייטונג, אז אויב מיר ווילן נאך זיין היינט אין צפת באדארפן מיר זיך שוין לאזן אין וועג אריין.
אבער איידער מיר זענען געפארן קיין צפת, האבן מיר ערשט אראפגענידערט צו די טיפענישן פון עמוקה... דארט אין עמוקה ליגט באהאלטן דער גרעסטער תלמיד פון הלל הזקן, יונתן בן עוזיאל. דער הייליגער תנא ברוב קדושתו האט געלעבט אומפארהייראט, און ער האט פילייכט גוט פארשטאנען צו דעם לא טוב היות האדם לבדו... ווען א צובראכנער בחור אדער מיידל באזוכט זיין הייליג ציון, און גיסט זיך אויס זיין צובראכן הארץ פארן הייליגן באשפער, דערמאנט זיך קודשא בריך הוא פון דעם צער פון דעם הייליגן תנא יונתן בן עוזיאל, און ער איילט צו דאס געשריי פונעם בת קול פערציג טעג איידער דער בחור / מיידל איז געבוירן געווארן... בת פלוני לפלוני...
*
צפת עיר המקובלים

צפת איז די פערטע פון די הייליגע שטעט אין ארץ ישראל. ירושלים עיה''ק, חברון עיה''ק, טבריה עיה''ק, צפת עיה''ק. די שטאט צפת האט געדינט אלס איינע פון די דריי ערי מקלט אין ארץ ישראל. דאס באדייט אז ווען די בית המקדש איז געשטאנען אין ירושלים, און די סנהדרין האבן פולשטענדיג פונקציאנירט אין לשכת הגזית, איז די שטאט צפת געווען א נעסט פון רוצחים. אבער נישט אין די צייטן וואס די הייליגע מקובלים האבן געלעבט אין צפת.

די זייגער שלאגט גענוי חצות. די שמאלע געשלענגלטע גאסן פון אלט-שטאט הייבן מיטאמאל אן אויפצולעבן. פון אלע הייזער שפראצן ארויס מקובלים, פון זייער מויל הערן זיך מורמלערייען... קומי רוני בלילה בלילה לראש אשמורת.. זיי שפאנען מיט לאמטערנעס אין די הענד צום ריכטונג פון די מקוה אר''י. דאס אייז קאלטע וואסער פונעם שפרודלנדע קוואל, האלט זיי נישט אפ פון צו הייליגן זייער קערפער איידער די הייליגע עבודה פון תיקון לאה און תיקון רחל. אט שפאנט דער אר''י הק' אינאיינעם מיט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל, און זייערע געדאנקען שוועבן אין די העכערע ספערן אינגאנצן פארטיפט אין הייליגע יחידים. דארטן גייט דער בית יוסף ווען זיין מוח איז אינגאנצן פארטיפט אין א שווערע סוגיא, און פון די מויל פון רבי שלמה הלוי אלקבץ הערן זיך הייליגע פאעטן צום טאטן אין הימל... אוי אוי רב לך שבת בעמק הבכא... פון די אויגן פון רבי אלעזר אזכרי גיסן זיך זודיגע טרערן פון בענקשאפט צום אויבערשטן... לא תתפרש מנן ואל נפרוש ממך אדון הכל... מיטאמאל הערט זיך א ברומעריי... הקבצו ושמעו בני יעקב כלכם, קרעו לבבכם ואל בגדיכם, כי בפשעיכם שלחה אמכם... דאס איז נישט קיין צווייטער ווי רבי משה אלשיך זעלבסט... אה... ברוך הבא רבי משה טראני, דער מבי''ט איז שוין אויך דא... אצינד קען מען זיך שוין אוועקזעצן אויף דער ערד אין די אר''י שול הספרדי, און אנהייבן מיטן תיקון לאה...

מיט שווערע קרעכצן און טיפע זיפצן וויינען די מקובלים אויפן חורבן בית המקדש, זיי זעצן פאר מיטן קלאגן אויף די טויט פון די צדיקים, און זיי פארענדיגן תיקון לאה מיט די הארציגע געבעט פון ישעיהו הנביא אויף גאולת ירושלים. פון תיקון לאה זעצן זיי ווייטער פאר צו תיקון רחל, וואס באשטייט פון א סעריע פון קאפיטלעך תהילים פון לויב פארן הייליגן באשעפער. דער נאכט איז נאך גאר א לאנגער... און די מקובלים פלאנירן גארנישט זיך צו גיין לייגן שלאפן. א הערליכע געזאנג פון תורה לערנען צושטערט די נאכט-שטילקייט וואס הערשט אין מיסטעריעזע צפת'ער געסלאך... די מלאכים אין הימל צוגייען זיך פון זיסקייט, און די שכינה הק' ווערט אויפגעראכטן. דאן קומט דאס דאווענען תפילת שחרית מיטן נץ מיט הויכע כוונות און הייליגע יחידים. אזוי האבן אויסגעזען אמאל די גאסן פון צפת...

אר''י שול האשכנזי

מיר שפאנען אין די שמאלע געדרייטע גאסן פון צפת, וועלכע זענען איין שטיק מיסטעריע און געהיימעניס, אלעס איז געפארבט מיט א מיסטעריעזע בלויע קאליר. מיר שטעלן זיך ביים אר''י שול האשכנזי. אין די ווירקליכקייט האט דער אר''י אין דעם שול קיינמאל נישט געדאווענט, דאס שול איז ניטאמאל געשטאנען אין די צייטן ווען דער אר''י האט געלעבט אין צפת, דאס ארט איז דאן געווען בלויז פעלד. נאר וואזשע דען? דאס ארט וואו די שול שטייט איז געווען די חקל תפוחין קדישין, וואו דער אר''י מיט זיינע גרויסע תלמידים, זענען ארויסגעגאנגען יעדע פרייטאג צונאכטס איינגעהילט אין ווייסן, אויפצונעמען פני שבת מלכתא... אויף דעם ארט האט דער אר''י געפאשעט מיט זיינע הייליגע הענד יעדע פרייטאג צונאכטס, און געזינגען בואי כלה, בואי כלה, בואי בשלום עטרת בעלה... מיט פרייד און דערהויבנקייט.

דער אר''י הק' האט טאקע נישט געדאווענט אין דעם שול, אבער דער הייליגער באר מיים חיים און דער ערבי נחל זענען געווען פון די פראמינענטע מתפללים אין דעם שול. מיט פול עהרפורכט האבן מיר באטראכט דאס באשטימט ארט וואו דער הייליגער באר מיים חיים פלעגט צו דאווענען.

דאס ארון הקודש פון די שול איז מייסטערהאפטיג אויסגעשניצט מיט הערליכע שניצערייען, פון די שבעת המינים און לייבן און נאך. אבער מ'קען אבער גלייך באמערקן אז דער ארון הקודש איז אינגאנצן נישט צוגעפאסט צום אויסשטעל פון די שול. די לעגענדע פארציילט אזוי, אז א אידישער טישלער האט געהאט אויסגעשניצט דעם ארון קודש פאר א געוויסע שול ערגץ וואו אין מזרח אייראפע, און ס'האט אים גענומען גאנצע פערצן יאר! און ווען ער האט דאס שוין געהאלטן ביים פארענדיגן, האט ער זיך ביינאכט גע'חלומ'עט ווי איינער וואס האט זיך פארגעשטעלט אלס דער אר''י הק' שטייט איבער אים און זאגט אים, אז ער זאל ארויפטראגן דעם ארון הקודש קיין צפת און עס אינסטאלירן אינעם אר''י שול. דער איד האט זיך נישט צו טאן געמאכט פונעם חלום. א נאכט דערויף האט זיך דער זעלבער איד ווידער באוויזן צו אים אין חלום, און איבערגע'חזר'ט די זעלבע ווערטער, טראג ארויף דעם ארון קודש קיין צפת און אינסטאליר עס אינעם אר''י שול. דער איד האט זיך ווידער נישט צוטאן געמאכט. אין די דריטע נאכט האט זיך די חלום איבערגע'חזר'ט, האט דער איד געזען אז דאס איז נישט סתם אזוי קיין פוסטער חלום, נאר דאס איז גאר אן ערענסטע זאך... האט ער טאקע ארויפגעברענגט דאס ארון הקודש קיין צפת, און ער האט עס אריינגעבויט אינעם אר''י שול. און מ'קען טאקע באמערקן אז די ארון קודש איז פיל העכער פונעם דאך פון די שול, און מ'האט דאס געמוזט עטוואס איינבייגן, אזוי אז א טייל פון ארון קודש ציעט זיך אויפן באלקאן פון שול.

מיר באמערקן אז אין די וואנט פון די באלעמער עטוואס העכער פון די דריי זיצן, איז פארהאן א לאך פון א שראַפּנעל פון אַרטילעריע. וואס איז דאס, פרעגן מיר? פארציילט מען אונז אז אין יאר תש''ח ווען די פלמ''ח האבן געפירט שווערע קאמפן מיט די אראבער אין צפת, האבן די אידן אין שול געהאלטן אינמיטן דאווענען. און ווען מ'האט געהאלטן ביי מודים האבן די דריי אידן וועלכע האבן געדאווענט ביי די וואנד פון די באלעמער זיך געבוקט, און פונקט דאן איז דער שראַפּנעל אריינגעפלויגן אין שול און געלעכערט די וואנט פונעם באלעמער... וואלטן ווען די דריי אידן געשטאנען גלייך, וואלטן זיי ווען אן קיין שום צווייפל געטראפן געווארן פונעם טויטליכן שראַפּנעל...

אין די שול געפונט זיך אויך די כסא של אליהו פון די בית המדרש פונעם הייליגן דברי חיים פון צאנז. דאס איז א געשאנק וואס די טאכטער פונעם הייליגן דברי חיים נחמה'לע האט געשאנקן פארן שול. און יעדער וואס וויל קען זיך ארויפזעצן אויפן שטול.

שול פון בת עין

מיר שפאצירן ווייטער אין די גאסן פון אלטשטאט צפת, און מיר קומען אן צום בית מדרש פון בת עין. מיר באטראכטן מיט וואונדער דאס וואנט און דאס האלב בית מדרש וואס איז געבליבן שטיין ביים גרויסן ערד ציטערניש וואס האט באטראפן צפת אין יאר תקצ"ז. דער בת עין האט דאן געזאגט: ווער ס'וויל בלייבן לעבן זאל קומען שטיין דא לעבן מיר. מענטשן האבן געמיינט אז דער צדיק איז ווארשיינליך אראפ פון גלייכנזינען, מענטשן האבן געלאכט פון דעם אלטן צדיק. אבער א טייל מענטשן האבן געטראכט פילייכט ווייסט דער צדיק עפעס וואס מיר ווייסן נישט, און זיי האבן זיך געשטעלט לעבן בת עין. מיטאמאל טראך... די ערד האט זיך גענומען דראסטיש טרייסלען, און א שרעקליכער גערויש האט נאכגעפאלגט... א מאסיווער ערדציטערניש האט באטראפן צפת. הייזער האבן זיך צוזאמגעלייגט ווי א הויפן קארטן, און אירע איינוואוינער זענען באגראבן געווארן לעבעדיגערהייט. ס'איז געווען א שרעקליכע קאטאסטראפע, פיר טויזענט מענטשן זענען טראגיש גע'הרג'עט געווארן אין דעם טויטליכן ערדציטערניש, און די שטאט צפת איז געצליך רואנירט געווארן, און פארוואנדלט געווארן צו א הויפן ברוכווארג.

וואונדער איבער וואונדער, די אלס וואס האבן געפאלגט דעם בת עין, און זענען געשטאנען לעבן אים זענען געראטעוועט געווארן פון טויט צו לעבן, און די אלע וואס האבן זיך נישט צוגעהערט און גאר אפגעשפעט פונעם צדיק, זענען טראגיש באגראבן געווארן לעבעדיגערהייט אונטער א הויפן ברוכווארג. די וואנט און דער טייל פון שול וואו דער בת עין איז געשטאנען, זעהט מען נאך ביז צום היינטיגן טאג, און עס דינט אלס א געדענקמאל צום גרויסן נס וואס ס'האט דאן פאסירט, אין זכות פון בת עין זי''ע.

די דאזיגער ערדציטערנישט איז שוין געווען די דריטער אין צאל, אין יאר תק''כ זענען אויך פארגעקומען צוויי ערדציטערנישן. די אידן אין צפת האבן געזען אין דעם א חזקה, און זיי האבן זיך געוואלט אוועקציען פון צפת, און ארויפגיין וואוינען אין ירושלים. אבער דער בת עין האט זיי שטארק אפגערעדט פון דעם. ער האט פאר זיי ציטירט די גמרא אין סנהדרין: די תלמידים האבן געפרעגט רבי יוסי בן קיסמא, ווען קומט משיח? האט ער זיי ערשט נישט געוואלט זאגן, ער האט געזאט איך פארכט מיך אז איר וועט בעטן פון מיר א צייכן. האבן זיי אים געזאגט מיר וועלן נישט בעטן קיין צייכן! האט ער זיי געזאגט: לכשיפול השער הזה ויבנה, ויפול, ויבנה, ויפול, ואין מספיקין לבנותו עד שבן דוד בא – ווען די דאזיגע טויער (פון רוים) וועט פאלן, און צוריק אויפגעבויעט ווערן, און ווידער פאלן און אויפגעבויט ווערן, און ווידער פאלן, וועט מען שוין נישט עספיען דאס ווידער אויפצובויען און משיח וועט זיך באווייזן... ער האט דאס גענוצט פאר א מליצה אז נאך דריי ערדציטערנישן וועט שוין נישט זיין נאך איינס ביז די טאג פון משיח. און עס איז טאקע א וואונדער אז זינט תקצ"ז האט מער נישט פאסירט קיין ערדציטערנישט אין גליל ביז צום היינטיגן טאג. אזוי ארום האט דער בת עין באוויזן צו ראטעווען אלטשטאט צפת פון א טאטאלע אונטערגאנג.

בית הכנסת אבוהב

דאס עלטסטע שול אין צפת איז ווארשיינליך די אבוהב שול. דער שול ווערט אנגערופן אויפן נאמען פון רבי יצחק אבוהב, דער פארפאסער פון דעם וואונדערליכער מוסר ספר מנורת המאור. רבי יצחק אבוהב איז אין צפת קיינמאל ווירקליך נישט געוועזן. אין די טריבע עפאכע פון גירוש ספרד, האט רבי יצחק גענומען זיין הייליגע ספר תורה וועלכע ער האט געשריבן בקדושה ובטהרה, איידער יעדע איינציגע שם הוי"ה וואס ער האט געשריבן האט ער זיך געטובלט אין א מקוה 26 מאל (וויפיל די שם הוי"ה באטרעפט) און מיט דעם דאזיגן ספר תורה אין די הענט האט ער, אינאיינעם מיט זיינע תלמידים, געפליכטעט פון שפאניע קיין פּאָרטוגאַל.

רבי יצחק איז געווען איז שוין געווען אין טיפע עלטער, און ער האט נישט פארמאגט די פיזישע כוחות ווייטער צו וואנדערן. האט ער באפוילן פאר זיינע תלמידים: נעמט דעם הייליגע ספר תורה, און גייט מיט דעם ארויף קיין ארץ ישראל, און שטעלט דאס אריין אין א בית המדרש אין די הייליגע שטאט צפת. און די תלמידים אין שפיץ פון רבי יעקב בירב – דער מהר"י בירב, האבן טאקע אזוי געטאן. און די שול אין וועלכע מ'האט אריינגעשטעלט די הייליגע ספר תורה, האט באקומען די נאמען די אבוהב שול, אויפן נאמען פון רבי יצחק אבוהב. דער מהר"י בירב איז געווען דער וואס האט ווידער מחדש געווען סמיכה, און ער איז אויך געווען פון די רבי'ס פונעם הייליגן בית יוסף.

נאך אן אורזאך איז דא פארוואס דער שול ווערט אנגערופן די אבוהב שול. ווייל נאכן גירוש שפאניע, זענען זייער א סאך שולן אין שפאניע פאראומרייניגט געווארן. שולן זענען צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו טמא'נע קירכעס, אריינגערעכנט אויך די שול פונעם מנורת המאור אין טאָלעדאָ. דאס הארץ פון מנורת המאור האט געטריפט בלוט אויף דעם חילול הקודש והמקדש, ער האט דאס ממש נישט אויסגעהאלטן. דערפאר האבן זיינע תלמידים צו טאן א נחת רוח פאר זייער גרויסן רבי'ן, א נאמען געגעבן דעם שול אין צפת "די אבוהב שול" עטוואס איבערצובעטן דאס פארשוועכונג פון די שול אין טאָלעדאָ פון זייער רבי דער מנורת המאור.

אויף דרום זייט פונעם שול געפונען דריי ארון הקדושים (אין צפת דאווענט מען צום דרום ריכטונג, מיטן געזיכט קיין ירושלים) דער הייליגע ספר תורה ליגט אין די ערשטע ארון הקודש אויף רעכטס, און מיט דעם ארון הקדוש באנוצט מען זיך בלויז דריי מאל א יאר! ראש השנה, יום כיפור, און שבועות (כש''ר), מיט די מיטלסטע ארון הקודש באנוצט מען זיך פסח און סוכות, אין דארט ליגט א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך דעם הייליגן סופר רבי סולימאן אוחנה - פון די גרויסע תלמידים פונעם אר''י הקדוש. און מיט'ן לינקע ארון קודש באנוצט מען זיך יעדע שבת און ר''ח און ווי אויך מאנטאג און דאנערשטיג.

אינעם קופּאָל אין צענטער פון שול, איז אריינגעמאלן די סימבאלן פון די צוועלף שבטים, און די מוזיקאלישע אינסטרומענטן, מיט וועלכע די לווים האבן זיך באנוצט אינעם בית המקדש. און אויך פון די פינף קרוינען - כתר תורה, כתר כהונה, כתר מלכות, כתר שם טוב, וכתר ייחודי, און כתר קרובה הישועה.

אינעם היסטארישע שול הערשט א הייליג אַטמאָספער, אפילו א מענטש מיט פארטעמפטע געפילן פילט זיך עפעס העכער און מער דערהויבן אין דעם היסטארישן אבוהב שול. א באזוך אין דעם שול איז אן קיין צווייפל אן איינמאליגע לעבנסגעשעעניש וואס לאזט איבער אויסטערלישע איינדרוק אויף א מענטש.

מיר האב זיך געטינקען אינעם מקוה פון אר''י הק'. ס'איז באוויסט פון אר''י הק' אז ווער ס'וועט זיך טובל'ען אין זיין מקוה, וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. מיר האבן באזוכט די קברים פון די אויבנדערמאנטע צדיקים, וועלכע ליגן אין אלגעמיין אויפן אלטן בית החיים אין צפת. צום לעצט האבן מיר געמאכט די הקפות ארום די קבר פון רבי פנחס בן יאיר,
און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט צוריק אהיים קיין ירושלים, מיט גרויס איבערגענומענקייט, האפנדיג צו האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר