מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

מחלוקת היעב"ץ ורבי יהונתן אייבשיץ

שליחה דורך איחוד פעלד »

אפגעטיילט פון דא.

berlbalaguleh האט געשריבן:דו זאגסט אין דיין ענפער צו קאנצעפט אז ר"ר יונתן פון אייבשיץ "איז געווען א שטיקל שבתאי." ילמדינו רבינו. איך בין מודה אז איך ווייס דאס נישט איך האב עס קיינמאל נישט געהערט. אויבאזוי האב איך איין קשיא. פארוואס לערנט מען פון זיינע ספרים. פארוואס האט מען זיי נישט מחרים געווען. חוץ מזה. רעדט מען אין אלע ערליכע קרייזן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט וועגן אים.


איך אליין בין גאר מחשיב ר"י אייבשיץ.
אדרבה מען קען מיך פארהערען און פין יעדעס ספר וועל איך קענען נאך זאגען אפאר בלעטער.
עס איז נישט קיין עוולה צו זיין א מודה על האמת און איינזעהן און פארשטיין וואס כת שץ איז געווען, וואס ר"י עמדין איז געווען.
טאקע אונזער פארפוילטע חינוך רעדט אלץ איין אז אלעס איז שווארץ אויף ווייס.
וואס מיינט כת שץ?
די אלע וואס זענען בייז אויף מיר האבען נישט דאס מנדעסטע השגה וואס דאס איז. ממילא זענען זייערע קללות חירופים גידופים קעגען מיר ווערט א קליפות השום.
נ
אדרבה ואדרבה, זאל איינער אדורך קוקען די מנחת קנאות פין יעבץ און זעהן וואס ער שרייבט, און דערנאמאכען אן אייגינע החלטה ווער איז מער גערעכט אין יענער פרשה.
ועוד, ווען איינער האט געשריבען דא אז דער יעבץ איז געווען א גערעגטער און פארדעם האט ער געמאכט א מלחמה קעגען ר"י אייבשיץ האט קיינער נישט רעאגירט, היתכן?
אפילו עס קען זיין אמת אז ער איז געוועהן א גערעגטער, אבער צו זאגען א בלעים ווי דאס, צו מאכען א מלחמה כבידה קעגען איינעם ווייל מען איז גערעגט אדער פאר כבוד, בעת וואס דער יעבץ איז איינער פין די גרעסטע סטארס אין אידישקייט איז א בעיסלאזער נארישער הגדרה, און אויף מיר האט מען טענות.
אדרבה ואדרבה, יבואו ויגידו אויף די פשוטער טענה פין רי עמדין, פין ווי קומט דער שם בבאא וואס דער ר"י האט געשריבען אין א קמיע אויב איז ער נישט געווען א שטיקעל שבתאי?
ןיןדתוורס
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 141 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר