
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ס'איז נאך אלס נישט קלאר. ווייל מ'ווייסט נישט דער רקע אין וואס ער האט געלעבט. איך האב געליינט דער מגילת ספר, און איך פארשטיי נאך אלס נישט. די אלע מענטשען אויף וועמען ער רעדט, וואס זענען זיי געווען באמת? וויאזוי האבען זיי געטראכט ביי זייערע מעשים?
און אגב, א בוך פון א מענטש אויף זיך איז אויך נישט דער גאנצע בילד.
דער מגילת ספר איז איינער פון די גרעסטער ראיות צו דער יעב"ץ'ס אמת'קייט, ערליכקייט, און גדלות. איך פארשטיי נישט בכלל וואס באדערט מענטשען דערמיט. דער איינציגע זאך וואס שטערט מיר און וואס איך פארשטיי נישט איז וואס ער שרייבט אויף דער כנסת יחזקאל. איך וויל אמאל שטאדירן דער זאך. אויב איינער האט עפעס צו ערקלערען דעריבער בין איך זייער אינטערסירט.
דער מגילת פלסתר האט אפגעשריבן דערויף אפאר הונדרעט בלעטער, מיינסטענס געקייעט שטותים, אבער אפאר נקודות קען מען נישט אוועקמאכן, ווי צום ביישפיל דער מעתיק וואס פון זיין העתקה האט מען לכתחילה געדרוקט דעם ספר איז געווען א יענער באנדיט.
אויב איר קומט עפעס מסביר זיין וועגען די זאכען וואס דער יעב"ץ שרייבט קעגען דער כנסת יחזקאל, ביטע זיי אביסל מער מסביר.

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:שש משזר האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער זוהר איז געווען זייער געהייליגט אין אלע קרייזען. דער פני יהושע האט זיך קעגען געשטעלט צו רבי יונתן ווייל עס איז געווען זיכער אז רבי יונתן איז געווען פון כת ש"ץ ותו לא מידי.
נישט ממש.
רבי יהודה אריה די מודינא יוכיח, בעל שו"ת תשובה מאהבה יוכיח, הנוב"י יוכיח, והחת"ס יוכיח. [גם הקאפח'ניקים יוכיחו...].
ואידך פירושא זיל גמור.
הנידון היה בדורו של היעב"ץ, והחתם סופר ובעל שו"ת מאהבה באו אחריו וכבר נשפעו ממנו. דער נודע ביהודה האט זיך אליינס געביטן במשך זיין לעבען [עיין במאמרו של פרופסר מעוז כהנא שמראה באצבע שעמדתו של הנודע ביהודה כלפי הזוהר וכתבי האר"י הושפע במישורין ע"י היעב"ץ - ודחה בשתי ידיים דברי גברת פלאטו (כ"ץ)]. קאפח'ניקים מאן דכר שמיה בדור דעה ההוא.




Kool man האט געשריבן:בערעלע, כ'האף די זיקנה איז נישט געוועהן קופצת אויף דיר, אזוי שמוציק מאכען דאס אלטען פיסקעל און צו רעדען אויף א מלאך אלוקים וקדוש ישראל פון אפאהר הונדערט יאהר צוריק, ס'פאסט נישט פאר אזא חשובען אנגעזעהנע בעל עגלה, מיין טייערער ידיד ר' בערעל, חזור בך!
פי. עס. סאררי אויב כ'אב גערעדט נישט אזוי בכבוד'יק צו אייך, מוחל מי פליז.

מיימון האט געשריבן:כאטש איך האלט ווי דעת הגר''י קאפח זי''ע לגבי דעם זוהר, מיין איך אבער אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז געווען א אנגענומענע מהלך בימים ההם קעגן זוהר, אין יענע יארן איז קבלת האר''י געווען מפורסם איבעראל און איז אפילו אריין אין הלכה דורך דעם מגן אברהם און דאכט זיך אז עס איז נישט דא קיין איין פוסק אויסער דעם תשובה מאהבה וואס רעכנט זיך נישט מיט'ן זוהר, אריינגערעכנט דעם יעב''ץ אליין אין די תשובות און אין סידור, דער מלחמה אנטקעגן לימוד הקבלה איז צוגעגאנגען אויף א פונקט פארקערטן מהלך אז מרוב קדושתו איז נישט מעגליך פאר אנשים פשוטים וכו' וכו', כאטש עס זענען זיכער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך נוהג געווען מיט'ן סיסטעם פון שקרים קדושים אבער צו זאגן אפענערהייט איז נישט געווען בנמצא אין אשכנז און פולין, און אפילו אין איטליה וואו עס זענען געווען גרעסערע דענקער איז דער ארי נוהם געווען א שטארקע חידוש, און ווען נישט זיין הויכע פאזיציע וואלט עס נישט מעגליך געווען.
ספרים אנטקעגן ארי נוהם איז דא דער אימת מפגיע על הארי פון ר' אליהו אמוזג, און עס איז אנגענומען אז דער חוקר ומקובל פון רמח''ל איז אויך געשריבן געווארן קעגן דעם ארי נוהם, כאטש אנדערע זענען מפקפק דערין.


smart האט געשריבן:איך מיין די צווייטע האלב אשכול קען ווערן אפגעטיילט אין אריינגיין מלפני אשאד אזעלעכע רייכע שמועסן זאלן מוזען זיי מאחורי.
אכטונג גבאים

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין ער שרייבט נישט דברים כהווייתן. מיין השערה איז אז ער האט נישט קיין אגענד''ע, נאר צו האבען א מהלך אין די גאנצע זאך. ער פילט אן לעכער מיט השערות. דאס נישט ברענגען דער לוחות עדות איז איין ראיה. און דער גר''א איז נישט דער איינציגסטער. דער בעל הפרדס איז גארנישט קיין קטלא קניא

מיימון האט געשריבן:כאטש איך האלט ווי דעת הגר''י קאפח זי''ע לגבי דעם זוהר, מיין איך אבער אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז געווען א אנגענומענע מהלך בימים ההם קעגן זוהר, אין יענע יארן איז קבלת האר''י געווען מפורסם איבעראל און איז אפילו אריין אין הלכה דורך דעם מגן אברהם און דאכט זיך אז עס איז נישט דא קיין איין פוסק אויסער דעם תשובה מאהבה וואס רעכנט זיך נישט מיט'ן זוהר, אריינגערעכנט דעם יעב''ץ אליין אין די תשובות און אין סידור, דער מלחמה אנטקעגן לימוד הקבלה איז צוגעגאנגען אויף א פונקט פארקערטן מהלך אז מרוב קדושתו איז נישט מעגליך פאר אנשים פשוטים וכו' וכו', כאטש עס זענען זיכער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך נוהג געווען מיט'ן סיסטעם פון שקרים קדושים אבער צו זאגן אפענערהייט איז נישט געווען בנמצא אין אשכנז און פולין, און אפילו אין איטליה וואו עס זענען געווען גרעסערע דענקער איז דער ארי נוהם געווען א שטארקע חידוש, און ווען נישט זיין הויכע פאזיציע וואלט עס נישט מעגליך געווען.
ספרים אנטקעגן ארי נוהם איז דא דער אימת מפגיע על הארי פון ר' אליהו אמוזג, און עס איז אנגענומען אז דער חוקר ומקובל פון רמח''ל איז אויך געשריבן געווארן קעגן דעם ארי נוהם, כאטש אנדערע זענען מפקפק דערין.




דעת תורה האט געשריבן:דוכט זיך אז די מחלוקת צווישן די קאהן'ס און די קולף'ס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך בעפאר די מחלוקה קעגן ר' יונתן.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס גאנצער רעדען וועגען דער 'כת' און די פערזענליכע נערווען קראנקייטען פון ש"צ איז מער א פראדוקט פון היינטיגע פאליטיק ווי א מחלוקת הראויה לשמה פון גדולי עולם. און אז מ'ליינט די כתבים פון דער ליעמאן, וואס האט קיין שום פראבלעם נישט צו באשולדיגען גדולי עולם אין קאווע"ר אפ"ס פאר'ן פערזנעליכע כבוד (ער וויל זאגען אז דער נוב"י האט מורא געהאט פאר זיין פאסט'ן אין פראג, דעריבער האט ער געשטיצט ר' יונתן!), אן קיין עכטע ראיות (ווער קען וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם אין הארצ'ן) איז נישט מיט די ריכטיגע בליק אויף מענטשען וואס אז מ'נעמט ארויס דער לש"ש בלייבט מען מיט גארנישט.

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט