ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
איש האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק

שליחה דורך איש האמת »

ס'איז ידוע און ס'איז לעצטענטס נתפשט געווארן איבער דער אויפ טוה פונעם חסיד אומות העולם
ראל וואלענבערג, ווי אזוי ער האט ארויסגעהאלפן און געראטוועט איבער הונדער טויזענט יודען
פונעם בודאפעסט'ער געטא, ועוד תחבולות שונות, דורך דעים וואס ער האט געמאכט שוץ האזער,
דאס הייסט שווייצער קאנצעליי, וואס די דייטשען האבען גארנישט געקענט טוען צו עס, און באהאלטן
גאר אסאך יודען, וויבאלד ער האט אויסגעטיילט שווייצער פאספארטן,
דער גרינדער און קאפשטיק פון דער גאנצע זאך, איז הרב עזרא פריעדלאנדער הי"ו בן האדמו"ר
מליסקא שליט"א וואס לויט ווי ער פארציילט און דער מידיא, איז וויבאלד זיין זיידע האדמו"ר רבי
יוזפא פריעדלאנדער זצ"ל מליסקא געראטוועט געווארן דורך אים אליין זעלבסט, און וועגן דעים
האט ער זיך אריינגעלייגט און דער ענין ראשו ורובו, להנציח שמו הטוב, ודבר גדול עשה בעמיו
ער האט געהאט א שיינע אינטערוויו אויף קול מבשר בענין זה, אויך האט קול מבשר געהאט א גאר
שיינע אינטערוויו לעצטענס מיט הרה"ח הישיש רבי שלמה ראטה שליט"א בן האי איש חסד הרה"ח
רבי חיים ראטה ז"ל וואס ער ברענגט שיין ארויס פון זיין טאטע'ס פעולות, ווי ער האט געארבעט האנט
ביי האנט מיט ראל וואלענבערג
צווישען די אדמורים ורבנים וואס וואלענבערג האט מציל געווהן חוץ האדמו"ר מליסקא זצ"ל איז אויך
הגאון רבי ישראל וועלץ זצ"ל ראב"ד פעסט, און הגאון המובהק רבי יונתן שטייף זצ"ל ועוד

די ביאגרפיה פון ראל וואלענבערג זעלבסט איז לעצטענס באשריבען געווארען גאר שיין און קאמיוניטי
קאנעקשאנס וואס קומט ארויס און מאנסי דורך ט. יצחקי,

ווער ס'ווייסט מער בפרשה זה, אדער האט דאקמענטען, קען דא אהער שטעלן לזכות את הרבים

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר