די וויזשניצע נדחים (מורדים)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

די וויזשניצע נדחים (מורדים)

שליחה דורך הדד בן בדד »

ווי אנגעמערקט אין אן אנדערער אשכול, זענען די פארגאנגענע וואך אוועק פון דער וועלט דריי אידן וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט דעם באוואוסטן איבערקערעניש וועלכע איז פארגעקומען אין וויזשניץ בשנת תשכ"ג, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין די וועלט "די וויזשניצע מרידה", איך זאג עס ווערט אזוי אנגערופן אין די וועלט, ווייל עס איז באמת נישט געווען קיין מרידה, און די אידן זענען נישט געווען קיין מורדים, דאס איז נאר געווען א שם גנאי וועלכע מען האט זיי אנגעקלעבט מטעם וויזניץ, זיי אליינס האבן זיך גערופן די נדחים.

די דריי אידן וועלכע זענען אוועק, זענען הרה"צ ר' משה יהושע האגער זצ"ל, דער וויזניצער רבי, וועלכער האט בשעתו געדינט אלס רב, און איז געווען שטארק פארבונדן מיט די איבערקערעניש, טייל האבן גאר געהאלטן (כולל דער רב אליינס) אז מען האט גאר אים געמיינט מיט די אזויגערופענע מרידה.

די צוויי אנדערע זענען הרה"ג ר' אליעזר דוד פאל ז"ל און הרה"ג ר' ברוך שטערן ז"ל, וועלכע זענען ביידע אוועק צוויי טעג נאך דעם וויזשניצער רבין.

אין אן אנדערער אשכול האב איך אויפגעברענגט אז ר' אליעזר דוד איז געווען פון די נדחים און אנאליזירער האט מוסיף געווען איבער די פטירה פון ר' ברוך שטערן און אז עס איז געווען צוויי טעג נאך די פטירה פון ר' משה'לען. ווידער שמואל שלום שלמה האט געשריבן איבער ר' אליזער דוד'ן און איך בין מעתיק:

ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)

שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.

וויל איך דא עפענען דעם אשכול איבער דעם נושא פון די נדחים און די אזויגערופענע מרידה.

איך האב נישט יעצט צייט צו שרייבן אלעס וואס איך ווייס דעריבער, אבער איך וועל דערווייל שרייבן אפאר קליינע נקודות. אבער איך וויל אנהייבן מיט א וויכטיגע נקודה. מען דארף געדענקען אז עס איז געווען שנת תשכ"ג, עס איז נאך נישט געווען דעמאלס "דער סטייל" פון אזעלכע איבערקערענישן ביי חסיד'ישע הויפן אזוי ווי היינט, און דאס האט שטארק געשעדיגט די נדחים און זייער נאמען פאר היסטאריע. בפרט אז פון איין זייט איז געשטאנען וויזשניץ בראשות דעם וויזניצער רבין, און די וויזשניצער מאכערס (וואס די גאנצע איבערקערעניש האבן זיי גורם געווען און די קעגנערשאפט איז געווען נאר קעגן זיי, און לגמרי נישט קעגן רבין אדער קעגן רב) האבן זיכער געמאכט זיי צו באשמוצן אין די גאס כאילו אז די מרידה איז געווען קעגן דעם רבין און דעם רב. האט זיך ארויסגעשטעלט אזא בילד:

פון איין זייט שטייט וויזשניצער רבי און וויזשניצער רב און די גאנצע וויזשניצער חסידות, און פון די צווייטע זייט שטייען אפאר אינגע ציווילדיוועטע קנאים און שרייעס, פארפירערס און איבערקערערס.

און דעם בילד האט מען מיט אלע כוחות משווק געווען פאר די גאס, מאז ועד עתה. ווידער די נדחים האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג ארגאניזירט אלס א אייגענע גרופע מיט א רבי און מוסדות, אזוי אז עס איז נישט געווען ווער עס זאל דעקן פאר זיי און פירן זייער פאליטיק, און אזוי ארום האבן אסאך פון די שקרים און שמוץ זיך אנגעקלעבט אויף זיי און איז געבליבן קלעבן עד היום הזה.

איז צום ערשט וויל איך אנצייגן עטליכע פון די שקרים און בלבולים וועללכע מען האט אויף זיי אנגעקלעבט און במשך פון די צייט וועט מען בעז"ה (האפענטליך מיט די הילף פון די חברים דא) ארויסהאבן די גאנצע מעשה.

צום ערשט איז די מציאות פון דעם נאמען אליינס, ווי איך האב שוין דערמאנט, מען האט די פרשה א נאמען געגעבן "מרידה" און די מענטשן האט מען א נאמען געגעבן "מורדים". דאס איז א שקר, ווייל עס איז קיין מרידה קיינמאל נישט געווען, און די מענטשן זענען נישט געווען קיינע מורדים. און מדי דברי בו, וויל איך צולייגן אז די מעשה אין וויקי (ביי דעם לינק וואס איז געברענגט געווארן אין יענעם אשכול,) איז זייער רחוק מן האמת, עס איז בעסיקלי באשריבן פון דעם פערספעקטיוו פון וויזשניצער חסידים.

נאך א זאך וואס מען האט אויף זיי אנגעקלעבט איז, אז אלע מענטשן וועלכע האבן געהאט א טייל אין דעם (מצד די "מורדים" פארשטייט זיך) האבן שפעטער געהאט גאר גרויסע צרות אין לעבן. און מענטשן האבן די מעשה אפגעקויפט פאר גוט געלט. דאס איז פלעינער שקר און פארדרייאונג פון דעם מציאות, ווען מען קוקט עס אן מיט דעם ריכטיגן פערספעקטיוו. צווישן די נדחים זענען גאר דא אזעלכע וועלכע ווייזן אן פונקט פארקערט, אז די אלע וועלכע האבן אנגעפירט די צד שכנגד, און אנגעדרייט דאס ארויסווארפן פון די נדחים, זיי זענען גאר די וואס האבן באצאלט א טייערן פרייז.

לדוגמא וועל איך אנווייזן איין פאל, וואס איך וועל דערווייל לאזן בדרך חידה, און איך וויל זעהן ווער נאך ווייסט פון דעם. עס איז געווען א געוויסער רבי, וועלכער האט געהאט א גרויסן טייל אין אויפפלאמען די מחלוקה און אין ארויסווארפן און מרחק זיין די נדחים, און תיכף נאך די פרשה איז ער פלוצלינג אוועק פון דער וועלט אין א פארהעלטנסמעסיג אינגער עלטער.

המשך יבא בעז"ה

דער אשכול פארמאגט 195 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר