אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 591 מאל

אידישע פרויען אלס זונות אין נאצישע לאגערן

שליחה דורך DotCom »

פאר לאנגע יארן נאך דער מלחמה איז געווען אנגענומען אז אידישע פרויען זענען געווען באשיצט פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באצוואונגען ווערן דורך די דייטשע רוצחים צוליב די טרויעריג בארימטע נורעמבערג געזעצן וואס האט צווישן אנדערע אויך פארבאטן 'ראסען-שאנדע', דאס הייסט די ריינע דייטשע ראסע האבן נישט געמעגט פארשעמען זייער כבוד און אויסמישן זייער בלוט מיט די נידעריגע אידן, עס איז אויך אייביג באקאנט געווען אז היינריך הימלער האט שוין אין 1941 אויפגעשטעלט צענדיליגע בתי זונות אין מזרח אייראפע פאר זיינע סאלדאטן, אבער דעמאלטס האבן זיי נישט געפאנגען אידישע מיידלעך נאר גויאישע מיידלעך פון גאס, אדער האבן זיי געצוואונגען די זונות וואס האבן געארבעט דארט פון פאר דעם צו ארבעטן ווייטער בחנם פאר די וועהרמאכט.

אביסל שפעטער אין די מלחמה בערך אין 1943 איז געגרינדעט געווארן בתי זונות אינעווייניג אין די צוואנגס לאגערן, דאס איז אבער נישט געווען אפיציעל פאר די דייטשן נאר פאר אנדערע -נישט אידישע- געפאנגענע, זיי פלעגן קענען באקומען א פרוי פאר 20 מינוט אלס באלוינונג פאר זייער פלייסיגע ארבעט אדער פאר געלט וואס זייער משפחה האט געשיקט פונדערהיים, די אידן אבער האבן קיינמאל נישט געמעגט און נישט געקענט אהינגיין.

מיט די יארן איז אבער צוביסלעך באקאנט געווארן אז דייטשן פלעגן זיי אויך נוצן אויף א סיסטעמאטישן וועג, הימלער פלעגט אהינשיקן די נאצישע האמא'ס פאר טעראפי זיי אויסצוהיילן פון האמאסעקסואליטי וואס היטלער פלעגט אנקוקן אלס פעלער אין די ראסע, אזוי אויך איז צוביסלעך באקאנט געווארן אז מען פלעגט זיי נוצן צו קאנטראלן און דערנידערן זייער זעלסטווירדע, און צוברעכן זייער אחדות דורך פארמערן קנאה, ווייל די זונות פלעגן באקומען בעסער צו עסן און די חברתות האבן עס נישט געקענט אויסהאלטן.

במשך די מלחמה איז אין טאטאל פון אלע בתי זונות געווען איבער 34000 פרויען וואס האבן געצוואונגענערהייט געדינט אלס זונות פאר די דייטשן, פון די לאגערן בתי זונות זענען געווען בערך 10-11 טויזנט פרויען וואס רוב דערפון זענען אויסגע'הרג'ט געווארן ווייל זיי זענען שוואך געווארן פון צופיל נוצן, אדער קראנק געווארן פון STD's, אסאך זענען פרעגנענט געווארן און זענען ליידער געשטארבן ווען די דייטשן האבן פראבירט צו מאכן אויף זיי געצוואונגענע אבארשען'ס, פון די וואס האבן איבערגעלעבט האבן זייער ווייניג פארציילט זייער היסטארי צוליב די בושה דערפון, קיינער האט נישט געוואלט אז זייערע קינדער און אייניקלעך זאלן וויסן אז זיי האבן געדינט אלס זונה פאר די דייטשן.

לעצטענס האב איך אבער געליינט אין א ביכל פון 1946 פון דר. חיים שאשקעס וואס באשרייבט איין אזא איבערלעבעניש פון א פרוי וואס האט געדינט אלס זונה אין אוישוויץ, און אויף איר הענט איז געווען אויסגעקריצט איר נאמבער און דערנעבן די ווערטער 'יודן-הארע' - jewish-whore.

דר. שאשקעס איז געווען א ווארשעווער איד, ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן איז ער געווען פון די יודענראט אין ווארשע, ווען די דייטשן האבן אים איינמאל געבעטן צוצושטעלן בתי זונות אינעם געטא האט ער אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג און ער איז אנטלאפן קיין אמעריקע, אין 1946 ווען די חורבנות זענען נאך געווען פריש, און מארד פאר א שטיקל ברויט איז נאך געווען נארמאל, איז ער -טראץ די גרויסע סכנה דערפון- ארומגעפארן איבער פוילן מיט א מיליטערישן מונדיר, און ער האט אינטערוויוט איבערלעבער'ס און דאקומענטירט זייערע געשיכטע'ס, שפעטער האט ער עס פובליצירט אין פארם פון א ביכל, און אדאנק סטיווען ספילבערג קען מען עס היינט טרעפן אנליין (דאונלאוד דא דעם גאנצן בוך - 8.5 מעג)

אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.
בייגעלייגטע פיילס
49.jpg
49.jpg (119.15 KiB) געזען געווארן 6417 מאל
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר