די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

שליחה דורך יידל »

איך הייב דא אן א באשרייבונג איבער אן אינטערעסאנטע קאפיטעל אין די היסטאריע, אין וועלכע די פשוט'סטע יסוד אין וויסנשאפט - די פארעם פון די וועלט - איז געקומען אונטער א פראגע צייכן. איך האב אין אנהייב געפלאנט צו שרייבן בלויז איבער די חלק, וויאזוי מענטשן האבן געוואלט אויפווייזן אז קרום איז גראד און רונדיג איז פלאך, אבער נאכן דורכליינען און דורכטון די נושא, האט זיך עס ביי מיר פיל פארברייטערט איבער די גאנצע היסטאריע און וויסנשאפט וואס האט מיט די וועלטס פארעם. איך האב צעטיילט וואס כ'האב געשריבן אין אפאר קאפיטלעך, און איך לייג יעצט ארויף די ערשטע טייל, האפענטליך וועלן די קומענדיגע טיילן נאכפאלגן בקרוב, כפי מסת הפנאי.

איך וועל דא צולייגן לינקס צו די טיילן וועלכע וועלן נאכפאלגן, ווי נאר איך פאוסט זיי.
ערשטער טייל - מראש צורים אראנו
צווייטער טייל - קריסטענטום און וויסנשאפט (סייענס)

צוויי הערות במקום הקדמה:
לינקס: כדי נישט צו באמיטשענען דעם ליינער האב איך נישט געלייגט כמעט קיין לינקס, בלויז ביי די נעמען פון מענטשן האב איך געלייגט א לינק צו זייער וויקיפעדיע בלאט אין ענגליש אדער העברעאיש כדי מ'זאל האבן אן אהנונג פון וועם מ'רעדט, און נאך געציילטע פעלער ווי כ'האב געפילט אז מען וועט ווילן וויסן מער איבער וואס כ'שרייב.
בילדער: כ'האב געלייגט בילדער פון כמעט אלע מענטשן וועם כ'דערמאן (פארוואס? ווייל אזוי שמעקט מיר און אויך ווייל אזוי טוען די אויסגאבעס אנצופילן זייערע פעידזשס...), און אזוי אויך האב איך געלייגט בילדער פון זאכן וועלכע העלפן ארויס להבנת הענין כאשר עיניכים תיחזנה מישרים. אונטער די בילדער האב איך אין איטעליקס געשריבן די הסבר וואס מ'זעהט אין בילד.


[center]ערשטער טייל[/center]
[center]מראש צורים אראנו[/center]
[center]וויאזוי האט מען אמאל אנגעקוקט די וועלט? ווער און ווען איז געקומען צו די הכרה אז די וועלט איז א גלאבוס? וואס זענען געווען די הוכחות? ליינט מיט שפאנונג...[/center]

יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. צו טענה'ן אז די וועלט איז רונדיג האט מען געדארפט זיין אן אויבערחכם, ווייל ווי-נישט-ווי האט מען נישט מער ווי געדארפט ארויסגיין אויף די גאס און זען מיט די אייגענע אויגן אז די וועלט איז טאקע פלאך. די מיטאס (myth) גייט, און אזוי 'ווייסט' יעדער איינער, אז ביז קריסטאפער קאלאמבוס איז נישט געפארן קיין אמעריקע, האט יעדער איינער געמיינט אז די וועלט איז פלאך און אז אויב וועט מען אריינפארן אינעם אקעאן וועט מען אראפפאלן פונעם ערד-פלאך. קאלומבוס האט אבער געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און כדי אויפצווייזן אז ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער אונטערגענומען א נסיעה ארום די וועלט און אזוי ארום האט ער אנדעקט אמעריקע. לאמיך ציטירן פון די ווערטער פון הידען המופלג "לכתחילה אריבער" פון אייוועלט ווי ער שרייבט אין אן אשכול מיטן קעפל "אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"":

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדעכיג, און וויבאלד די "גרויסקייט פון די וועלט" האט ער אינטערגעשאצט, האט ער געהאלטן אז מען קען אנקומען פון שפאניע וואס איז אויף די לינקע עק פון אייראפע, צו די לענדער פון אינדיע, כינע, יאפאן ועוד, וואס איז אויף די רעכטע עק פון אזיע, דורכ'ן ים, וויבאלד פון די קאנטינענט פון אמעריקע האט מען דאך אין יענע צייט נישט געוואוסט, האט ער געהאלטען אז די וואסער וואס פאנגט זיך אן ביי די גרעניץ פון שפאניע, גייט גראד צו די עק פון אזיע.


עד כאן וואס יעדער איינער 'ווייסט'. דאס איז אבער א מיטאס. קרוב צו צוויי טויזענט יאר בעפאר קאלאמבוס האט שוין כמעט קיינער שוין נישט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. דער אמת'ער אמת איז מען קען נישט וויסן וואס דער המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט ארויסגעגעבן קיין ביכער (אויב יא זענען זיי דאך נישט פון די המון עם...). אבער די עליטע, די חכמים, די עדיוקעטעד, האבן אן איבערוויגענדע רוב געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס. און מיר ווייסן אויך ווער איז שולדיג אין דעם מיטאס, און וויאזוי עס איז געווארן פאפולער, אבער דאס איז נישט פאר יעצט. אפשר אלץ עפילאג וועל איך עס באשרייבן אין קורצן.

[center]בילד[/center]
[center]קריסטאפער קאלאמבוס[/center]

[center]בילד[/center]
[center]לכתחילה אריבער'ס אוועטער[/center]

(הערה בעלמא: איך מיין חלילה נישט אונטערצורייסן החכם המושלם והמופלג לכתחילה אריבער. אייגענטליך, אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." אבער נאכן אנהייבן נאכזוכן די זאך בין איך סורפרייזט געווארן אז כ'האב געלעבעט אין א טעות. מיין צוצייכענען צו לכתחילה אריבער'ס ווערטער איז נאר אנצווייזן ווי שטארק די מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה.)

איז אויב נישט קאלאמבוס, ווער יא? לאמיר אלזא זען ווען איז די וועלט געקומען צום שכל איבער איר אייגענעם פארעם. די אור-אלטע בבליים און מצריים האבן אלע פארשטאנען פאר א פשטות אז די וועלט איז פלאך ווי א פאפן דעקל און די הימלען זענען איבערגעצויגן איבערן ערד ווי א שלאק. (וואס האבן די אידן געהאלטן? אויף דעם קוק שפעטער). ווי מ'זעט פון אלע זייערע געשרייבאכצער האבן זיי אנגעקוקט די וועלט ווי א דריי-סלייס קוכן. פון אויבן די הימל וואס איז ווי א שלאק אדער ווי א דאום, פון אינמיטן די וועלט, פלאך און רונדיג (ווי א האנט-מצה), און פון אונטען דער טיפער אפגרינד, ווי אלע נישט-גוטע (שדים, רוחות, מתים, אפגעטער און ווער ווייסט וואס נאך) געפונען זיך.

[center]בילד[/center]
[center]ווי איר קענט זען אויף דעם בילד, אויבן געפונט זיך די הימל (אדער הימלען בלשון רבים לויט טייל אור-אלטע טראדיציעס), אינדערמיט געפינט זיך דער פלאכער ערד, און אונטער דעם געפינט זיך די אפגרינד.[/center]

דער ערשטער חכם אויפצוקומען מיט די טעאריע אז די וועלט איז גאר רונדיג איז געווען דער באקאנטער גריכישער מאטעמאטיקער און פילאזאף פיטאגאראס (געלעבט בערך ג' ק"צ – ג' רס"ה אין די תקופה פון סוף בית המקדש הראשון). פיטאגאראס איז ברייט באקאנט פאר זיין "פיטאגארישער פרינציפ" וועלכע ווערט דערמאנט אין חז"ל (אן פיטאגאראס' נאמען) און דער ר"ש אין כלאים (פ"ה מ"ה) ברענגט עס אראפ בשם "חכמי המדות". לויט א לעגענדע איז ער גאר דער וואס איז אויפגעקומען מיטן ווארט "פילאזאפיע" וועלכער איז א צוזאם שטעל פון צוויי גריכישע ווערטער, פילא – ליבשאפט און זאפיע - חכמה.

[center]בילד[/center]
[center]פיטאגאראס[/center]

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן כבדרך אגב רעדנדיג פון פיטאגארס, אז דער איטאליענישער פילאזאף, טיאלאג, אסטראלאג און פאעט טאמאסא קאמפאנעלאהאט געשריבן בשם אמבראזיאס (אמבראזיאס איז געווען דער ארכי-בישאף פון מילאן, איטאליע) אז פיטאגאראס האט געשטאמט פון אידן און אז זיינע חכמות זענען אלע געקומען פון אידישע מקורות. פארשטייט זיך אז עס איז אוממעגליך דאס צו באשטעטיגן אדער אפפרעגן, עס איז אבער דאך אן אינטערעסאנטע קיריאז.

צוריק צו די וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיקע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען די מערסט-געאייגענטע קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

פיטאגאראס' סברא איז אבער בכלל נישט געווארן פאפולער. זיינע אייגענע תלמידים האבן ווייטער גע'טענה'ט אז זייער רבי איז נישט גערעכט און די וועלט איז א פלאכע דיסק (דאס הייסט רונדיג אבער פלאך, ווי א האנט מצה). למעשה אבער האט פיטאגאראס' שיטה אזויפיל אויפגעטון אז די חכמים פון יענע צייט האבן אנגעהויבן שפעקולירן אז מעגליך איז די וועלט נישט פלאך נאר רונדיג, כאטש רוב האבן עס טאקע אפגעווארפן.

דער בארימטער גריכישער חכם השלם (וועם די רמב"ם לויבט אויס ביזן הימל) אריסטו (געלעבט אין די צייטן פון חורבן בית ראשון) איז געווען דער ערשטער צו ברענגן קלארע הוכחות אז די וועלט איז רונדיג. די געדאנק אליינס אז די וועלט איז רונדיג האט אריסטו גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן אפלאטון, און מעגליך אויך די הוכחות. אבער למעשה איז ער געווען דער ערשטער אראפצושרייבן מיט א קלארקייט הוכחות ברורות, און נישט סתם סברות, אז די וועלט איז יא א רונדיגע טאבע.

[center]בילד[/center]
[center]דער רבי, אפלטון[/center]

[center]בילד[/center]
[center]דער תלמיד המחכים את רבו, אריסטו[/center]

אריסטו'ס הוכחות זענען געווען גאר פשוט'ע. די ערשטע הוכחה וואס אריסטו האט געברענגט איז פון א ליקוי לבנה. ווען עס איז דא א ליקוי לבנה, קען מען זען די וועלט'ס שאטן אויף די לבנה און עס איז קלאר רונדיג. דאס אז די שאטן וואס מען זעט אויף די לבנה איז טאקע פון די וועלט איז געווען באזירט אויף וואס ער האט געהאט מקובל פון טעלס פון מילעטוס (געווען גראדע א רבי פון פיטאגאראס) וועלכער האט גע'טענה'ט (אזוי ווי עס איז טאקע דער פאקט) אז א ליקוי לבנה געשעהט ווען די וועלט שטעלט זיך צווישן די זון און די לבנה און די וועלט'ס שאטן שלאגט זיך אפ אויף די לבנה.

[center]בילד[/center]
[center]א ליקוי לבנה. מערקט דעם רינדיגן שאטן וואס די וועלט לאזט אויפן לבנה[/center]

די צווייטע הוכחה פון אריסטו איז געווען פון די שיפן וואס פארן אינעם אקעאן. ווען א שיף פארלאזט דעם בארטן פארט עס א לאנגע שטרעקע ביז עס ווערט פארשוואונדען אויפן האריזאנט. אריסטו האט אבער באמערקט אז די שיפן ווערן נישט פארשוואונדען אויף האריזאנט פון איין סעקונדע אויפן צווייטן נאר צוביסלעך. קודם ווערט די אונטערשטע ווענט פון די שיף פארשוואונדען. דערנאך ווערט די דעק פארשוואונדען. און צום לעצט ווערן די זעגלען פארשוואונדען. דאס האט געפירט אריסטו צום מסקנא אז די וועלט איז רונדיג, ווייל אויב איז עס פלאך וואלט דער גאנצער שיף געדארפט פארשוואונדען ווערן אויף איינמאל.

[center]בילד[/center]
[center]א שיף גייט איבער'ן האריזאנט, די אויבערשטע חלק איז נאך זעהבאר, די אונטערשטע חלק איז שוין נישט זעהבאר[/center]

די דריטע הוכחה זיינער איז געווען פון די שטערנס און זייער לאקאציע. אריסטו האט גע'טענה'ט אז ווען די וועלט איז ווען פלאך וואלטן מיר איבעראל געדארפט זען די זעלבע שטערנס. פארוואס? ווייל פונקט ווי ווען מיר זענען אין א גרויסן זאל, קענען מיר זען דעם גאנצן דאך פון אלע עקן פונעם זאל, אזוי וואלטן מיר ווען געדארפט זען די זעלבע הימל פון אלע פלעצער. דערווייל, ווי נאר מיר גייען אפאר מייל זעהן מיר א נייער הימל מיט הונדערטע נייע שטערנס וואס מען זעט נישט אפאר מייל ארויפצו. דאס, האט ער גע'טענה'ט, איז נאר מעגליך אויב די וועלט איז רונדיג, און ווען מ'גייט אפאר מייל זעט מען שוין א נייע חלק פון די הימל וואס מ'האט נישט געקענט זען פריער ווייל פריער איז מען געווען אוועקגעבויגן דערפון.

אלע גריכישע פילאזאפן האבן אנגענומען אריסטו'ס הוכחות, און פון אפלטון ביז ארכימעדעס האבן אלע פה אחד געשריבן אז די וועלט איז א גלאבוס. עס איז שווער צו וויסן וואס די המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל די המון עם האט נישט איבערגעלאזט קיין שריפטן פון וואו מ'קען זען וואס זיי האבן געהאלטן. עס איז גאנץ מעגליך אז די פשוטי העם האבן ווייטער געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. אבער דאס ווייסן מיר זיכער אז פון אריסטו'ס צייטן און ווייטער, איז ביי די חכמי אוה"ע שוין בכלל נישט געווען קיין שמועס איבער וואס די פארעם פון די וועלט איז. די שמועס איז געווען איבער די סייז פון די וועלט, די ווייטקייט פונעם זון וכדומה. די אלע גריכישע חכמים וואס האבן פרובירט צו מעסטן די סייז פון די וועלט מיט פארשידענע חשבונות, למשל דורך מעסטן ווי שנעל די זון פארט פון איין פלאץ צום צווייטן און אזוי ווייטער, האבן אלע אריינגענומען דעם וועלט'ס פארעם – א גלאבוס – אין זייערע חשבונות.

נאך יארן וואס מען האט שטודירט, געמאסטן, אפגעפרעגט און פארראכטען, איז געקומען דער גריכישער גיאגראף, מאטעמאטיקעער און אסטראנאם קלאודיאוס תלמי (געלעבט אין די תקופה פון גלייך נאכן חורבן בית שני) און צוזאמגענומען און אויסגעארבעט אלע שיטות און חשבונות צו איין מעכטיגער, אויסגעארבעטע מהלך און האט דאס פובליצירט אין זיין גאר בארימטען בוך באוואוסט מיטן אראבישען נאמען "אלמאגעסט" (דער מעכטיגסטע). תלמי'ס שיטה איז באקאנט היינט צו טאגס אלס געאצענטריזם, וואס באדייט אז דאס לייגט די וועלט (געא אין גריכיש) אינמיטן (צענטר אין גריכיש) פון די גאנצע יקום, און די זון מיט אלע פלאנעטן און שטערנס דרייען זיך ארום איר. די סיבה פארוואס עס ווערט גערופן מיט דעם נאמען איז ווייל יארן שפעטער איז געקומען קופערניקוס און ער איז אויפגעקומען מיט א נייע מהלך אז די זון איז אינדערמיט און אלעס דרייט זיך ארום איר. אבער פארשטייט זיך אליינס אז תלמי'ס עיקר חידוש איז נישט געווען נאר די חלק אז אלעס דרייט זיך ארום די וועלט. זיינע חידושים זענען אויך באשטאנען פון די סייזעס פון אלע פלאנעטן, זייערע ארביטס (די וועג וויאזוי זיי דרייען זיך ארום די וועלט און ווי לאנג עס נעמט) און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אלע דעטאלן.

[center]בילד[/center]
[center]תלמי דער אסטראנאם[/center]

[center]בילד[/center]
[center]תלמי'ס גיאצענטרישן שיטה, מיט דער רינדיגער וועלט אינדערמיט פונעם יקום[/center]

המשך יבוא אי"ה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר