דער אותו האיש בחז"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

דער אותו האיש בחז"ל

שליחה דורך צדיקל »

ווען מ'וויל שרייבן וועגן דעם אותו האיש איז שווער ווייל אין חז"ל איז זייער ווייניג דערמאנט פון אים, און דאס ביסל וואס איז יא דא איז צעזורירט געווארן און די זעלבע אין די ראשונים, און אויכעט שטימט עס נישט לויט די יארן, אז כמה ראשונים האלטן אז ס'איז געווען שני ישו הנוצרי. קודם וועל איך פראבירן צו שרייבן די מעשה וויפיל מ'נעמט ארויס פון פשטות חז"ל, נאכדעם ברענגן די סתירות אא"וו.

דער רמב"ם (אגרת תימן) זאגט אז די נביאה פון דניאל, (יא יד) בני פריצי עמך יינשאו להעמיד חזון ונכשלו, גייט ארויף אויפן אותו האיש. ר' חיים וויטאל (עץ הדעת טוב פ' ראה) זאגט, אז דאס וואס משה רבינו האט געזאגט, כי יסיתך אחיך בן אמך, גייט ארויף אויף אים וואס ער איז א בן ישראלית נישט א בן ישראל, היינט ביום אידם לאמיר אביסל זעהן די היסטארי פון אים וואס איז דא אין חז"ל.

דער אותו האיש ישוע ימ"ש, ווי חז"ל רופן אים יש"ו (ר"ת ימח שמו וזכרו) הנוצרי (שנוצר מן האשה, אדער פאר גוים האט מען געזאגט, אז מ'רופט אים אזוי ווייל ער קומט פון נצר, מהרי"ל), איז געבוירן געווארן ג"א תרע"א (יוחסין, סדר הדורות), 157 יאר פארן חורבן בית שני, צו זיין מאמע מרים מגדלא שער נשיא (שבת קד:, סנהדרין סז.) זי איז געווען די ווייב פון פפוס בן יהודה (חבר פון התנא ר' עקיבא שנולד ג"א תש"ס), די גמ' אין גיטין (צ.) פארציילט אז פפוס פלעגט איינשפארן זיין ווייב אינדערהיים, ווען ער פלעגט אוועק גיין אז זי זאל נישט קענען רעדן מיט קיינעם, (ומדה שאינה הוגנת היא זו שמתוך כך איבה נכנסת ביניהם ומזנה תחתיו, רש"י). זי איז אנטלאפן פון אים, און זי האט מזנה געווען מיט א גוי וואס האט געהייסן (טייל זאגן ער האט געהייסן יוסף) פנדירא און מיט אים האט זי געבוירן דער אותו האיש.

ער איז געווען א תלמיד פונעם תנא ר' יהושע בן פרחיה (וואס ער איז געווען די צווייטע דור פון די זוגות, בשנת ג"א תק"ס, (268 יאר פארן חורבן) האט מקבל געווען פונעם ערשטען דור זוגות יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים, ער האט מאריך ימים געווען ביז ג"א תש"ד, (סדר הדורות). לויט די חשבון האט ער געלעבט איבער 150 יאר). און יענע תקופה איז ר' יהושע בן פרחיה אנטלאפן קיין אלכסנדריה של מצרים ווען ינאי המלך האט געהרגעט די חכמי ישראל, און שנת תש"ד (סדר הדורות) איז ר' יהושע בן פרחיה צוריק ארויף פון מצרים קיין א"י.

דער אותו האיש איז אויך מיטגעגאנגען מיט ר' יהושע בן פרחיה קיין מצרים, דארט האט ער זיך אויסגעלערענט כישוף, פון מצרים האט מען אבער נישט געקענט ארויס טראגן כישוף, זיי האבן אדורך געזוכט יעדן וואס איז ארויס צו ער טראגט נישט ארויס כישוף, ווען דער אותו האיש איז ארויף פון מצרים האט ער אריינגעקריצט אין זיין פלייש און אזוי ארויס געטראגן די כישוף פון מצרים (שבת קד: ירושלמי שבת פרק יב הלכה ד) די גמ' רופט אים אן שוטה דערפאר.

אויפן וועג אהיים פון מצרים, איז ר' יהושע בן פרחיה מיט די תלמידים איינגעשטאנען אין א גאסט הויז, ווי מ'האט זיי זייער שיין מכבד געווען און אלעס צוגעשטעלט, האט ר' יהושע בן פרחיה זיך אנגערופן פאר די תלמידים כמה נאה אכסניא זו, רופט זיך אן דער אותו האיש, רבי, אבער אירע אויגן זענען רינדעכיג, ר' יהושע בן פרחיה האט אים אנגעשריגן, רשע! אין דעם ביסטו עוסק?! האט ער ארויס גענומען 400 שופרות און אים מחרים געווען.

דער אותו האיש איז געקומען אסאך צו ר' יהושע בן פרחיה בעטן ער זאל אים מקבל בתשובה זיין און ער האט אים נישט מקבל געווען, איין טאג איז ער געקומען נאכאמאל בעטן, ר' יהושע בן פרחיה האט געהאלטן אינמיטן ליינען קריאת שמע, אבער ער האט באשלאסן אז ער גייט אים שוין מקבל זיין, האט ער אים געווינקען מיט די הענט ער זאל ווארטן, דער אותו האיש האט געמיינט ער ווארפט אים ווייטער אפ, איז ער געגאנגען און גענומען א ציגל זיך געבוקט דערצו און געדינט עבודה זרה און איז געגאנגן מסית ומדיח זיין אנדערע אידן זיי זאלן דינען עבודה זרה.

ר' יהושע בן פרחיה האט אים געבעטן ער זאל תשובה טוהן, ער האט שוין נישט געוואלט און געזאגט, כ'האב מקובל פון דיר החוטא ומחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה. (סוטה ט"ז. סנהדרין ק"ז.)

פון דעמאלס האט ער אנגעהויבן מסית ומדיח זיין, אבער ער האט נאר מסית געווען איינעם אויף אמאל, ווייל ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל זיין עדים ווי ער איז מסית ומדיח, האבן די סנהדרין גענומען א הויז פון צוויי שטובער, און איין שטוב געלאזט טונקל און אריינגעזעצט דארט צוויי אידן זיי זאלן זיין עדות, און אין די אנדערע שטוב אנגעצינדן לעכט ס'זאל זיין לעכטיג, אז די עדות זאלן קענען זעהן און הערן וואס טוט זיך און די צווייטע שטוב, אבער זיי זאל מען נישט זעהן, און געשיקט איינעם וועם ער האט געוואלט מסית זיין, זאל אים זאגן ער וויל הערן וואס ער זאגט און ער זאל קומען צו די הויז, און ער האט אים דארט מסית געווען אז ער זאל דינען עבודה זרה, און יענער האט אים געזאגט, היאך נניח את אלהינו שבשמים ונעבוד עבודת כוכבים, און ער האט נישט נאכגעלאזט און ווייטער אים מסית געווען, האבן אים די עדות גענומען צו די סנהדרין. (סנהדרין סז. ירשלמי יבמות פרק טז הלכה ו, סנהדרין פרק ז הלכה יב)

די סנהדרין האבן אים דן געווען לסקילה, מ'האט אויסגערופן 40 טעג פארדעם אז ער איז נידון געווארן לסקילה שכישף והסית והדיח את ישראל, און ווער ס'האט עפעס א זכות אויף אים זאל קומען זאגן, (כאטש אז אויף א מסיח ומדיח זוכט מען נישט קיין זכות נאר ווייל ער איז געווען א קרוב למלכות האט מען יא געזוכט אויף אים) קיינער איז נישט געקומען, האט מען גענומען רשות פונעם שר פילאטום פון רום וואס איז געווען געשטעלט אויף ירושלים (עץ הדעת טוב, מר' חיים וויטאל פ' ראה), ערב פסח ג"א תש"ז האט אים פארשטיינערט און אויפגעהאנגען (סנהדרין מג.) ער איז אלט געווען 36 יאר (סדר הדורות).

אויך זיינע 5 תלמידים מתאי נקאי נצר ובוני ותודה האט מען גע'הרג'עט. אין מס' גיטין (נז.) פארציילט די גמ', אז פאר אונקלוס הגר האט זיך מגייר געווען, האט ער מיט כישוף ארויף געברענגט דעם אותו האיש, און אים געפרעגט ווער איז חשוב אויף יענע וועלט, האט ער גענטפערט די אידן טובתם דרוש אבל רעתם אל תדרוש, ווייל ווער ס'רירט זיי אן איז ווי ער רירט אן די שווארץ אפעל פונעם אויג, האט אונקלוס געפרעגט מה דינך, אמר לו נידון בצואה רותחת, כי כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת. עד כאן וואס איז דא פון אים אין חז"ל.

(ס'איז דא א אלטע מגילה תולדות יש"ו, וואס פלעגט זיין ביי אידן. דארט שטייט די מעשה מיט נאך פרטים, אויך אז ער האט ארויס גע'גנב'עט דעם שם המפורש פון בית המקדש, אבער ס'איז לאו מר בר אשי חתים עלי', קען מען עס נישט אנעמען אלס קראנט, און סדר הדורות (מערכת תנאים ערך ר' יהושע בן פרחיה) זאגט ער ובידי העתק ממעשה שהי' בימי הילני המלכה ותלמיד ר' יהושע בן פרחיה, ס'איז דא וואס זאגן אז ער מיינט די מגילה. אויך אין חוט המשולש תולדות פון חתם סופר ברענגן זיי אז ער האט דאס געהאלטן פאר קראנט און ער האט געשריבן אפאר הגהות אויף דעם).



תניא אמר להן רבי אליעזר לחכמים והלא בן סטדא הוציא כשפים ממצרים בסריטה שעל בשרו אמרו לו שוטה היה ואין מביאין ראיה מן השוטים. (שבת קד:)

בן סטדא בן פנדידא הזא אסר רב חסדא בעל סטדא בועל פנדירא בעל פפוס בן יהודה הוא אלא אימא אמו סטדא אמו מרים מגדלא נשיא הואי כדאמרינן בפומדיתא סטת דא מבעלה. (שבת קד:, סנהדרין סז.)

רבי יהושע בן פרחיה מאי הוא כדקטלינהו ינאי מלכא לרבנן אזל רבי יהושע בן פרחיה ויש"ו לאלכסנדריא של מצרים כי הוה שלמא שלח לי' שמעון בן שטח מני ירושלים עיר הקודש ליכי אלכסנדרי' של מצרים אחותי בעלי שרוי בתוכך ואנכי יושבת שוממה קם אתא ואתרמי ליה ההוא אושפיזא עבדו ליה יקרא טובא אמר כמה יפה אכסניא זו אמר ליה רבי עיניה טרוטות אמר ליה רשע בכך אתה עוסק אפיק ארבע מאה שיפורי ושמתיה אתא לקמיה כמה זמנין אמר ליה קבלן לא הוי קא משגח ביה יומא חד הוה קא קרי קריאת שמע אתא לקמיה סבר לקבולי אחוי ליה בידיה הוא סבר מידחא דחי ליה אזל זקף לבינתא והשתחוה לה אמר ליה הדר בך אמר ליה כך מקובלני ממך כל החוטא ומחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה ואמר מר יש"ו כישף והסית והדיח את ישראל: (סוטה ט"ז. סנהדרין ק"ז.)

כיצד עושין לו מדליקין לו את הנר בבית הפנימי ומושיבין לו עדים בבית החיצון כדי שיהו הן רואין אותו ושומעין את קולו והוא אינו רואה אותן והלה אומר לו אמור מה שאמרת לי ביחוד והוא אומר לו והלה אומר לו היאך נניח את אלהינו שבשמים ונעבוד עבודת כוכבים אם חוזר בו מוטב ואם אמר כך היא חובתנו וכך יפה לנו העדים ששומעין מבחוץ מביאין אותו לבית דין וסוקלין אותו וכן עשו לבן סטדא בלוד, ותלאוהו בערב הפסח בן סטדא בן פנדירא הוא אמר רב חסדא בעל סטדא בועל פנדירא בעל פפוס בן יהודה הוא אלא אימא אמו סטדא אמו מרים מגדלא נשיא הואי כדאמרי בפומדיתא סטת דא מבעלה (סנהדרין סז.)

והתניא בערב הפסח תלאוהו לישו והכרוז יוצא לפניו מ' יום קודם שהוא יוצא ליסקל על שכישף והסית והדיח את ישראל כל מי שיודע לו זכות יבא וילמד עליו ולא מצאו לו זכות ותלאוהו בערב הפסח אמר עולא ותסברא בר הפוכי זכות הוא מסית הוא ורחמנא אמר (דברים יג ט) לא תחמול ולא תכסה עליו אלא שאני ישו דקרוב למלכות הוה.

ת"ר חמשה תלמידים היו לו לישו מתאי נקאי נצר ובוני ותודה אתיוהו למתי אמר להו מתי יהרג הכתיב (תהלים מב) מתי אבוא ואראה פני אלהים אמרו לו אין מתי יהרג דכתיב (שם מא,) מתי ימות ואבד שמו אתיוהו לנקאי אמר להו נקאי יהרג הכתיב (שמות כג ז) ונקי וצדיק אל תהרוג אמרו לו אין נקאי יהרג דכתיב (תהלים י) במסתרים יהרג נקי אתיוהו לנצר אמר להו נצר יהרג הכתיב (ישעיה יא) ונצר משרשיו יפרה אמרו ליה אין נצר יהרג דכתיב (שם יט) ואתה השלכת מקברך כנצר נתעב אתיוהו לבוני אמר להו בוני יהרג הכתיב (שמות ד) בני בכורי ישראל אמרו לי' אין בוני יהרג דכתיב (שם) הנה אנכי הורג את בנך בכורך אתיוהו לתודה אמר להו תודה יהרג הכתיב (תהלים ק א) מזמור לתודה אמרו ליה אין תודה יהרג דכתיב (שם נ) זובח תודה יכבדנני. (סנהדרין מג.)

רש"י. יהרג נקי - רוצח הוא נקי זה וראוי ליהרג שהרג במסתרים. ותשובה בעלמא הוא מפני האומות שקרוב למלכות היה והיו צריכים להשיב על כל ראיות של הבל שלהם: זובח תודה יכבדנני - מי שיהרוג תודה יכבדנני.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר