מוחמד און זיין קוראן איבער ארץ ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

מוחמד און זיין קוראן איבער ארץ ישראל

שליחה דורך ממי_שאמרו »

הקדמה:

איך וועל נאך אי"ה אריינגיין אין די היינטיגע מציאת הדברים, אבער כדי צו קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר אין תשע"ג, דארפן מיר קודם פארשטיין וואס עס איז פארגעגאנגען אפאר הונדערט יאר פארדעם.

כ'וויל נישט אריינגיין אינעם חלק הלכה פון ציונות, וואס די סאטמאר'ע רבי בדורנו און אסאך פריעדיגע האבן דאס גע'אסר'ט בתכלית האיסור. איך וויל פשוט מסביר זיין דעם אמת איבער די אלע פאקטן וועלכע די עולם איז פשוט זייער נישט קלאר און צומאהל אפילו געפיטערט מיט שקרים. און נאך אמאל, אפילו לויט די פאקטן וועלכע איך גיי אראפברענגען דא ווערט נישט די סאטמארע רבי אפגעפרעגט לויט זיינע חסידים אדער גערעכט לויט זיינע מתנגדים. דעריבער וויל איך בעטן אז די עולם דא זאל זיך האלטן אין די ראמען און נישט פארקריכן פונעם נושא.

* * *


איידער איך גיי זיך באציען צו די פאליטישע חלק פון די אראבער, און איידער איך גיי אריינגיין צי עס איז בכלל געווען אזא פאלק ווי פאלעסטינער בעפאר תש"ח צי נישט, און איידער איך גיי אריין אין נאך אסאך נושאים, וויל איך פשוט מקדים זיין די רעליגיע חלק אינעם מחלוקה און מלחמה. ווי אזוי מוחמד און די קוראן האבן באטראכט ארץ ישראל, ירושלים, און הר הבית. ווען איז דער הר הבית הייליג געווארן פאר די אראבער און ביי וועלכע חלק פון אראבער, און אזוי ווייטער.

די חלק גייט נישט עוסק איבער די היסטאריע צווישן די מוסעלמענער און די אידן במשך די 1500 יאר, די חלק גייט נישט עוסק זיין איבער די פאליטישע חלק פון די פאלעסטינע טענה, נאר אינעם רעליגיע שטאנדפונקט, קוראן איבער טעראריזם, איבער די אנדערע נושאים (עס איז ארום 12 נושאים, וועלן דארפן נאכקומען עטליכע חלקים, ואתכם הסליחה. און אזוי אויך איז עס יעצט מער אין קורצן, אין די פיינעל ארטיקל וועט אי״ה אסאך מער דעטאלן צו קומען און לענגער באשריבן ווערן אי״ה.
-----------
ביאור:

איידער איך קען בכלל אריינגיין אין די נושא, דארף איך קודם מקדים זיין אביסל די היסטאריע פון מוחמד אונעם קוראן.
מוחמד איז געבוירן געווארן אין יאר 570 למספרם, זיין ערשטע נביאות (כלשונו) האט ער געזעהן (גע'דמיונ'ט) אין יאר 610 ווען ער האט געמאכט התבודדות אויפן בארג חירא'א נעבן מעקא. די מוסעלמענער גלייבן אז די קוראן איז אראפגעברענגט געווארן במשך 23 יאר אדורך אללה (דער אייבערשטער), אדורך זיין מלאך גשאבריעל (גבריאל) אינעם אראבישן שפראך. מוחמד האט געפייגערט אין יאר 632 למספרם.

די קוראן איז למעשה א צוזאמשטעל פונעם ברית החדשה און להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה. מוחמד האט גע'טענה'ט אז די תורות ביז איצט איז געזאגט געווארן פאר עטענישע גרופעס אבער נישט גלאבאל פאר יעדעם, משא"כ די קוראן איז דער סך הכל און דאס איז די מהדורה האחרונה וכוללת פונעם אייבערשטער'ס באפעל פאר יעדעם איינעם. און די מוסעלמענער גלייבן אז נח, אברהם, ישמעאל, דוד, משה, שלמה, להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה יושקע פאנדראק ותלמידו יוחנן פאלוס זענען אלע געווען מוסעלמענער און זיי זענען אלע געווען נביאים.

די פינעף יסודות פונעם קוראן זענען:

שהאדא- גלייבן אין אללה און נאר ער איז דער באשעפער.

צלאת- דאווענען 5 מאהל א טאג.

זכאת- צדקה פאר ארעמעלייט.

צאום- פאסטן ראמאדאן.

חאגש- עלייה לרגל איין מאהל אינעם לעבן קיין מעקא.

למעשה ווען מוחמד איז געקומען צום ערשטן מאהל צו זיינע שטאטסלייט צו צייגן דעם קוראן וועלכע ער האט נארוואס ערפינדען, האבן זיי אים אויסגעלאכט זאגענדיג אז עס איז "אסאטיר אלאוולין", דאס מיינט לעגענדעס פון די פאריגע. זיי האבן אים אויסגעלאכט ווייל למשל פרשת וישב מיט יוסף הצדיק שטייט ווארט ביי ווארט אינעם קוראן, אזוי אויך סיפור יציאת מצרים. חוץ פון עקידת יצחק ווערט אויפגעטוישט מיט ישמעאל. מוחמד האט געהאט א גוטע חבר א איד מיט'ן נאמען כא'עב. דער איד געקומען פון תימן און איז געווען זייער נאנט צו מוחמד און אים געהאלפן שרייבן דעם קוראן און ער איז געווען דער מקור פון אלע מדרשי חז"ל וועלכע איז געשטאנען אין קוראן.

מוחמד און אלע אראבער ביז היינט לעבן ביז היינט אינעם אבסעסיע אויפצווייזן אז זיי זענען נישט געקומען צוזאמען מיט אלע רעליגיעס און לעבן צוזאמען מיט זיי, נאר פשוט עוקר מן השורש זיין די אלע אנדערע רעליגעס (דין אלבאטל- די בטל געווארענע דין, צו דין אחלק- דעם אמת'ע דין-רעליגיע).

ביז דא וועגן מוחמד און זיין קוראן, יעצט לאמיר זיך נעמען צו ירושלים.

~~~~~~~~~~~~~


קודם כל, מ'דארף איינטיילן די דריי אין עטליכע חלקים. ארץ ישראל, ירושלים, הר הבית. לאמיר קודם זיך נעמען איבער ארץ ישראל.

ארץ ישראל איז אין די היסטאריע פון איסלאם קיינמאל נישט געווען הייליג, אפילו נישט אין די קרייצציגלער צייטן. ארץ ישראל ווערט אנגערופן אינעם קוראן סיריע. נאכמער, מוחמד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז ארץ ישראל זאל געהערן פאר אידן, נישט נאר דאס- ער האט גאר געהאלטן אז עס געהערט פאר די אידן מיט יושר. אינעם קוראן שטייט דריי מאהל אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן. אין סורה (פרק) ה' פסוק 20-21, ווי עס רעדט א שמועס פון משה רבינו מיט כלל ישראל שטייט אזוי:

משה האט געזאגט צו זיין פאלק, קינדער פון מיין פאלק, געדענקטס די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטוהן מיט ענק, ווען ער האט אויפגעשטעלט פון ענק נביאים און ער האט ענק געמאכט פאר קעניגן. ער האט געגעבן טעכטער וואס ער האט נישט געגעבן פאר קיינעם פון די אנדערע פעלקער. קינדער פון מיין פאלק, גייטס אריין אינעם הייליג לאנד וואס דער אייבערשטער האט ענק באשריבן, און גייטס קיינמאל נישט אוועק פון דארט ווייל אויב יא קענען ענק ווערן פארלוירן.

אין סורה 7 פסוק 137 שטייט אזוי:

איך האב געמאכט ארבטיילן פאר די קינדער פון די וועלכע זענען געפייניגט געווארן (ער רעדט פון די אידן, א פסוק פארדעם שטייט וועגן שיעבוד מצריים) די מזרח און מערב זייט פונעם לאנד וואס איך האב געגעבן מיין ברכה אין דעם, און עס וועט מקיום ווערן מיינע רייד וואס איך האב געזאגט אויף די בני ישראל, דאס אלעס איז א שכר צוליב דעם וואס זיי זענען געשטאנען מיט א שטארקייט פאר מיר.

אין סורה 17 פסוק 103-104 שטייט אזוי:

(פרעה) האט געוואלט צוריקהאלטן פון זיי ארויסצוגיין פונעם לאנד, און איך האב אים איינגעזינקען מיט זיין פאלק אינאיינעם. נאכדעם האב איך געזאגט פאר די אידישע קינדער: גייטס צוריק צו ענקער לאנד און אזוי ווי עס מקיים ווערן די הבטחה פאר די שפעטערדיגע טעג (אחרית הימים) אז איך גיי ענק צוזאמנעמען פון וואו ענק זענען געווארן פארשפרייט.

זעהן מיר פון דעם קודם כל, אז מוחמד און די קוראן האבן געהאלטן אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן און נאר צו זיי. מוחמד איז קיינמאל נישט געווען אין ארץ ישראל, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען ארץ ישראל.

נאר ווי אזוי איז געווארן ארץ ישראל הייליג ביי די מוסעלמענער?

ביי די אראבער איז דא אן הלכה פון וואקף, דאס מיינט אז א פיס ווי אן אראבער האט איינגענומען ווערט הייליג און עס בלייבט אזוי לעולם, און זיי דארפן עס באפרייען פון פרעמדע הענט. די זעלבע מיט שפאניע און געוויסע חלקים פון אפריקע. גארנישט מיט די לאנד פערזענדליך נאר מיט וואקף געזעץ. דאס מיינט אז די גאנצע קדושה איבער ארץ ישראל ביי די מוסעלמענער איז די זעלבע הייליג אין זייער אויגן ווי שפאניע. און אין זייער אויגן איז די זעלבע מצווה אויסצולייזן שפאניע ווי ארץ ישראל. און אזוי ווי אין יאר 720 האט אן אראבישן מנהיג איינגענומען ארץ ישראל און עס פארהייליגט פאר די מוסעלענער (וואקף), איז עס געווארן הייליג. ~~ א לאנד וועלכע ווערט וואקף, קען קיינמאל נישט ווערן צוריק אויס וואקף, עס איז א 1 WAY TICKET, נישט דא קיין בעקסיס. פארדעם יעדע לאנד ווי די מוסעלמענער האבן נאר געוועלטיגט סיי ווען אין די היסטאריע ליגט א חיוב אויף יעדע אראבער דאס צוריק אייננעמען און צוריקגעבן פאר איסלאם. און אן אראבער וועלכע גיבט אויף אפילו אויף איין סענטימעטער פון א שטח וואס א מוסעלמענער איז דינו בסייף, מ'דארף אים הרג'נען.

דעריבער, גאנץ ארץ ישראל איז וואקף וואס די אראבער דארפן צוריק, נישט קיין חילוק שכם צו תל אביב, בני ברק צו ראמאלא. און דאס איז די פראבלעם וואס די אראבער האבן מיט די אידן וועלכע זענען אין ארץ ישראל און זיי געוועלטיגן דארט, נישט צוליב ארץ ישראל איז הייליג אדער וואס, נאר צוליב חוק וואקף.

דעריבער קוקן אן די אראבער ה' אייר ווי א געוואלדיגע טעות וועלכע דארף מתוקן ווערן, און אין זייערע אויגן איז דאס נישט ווייניגער ווי א נסיון פונעם אייבערשטער פאר זיי צו זיי וועלן אויפגעבן צו נישט. און דעריבער קענען די אראבער קיינמאל נישט מאכן שלום מיט די ישראלים, ווייל זיי טארן נישט אויפגעבן קיין איין סענטימעטער פון א וואקף לאנד, און זיי קענען קיינמאל נישט אינטערשרייבן אז א אידישע מדינה האט בכלל א זכות קיום אין סיי וועלכע וועג.

די איינציגע וועג ווי אזוי מצרים און ירדן האבן יא געמעגט שלום מאכן און אונטערשרייבן מיט מדינת ישראל איז געבויעט אויף שלום חודייביע וועלכע מוחמד האט אונטערגעשריבן אין 628 מיט די כופרים פון מעקא. מוחמד האט דעמאלס געזעהן אז ער קען נישט געווינען די כופרים פון מעקא, האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי אן הסכם פון א פייער אפשטעל (הודנא) אויף 10 יאר (עכ"ז האט ער דאס געבראכן נאך צוויי יאר ווייל דעמאלס ער האט שוין געקענט געווינען). דאס מיינט, אז זיי מעגן אונטערשרייבן א צייטווייליגע אפמאך ביז זיי ווערן צוריק שטארק און זיי קענען הרג'נען דעם שונא. אז מ'קוקט טאקע אריין אין די הסכם זעהט מען טאקע ווי עס שטייט דארט אז מיר מאכן שלום מיט ישראל אזוי ווי מוחמד האט שלום געמאכט די כופרים ביי הסכם חודייביע.

סך הכל:
ארץ ישראל לויט'ן קוראן געהערט פאר די אידן און נאר פאר זיי.

צוליב וואקף טאר'ן די מוסעלמענער נישט ערלויבן פאר די אידן צו געוועלטיגן דארט (אפילו אלס ראש העיר).

צוליב וואקף טאר'ן זיי קיינמאל נישט שלום מאכן אויף שטענדיג מיט די אידן.

~~~~~~~~~

ירושלים:

אין תנ"ך ווערט עטליכע הונדערט מאהל דערמאנט ירושלים. אידן האבן אלס געלעבט מיט ירושלים. לשנה הבאה בירושלים. אם אשכחך ירושלים און אזוי ווייטער. נישט דא קיין אידישע שמחה, צוזאמקום וואס מ'דערמאנט נישט מינימום איינמאהל ירושלים. שוין צוויי טויזענט יאר וואס די אידן בעטן זיך ולירושלים עירך ברחמים תשוב. וואס עס איז אינטערעסאנט אז אינעם קוראן ווערט נישט דערמאנט ירושלים אפילו נישט איינמאל!!!

גוט געליינט!! קיין איין מאהל ווערט נישט ירושלים דערמאנט אינעם קוראן. עס איז קיינמאל נישט געווען הייליג ביי זיי, עס האט זיי קיינמאל נישט אינטערעסירט נאר ווען עס איז זיי אויסגעקומען אזוי צוליב פאליטישע חשבונות.

עס איז אמאל געווען ווען פייסל חוסיני (דער אראבישן שר איבער ירושלים אינעם אראבישן פארלאמענט) האט געהאט א דעבאטע מיט משה פייגלין (א רעכטע פרומע עקסטערעמיסט און היינט א חבר כנסת).

פייגלין: דו ווייסט אז מיר האבן ביידע עפעס שטארק די זעלבע?

חוסייני: וואס???

פייגלין: מיר ביידע גלייבן שטארק אינעם באשעפער משא"כ די פרייע עולם דא. דו גלייבסט אינעם באשעפער, יא?

חוסייני: יא, מיר ביידע גלייבן שטארק אין אללה.

פייגלין: יעצט גיב א קוק מר. חוסייני (און ער נעמט ארויס א תנך פון זיין טאש), דאס איז די תנ"ך- מיין הייליגסטע ספר וואס איך האב נאר.

חוסייני: קוקט אים מיט אפאר הינער אויגן פארשטייט נישט וואס ער וויל פון זיין לעבן האבן.

פייגלין: דא אינעם תנ"ך שטייט ירושלים איבער 800 מאהל, אדרבה הייב אן צו ציילן. (אןם ער האט אראפגעלייגט דעם תנ"ך אויפן טיש, און חוסייני האט געמיינט אז ער איז שוין פערטיג. אבער דא נעמט ארויס פייגלין א קוראן). מר. חוסייני! איך האלט דא דיין הייליגסטע ספר, יא?

חוסייני: (צומישט אינגאנצן) יא!

פייגלין: קענסטו ביטע טרעפן איין מאהל דאס ווארט ירושלים ,ציון וכו' אין די גאנצע קוראן? פרעג איך דיר? פאר וועם געהערט ירושלים? פאר דער וואס גלייבן אין די ספר אדער אין ספר????

--------
מוחמד האט אנפאנג גע'חלומ'ט אז די אידן וועלן זיך צושטעלן צו אים, דעריבער אין די ערשטע פרקים שרייבט ער שיין וועגן די אידן, און אנפאנג האט ער אפילו געהייסן דאווענען צו מזרח-ירושלים. אבער ווען ער האט געזעהן אז די אידן פון די דערפער ארום אינעם מדבר חייבער שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער אויסגע'שחט'ן אלע מענער און באראבעוועט די פרויען. אזוי אויך האט ער צוגענומען די טאכטער פון איינע פון די ראשי הקהלה מיט'ן נאמען צפיה, און ער האט חתונה געהאט מיט איר. אזוי ווי ער האט געזעהן אז די אידן שטעלן זיך סיי ווי נישט צו אים האט ער געטוישט די וועג ווי זיי דאווענען, אנטשטאט קיין ירושלים האט ער דאס געטוישט קיין מעקא. אזוי אויך האט ער זיך גענומען צו די אידן זייער ווילד אינעם קוראן.

דאס ערשטע מאהל וואס ירושלים איז געווארן אן ארטיקל ביי די אראבער איז געווען אין יאר 680 ווען די מוסעלמענר זענען געווארן צוטיילט אין צוויי גרופעס- סוני און שיע. א שאד אריינצוגיין אין די גאנצע מלחמה זייערע וואו עס האט זיך פארגאסן בלוט ווי וואסער. נאר די וויכטיגע נקודה וועלכע איז אונז נוגע איז אזוי:

אין יענע תקופה האבן די שיע'ס געהאט קאנטראל איבער מעקא, און זיי האבן נישט ארויפגעלאזט די סוני'ס עולה רגל זיין אין ירושלים. די סוני'ס האבן זיך געפילט שרעקליך אויסגעשפיעלט און נישט געוויסט וואס צו טוהן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע געדאנק: אין פרק 17 פסוק 1 פארציילט די קוראן אז איין נאכט האט דער אייבערשטער גענומען זיין קנעכט (מוחמד) פונעם הייליגן קלויסטער צום ווייטערדיגע קלויסטער (אלמסגשאד אלאקצא) און אים געוויזן זיינע צייכענעס.

די מעשה גייט ארויף ווען מוחמד האט געהאט א גרופע שטיצער אינעם שטאט אלטא'אף וועלכע געפינט זיך צוויי טעג ווייטער פון מעקא, די וועג צו גיין פון מעקא צו אלטא'אף נעמט צוויי טעג, און ביינאכט פלעגן מוחמד שלאפן אין א שטאט אלגע'ראנה. די מוסעלמענער היסטאריקערס פארציילן אז די שטאט האט געהאט צוויי קלויסטערס, אלמאסגשאד אלאדנא- די נאנטע קלויסטער, און אלמאסדשאד אלאקצא- די ווייטערדיגע קלויסטער.

זענען געגאנגען די סוני'ס און אויפגעבויעט דעם אל אקצא (ירושלים הייסט אל קודס, נישט זיך פארמישן) קלויסטער אויפן הר הבית און געשריגן אלה אלקיך ישמעאל. טאקע דא אין ירושלים גייט ארויף דעם אלמאסגשאד אלאקצא, און זיי האבן ארויסגעגעבן אזא חיבור בימים ההם מיט הערליכע מעשיות און מאמרים פון מוחמד איבער ירושלים, און פערטיג. אזוי האבן זיי פארדינט צוויי זאכן, איינס: א גרינגער וועג ווי אזוי איבערצושרייבן היסטאריע. צווייט'ס, זיי זענען נישט אויסגעשפילט.

די סיבה פארוואס אלאקצא וואס מוחמד רעדט קען נישט זיין הר הבית איז צוליב צוויי סיבות: איינס, ארץ ישראל הייסט אינעם קוראן עדנה אל ארד- די נענטערע לאנד. ארץ ישראל האט געהייסן נאנט (אל ארד) און נישט ווייט (אל אקצא).

צווייטענס, ווי אזוי האט מוחמד גערעדט פונעם קלויסטער וועלכע איז נאך נישט געשטאנען בזמנו????

און טאקע נאר די סוני'ס האבן גענומען אויף זיך לחיי שעה אז ירושלים איז הייליג, און די שיע'ס האבן דאס זייער אוועקגעמאכט. דעריבער איז טאקע ביי די סוני'ס ירושלים די דריטע הייליגע פלאץ, אבער ביי די שיע'ס איז עס די פיפטע. (משא"כ ביי די אידן איז די הייליגע שטאט "נאר" ירושלים).

אין 750 ווען מ'האט שוין יא ארויפגעלאזט די שיע'ס אין מעקא, איז ירושלים צוריק געווארן פארנאכסעליגט. און פון דא און ווייטער איז עס נאר געגאנגען לויט די וועטער און גיסטע. אין 1016 איז אלאקצא געווען אזוי פארנעכלעסיגט אז די דאך איז איינגעפאלן! אין 1150 ווען צאלח א-דין האט געדארפט די אראבישע הילף צוריק איינצונעמען ארץ ישראל פון די קרייציגלער, איז ירושלים געווארן פלוצלינג צוריק הייליג. אבער אין 1229 האט אן אייניקל פון צאלח-א-דין איבערגעגעבן ירושלים פאר דעם קעניג פרידריך דער צווייטער פון דייטשלאנד (לויט געוויסע דעות איז די ניגון פון מעוז ציר- דחה אדמון בצל צלמון געזאגט געווארן אויף אים) כדאי אז דער פרידריך זאל אים העלפן זיך קריגן מיט זיין ברודער.

אזוי איז געווען פאר 700 יאר ווי ירושלים איז געווען זייער פארנאכלעסיגט, ארעמע מענטשן פון אלע זייטן, זייער ביליג געבויעט וכו' וכו'.

אין 1948 איז ירושלים אביסל צוריק ארויפגעקומען אויפן מאפע ווען ירדן האט איינגענומען דעם הר הבית, און עבדאללה האט זיך באקרוינט אלס קעניג פון ירושלים, אבער ער איז גאנץ ווייניג געווען דארט. ער האט גארנישט מקיע געווען אין ירושלים און עס איז געבליבן זייער א ארעמע און פארנאכלעסיגטע שטאט ביז 1967. קיין איין אראבישע פירער איז נישט געקומען פון יאר 48 ביז 67 קיין ירושלים אדער הר הבית.

נאך 1967 האט קעניג פייסל פון סודיע אראביע גערעדט ווי שטארק ער בענקט זיך און ער וויל קומען קיין ירושלים, אינטערעסאנט אז ווען עס איז געווען אינטער אראבישע האנט איז עס אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. אפילו אין 1964 ווען אש"ף (די פאליסיטינער פארבאנד) האט געשריבן זייער מגילת העצמאות האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט ירושלים!

און טאקע פון 1967 איז ירושלים און הר הבית געווארן הייליג און די שטאט דרייט זיך איבער וועגן דעם. אבער וועגן 1967 וויל איך נישט אריינגיין יעצט, נאר ווען איך וועל שרייבן דעם נושא פון מלחמת ששת הימים און אירע נאכפאלגן.

~~~~~~~~~~

סך הכל:

ירושלים און הר הבית ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם קוראן.

ירושלים און דער הר הבית ווערט הייליג און אויס הייליג לויט ווי די פאליטיק שפילט כרגע.

תמצית הדף:

די מלחמה צווישן די אידן און אראבער איז נישט א מלחמה צוליב טעראטאריע, נאר טעראטאריע צוליב א מלחמה.

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. עס האט נאר מיט איין זאך: ווי לאנג די אידן וועלן געוועלטיגן אפילו אויף איין אינטש פון ארץ ישראל, אפילו אלס ראש העיר וועלן מוסילמענער פראבירן צו הרג'נען די אידן דארט. די אזוי געריפענע איבערקערניש וואס די וועלט וויל אז ירושלים זאל ווערן פארעכנט ווי א הייליגע שטאט פאר ביידע רעליגיעס איז לעכערליך, און ירושלים האט גארנישט מיט די מוסעלמענער. די ציונים האבן מסכים געווען צו וואס די יו. ען. האט מחליט געווען אין תש"ח, משא"כ די אראבער האבן קיינמאל נישט געקענט מסכים זיין דערצי. יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

~~~~~*******~~~~~


דאס איז חלק א'- דער חלק ווי אזוי די קוראן און מוחמד באציעט זיך צו ארץ ישראל און ירושלים. און דעם קומענדיגן חלק וועט זיין ווייטער איבער די היסטאריע איידער מיר רירן אן ממש מדינת ישראל. שנית, איך האב נאך וואס צוצולייגן (א מעשה פון דעם חבר פון מחומד ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים און די אראבער זענען געווען אויפגערעגט אויף אים אז ער וויל הייליג מאכן ירושלים און אריינברענגען אידישע זאכן, און זיי האבן אים שיעור גע'הרג'ט, און נאך), די הוספות וועל איך אי"ה מפרסם זיין ביי די פיינעל ארטיקל ווען איך וועל צוזאמשטעלן אלע ארטיקלן.



כל הזכויות שמורות לממי_ שאמרו בקאווע שטיבל, ונא לא לפרסמו אלא בשמי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום ממי_שאמרו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר