"גרין-וואד סעמעטערי" לעבן בארא פארק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

"גרין-וואד סעמעטערי" לעבן בארא פארק

שליחה דורך ראשעקאל »

איך האב פריער גע'עפענט א אשכול וועגן "ווי מ'קען גיין פארברענגען מיט די ווייב". אבער עטץ מיינטס אז איך בין געזעצן מיט פארלייגטע הענט און געווארט אויף זר'ס רחמנות?? אוודאי נישט!! איך האב אויך געניצט ר' גאגל און אליינס געטרייט עפעס צו טרעפען. לייג איך אזוי אריין "site seeing on brooklyn" קימט די ערשטע ארויף די לינק - http://www.tripadvisor.com/Attractions- ... _York.html , וואס געט א ליסט פון 98 זאכן וואס מ'קען טוהן אין ברוקלין. און איך זעה אז די צווייטע אויף די ליסט איז "Green-Wood Cemetery"!! גרין וואד סעמעטערי איז די בית הקברות וואס מ'זעהט ווען מ'פארט צו בארא פארק ביי פארט העמילטען עוו. און אלץ קינד זענען אונז געוועהן צוגעוואוינט אז מ'טאר נישט קיקען דארטען ווייל מ'קען זעהן א צלם.... אלעס וואס איך האב געוויסט וועגן דעם איז געוועהן אז עס איז א פראבלעם פאר כהנים, און מ'דארף אראפשניידן ביימער וואס דעקען איבער קברים און שטעקן זיך ארויס אינדרויסן, אבער מער פון דעם האב איך נישט געוויסט.

עניוועי, איז מיר געוועהן זייער אינטערסאנט אז אזא פלאץ הייסט צו זיין א פלאץ וואס מ'קען גיין סייט סיאינג.

האבעך אנגעפאנגען ליינען....
שטעלט זיך ארויס אז די ריזיגע בית הקברות איז א זייער אינטערסאנטע און היסטארישע פלאץ. עס איז געעפענט געווארן אין יאהר 1838, און דארף צו זיין אפען פאר יעדעם, אבער נישט פאר מענטשען וואס ווערן עקזעקיאטעד אדער וואס שטארבען בשעת זיי זענען אין תפיסה. אין די 1850'גער יאהרן איז עס געוועהן א זייער פאפאלער פלאץ צו קימען באזיכן, און זייער אסאך באקאנטע מענטשען פון יענע צייט ליגן דארטען באגראבען. אויך זענען דא זייער אסאך מאנעמענט'ס אין אנדענק פון פארשידענע געשעהענישן. אין 2006 איז עס דערקלערט געווארן ווי א "נעשענעל היסטאריק לענדמארק".

אין 1876 איז געוועהן א שרעקליכע פייער אין "ברוקלין טיאטער", און ווייניגסטענס 278 מענטשען זענען אומגעקימען. 103 פון די אומגעקימענע ליגן צוזאמען אין איין מאסן קבר אין "גרין וואד".


איין בערגעל אינמיטען די בית הקברות הייסט "בעטעל הילל", וואס איז די העכסטע פלאץ אין ברוקלין, און פון דארטען זענען פארגעקימען סוקסעספילע אטאקע'ס קעגן די בריטישע ביי די וואר אף אינדעפענדענץ אין 1776.

א טייל פון אינטערסאנטע פארשוינען וואס ליגן דארטען באגראבען:
א פאר סאפרים קאורט ריכטער'ס,
עטליכע קאנגרעסלייט,
אינווענטאר'ס,
ארטיסטען,
טשארלס פעלטמאן - וואס איז געוועהן די ערשטע מענטש צו מאכן האטדאג'ס אין א באן,
ראבערט גארנעט וואס איז געוועהן א קאנפעדערעיט גענעראל,
דזאן פרענקלין גרעי - וואס איז געוועהן די ערשטע מענטש צו מאכן האמאפאטי אין אמעריקא.
די קרבנות פון די האלל-מיללס מערדעריי
עליאס האוע - די אינווענטער פון די ניי-מאשין
וואלטער האנט - די אינווענטער פון די סעיפטי פין
לאורע קין - זי איז געוועהן א עקטרעס וואס איז געוועהן אויף די סטעיזש פון די פלעי וואס פרעזידענט לינקלען האט געזעהן ווען ער איז געשאסן געווארן
סאזען מק'קיני סטאערט - די ערשטע שווארצע פרוי אין נוא יארק צו באקימען א מעדיקעל דעגרי
שמואל מארס - די ערפינדער פון "מארס קאוד" צו שרייבן אין טעלעגראף מאשינ'ס
הענרי זשערוויס רעימאנד - גרינדער פון די נ"י טיימס
די ערשטע ווייב פון פרעזידענט טידאר רוזעוועלט, זיין מאמע, זיין טאטע, און זיין פעטער
פרעדריק אגאסט אטא שווארץ - גרינדער פון FAO Schwarz טוי סטאר
אלא סינגסטאד - וואס האט דיזיינט לינקלען טאנעל
סטיווען טשארלס ווינסענט - ער איז געוועהן א זשערנאליסט פאר אסאך אויסגאבעס, און איז ערמארדערט געווארן אין איראק אין יאר 2005
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר