די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע

שליחה דורך נהורא נפישא »

אין די צייט וואס גייט אן א העפטיגע ויכוח איבער אריינעמען סעקולערע לימודים און די קוריקולעם אין די חרדישע אנשטאלטן אין ס'פארהאן א שטארקע קעגנערשאפט ביי אלע חרדי'שע רבנים און ווי באקאנט לייגן די ליטווישע רבנים דעם טראפ אז ס'איז אבסעלוט פארבאטן אלטץ ביטול תורה איז כדאי צו געבן א קורצע היסטארישע איבערבליק איבער אידישקייט פון די תקופה פינעם רענעסאנס וואס איז געווען א צייט פון קולטוראלע אויפלעב פון זיך צוריקקערן צו די גריכישע און רוימישע שטרעבונג צו פיליזאפיע און ארט.

די רענעסאנס וואס האט זיך אנגעהויבן אין איטאליע און איז פארשפרייט געווארן אין אנדערע אייראפעאישע לענדער האט אין די זעלבע צייט נישט איבערגעהיפט די איטאליענער אידישע געמיינדעס אין פאקט האבן זיי אנטיילגענומען דערין אין האט געבליעט הונדערטער יארן מיט א גלאררייכע היסטאריע פין אידישקייט מיט א ליבעראלע און הומאניסטישע צוגאנג אריינעמנדיג רבנים גדולי תורה וואס האבן צוגאב צו זייער ידיעת התורה אויך באזיצט א הויעכע בילדונג פון שפראך קענטעניס און אלגעמיינע וויסענשאפט וואס זיי האבן זיך דאס אלטץ איינגעהאנדעלט אין די אוניווערסיטעטן אדער אויף די אייגענע האנט טייל פון זיי האבן אפילו געשאפן פאעטישע ווערק דראמאטישע פיעסעס און מוזיקאלישע קאמפאזיציעס.

דאס דאווענען אין מערערע איטאליענישע שולן זענען מיט די גוטהייסונג פון זייערע רבנים געווען אין באגלייטונג פון מוזיקאלישע אינסטרומענטן די מערסט בארימטער איטאליעניש אידישער קאמפאזיטאר איז געווען שלמה מן האדומים באקאנט אלטץ Salamone Rossi וואס האט געשאפן מערערע ליטאגורישע קאמפאזיציעס וואס מ'קען זיי געפינען אויפן אינטערנעט.

עס דארף באטאנט ווערן אז א גרויסער טייל פון די רבנים זענען בפירוש געווען געשעצט ביי די גדולי הרבנים והפוסקים שמפיהם אנו חיים.

דא האט איר א טיילווייזע רשימה פון די רבנים:
ר' יהודה אריה די מודינה- באהערשט מערערע שפראכן, געהאט קריסטליכע תלמידים, שטודירט מוזיק און טענץ, געווען די פארוואלטער פון די טיאטער אינעם ווינעציער געטא, פארפאסט א ספר וואס צווייפעלט און די אוטענטישקייט פינעם זוהר, א פיוט וואס ער האט פארפאסט ווערט געזאגט ביי די סליחות ליוכ"ק
ר' יצחק לאמפרונטי-מחבר פינעם הלכ'ישן אנציקלאפעדיע פחד יצחק, שטודירט דאקטעריי אין פאדאווער אוניווערסיטעט און האט באזיצט א גרויסן ביביאליטעק פון רעליגיעזע און סעקולערע טעקסטן
ר' יהודה מסיר ליאון- א לעקטורער אין מאנטובער אוניווערסיטעט מחבר פינעם ספר נופת צופים אויף די חכמה פון רעטאריק
ר' דוד ניטו- שטודירט און פאדובער אוניווערסיטעט דאקטעריי פיליזאפיע די חכם צבי נעמט זיך אן און א תשובה פאר אים נאכן ווערן באשולדיגט אין מיטטיילן די מיינונגען פון שפינאזע פארפאסט ספר כוזרי השני
ר' עובדיה ספורנו- באקאנט אלטץ זיין פירוש ספורנו געווען א דאקטאר באזיצט מערערע שפראכן געווען באהאווענט אין וועלטליכע ידיעות ער איז געווען די לערער פינעם הומאניסט יוהאנעס רויכלין
ר' עזריה מן האדומים- באקאנט מיט זיין ספר מאור עינים ווי ער געט זיך אפ אפצווארפען פארשידענע היסטארישע הנחות וואס חז"ל שטעלן אראפ ס'איז באוואוסט די התנגדות פון מהר"ל און נאך וואס האבן דעם ספר מחרים געווען אזוי אויך די יעב"ץ נאכן מחרים זיין דעם ספר האט שפעטער חרטה באקומען אין געזאגט לא תתעב אדומי
ר משה חיים לוצאטו- באקאנט מיט זיין מוסר ספר מסילת ישרים שטודירט אין פאדובער אוניווערסיטעט אלגעמיינע וויסענשאפט און פילילאגיע גרויסער בעל מקובל אויסגעארבעט זיין אייגענארטיגע שיטה אין קבלה געשריבן פאעטישע ווערק און דראמאס און ווערט פאררעכענט אלטץ די סאמע ערשטער מאדערן העברעאישער שרייבער

די ליסט גייט ווייטער און ווייטער דאס אלטץ פאר יעצט מערצעשעם ווייטער אין א קומענדיגע געלעגנהייט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר