דער היינטיגער מאמענט - פאר הונדערט יאר צוריק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

דער היינטיגער מאמענט - פאר הונדערט יאר צוריק

שליחה דורך דעת תורה »

אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס איך רעכן - בעז"ה - אין דעם גאר נאנטן עתיד צו סעלעברירן מיין טויזענט'סטע תגובה דאהי אין קאווע שטיבל, וויל איך מיטטיילן די חברים היקרים איבער א העכסט אינטערעסאנטע אקטיוויטי וואס איך פיר זיך אין די לעצטע שטיק צייט, פאר מיר איז עס רייך, באלערנד, אינפארמאטיוו, גאר אינטערעסאנט, און הויפטזעכטליך פשוט ענזשויעבל, האב איך געקלערט משום אל תמנע טוב מבעליו אפשר קען עס זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, און אפשר קען מען עס גאר טון צוזאמען בדיבוק חברים, אפגערעדט פון דעם וואס דאס קען צוברענגען א געוואלד מיט אינטערעסאנטע - היסטארישע ווי היינטצייטיגע - נושאים צו דיסקוסירן ברחבי ה'קאווע שטיבל.

מעודי בין איך געווען פאסצינירט (די ווארט קען גיין?) מיט אונזער רייכער אידישער עבר, אפשר ריכטיגער יודישער (ווי דער פוילישער אטיסלייג, אדער יידישער ווי דער ייוו"א פארלאנגט). די לעצטע פופציג זעכציג יאר בעפארן קריג, ווען די ליטעראטור און פארברענג מאטריאל איז אויסגעשטיגן צו א מעכטיגער אינדוסטריע, ארויס פון אלע פראפארצן, האט דאס נישט איבערגעהיפט איבער אונזער פאלק. כאטש, עס איז צום באדויערן אז דער חלק הארי פון די מאטריאל איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך שלומי אמוני ישראל, איז אבער נישט אלעס "טריפה - פסול" (אזוי האבן די שלומי אמוני אנגערופן די כ'ל ב'איה ל'א י'שובון'ס וואס האבן בימים ההם אנגעזייט גרויסע חורבנות אין א ארימע צוריקגעשטאנענע מאסע וואס האט געדארשט נאך עטוואס ליין מאטריאל ווי אמעריקאנער אידן נאך א סלייס פיצא. זיי האבן הפנים געמיינט אז ליינווארג איז דאס גרעסטע גליק וואס וועט זיי באטרעפן, און אויסלייזן פון אלע פאקטישע פראבלעמען.

עס איז אפילו שווער אנצוטייטלען מיטן פינגער, אשר יאמר כי הוא זה, וועלכע ביכל איז דאס די טריפה פסול, ווייל כמעט אלע ביכלעך פון די וועלטליכע אידישע שרייבער דערציילן אונז מעשיות וואס זענען שוין געווען דאן היסטאריע, און זיי רעדן שוין ארום באריכות איבער די טריפה פסול'ע ביכער, משמע אז מען רעדט פון א געוויסן זשאנער שקדמה להם. מעגליך רוסישע ביכער, אדער די גאר פריע משכיל'ישע צייטונגען פון די אנפאנג ת"ר יארן).

מאידך גיסא, האב איך אויך זייער א שטארקן געפיל צו היסטאריע בכלל, און אונזער גלאררייכער עבר בפרט. עס איז לאו דוקא אז איך גלייך דעם מעלאנכאלישן לימוד פון היסטאריע לשם היסטאריע, און אוודאי נישט דער סארט כראנישע היסטאריע ווי פרעמענוראנטן און קברים בילדער, סיי ווייל איך האב נישט קיין געדולד זיך צו גיין מוטשען און אפירקראצן לימודים וואס מען קען ארויסנעמען פון א קוץ דא אדער א תג דארט, איך האב ליב היסטאריע מוגש כשולחן הערוך, און אויכעט ווייל איך בין סתם אזוי נישט משיג די עצם זאך, א פערזאן, זאך, געשעעניש, ווערט נישט מער אינטערעסאנט און וויכטיג צו וויסן - פאר מיר עכ"פ - ווייל זי האט זיך אפגעשפילט פאר הונדערט יאר צוריק, אויב וואלט עס היינט מיר פאראינטערעסירט, איז אינטערעסאנט עס צו וויסן פון אמאל אויך, אבער סתם קליינליכע פרטים וואס האבן בימים ההם נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע, און איך וואלט עס העכסט ווארשיינליך נישט געוויסט ווען איך לעב ווען דאן, איז עס נישט קיין גרויסע מציאה נאר ווייל מען האלט שוין הונדערט יאר שפעטער.

וואס איך גלייך זייער יא, איז צו האבן א קלארן בילד פאר די אויגן פון דעם גאנצן הלך ילך, וויאזוי האט דאס לעבן בכלליות אויסגעקוקט, די פארשידנארטיגע קולטורן, די פאוער ברעיקערס בימים ההם, בכל דור ודור. צו פארשטיין וואסערע השפעה דער רבי צי יענער גאון צי להבדיל א וועלטליכער פערזאן האט געהאט אויפן דור, די פילפארביגע שטרעמונגען און קאלירן פון אלע שיכטן און קרייזן, שטעט און מדינות.

ווען מען וואקסט אויף, ספעציעל זינט דעם חורבן אייראפע, אפילו מען ליינט און מען הערט פילט מען אבער אלס אזא מחיצה המבדלת, די געשעענישן פון דעם נישט ווייטן עבר פון אייראפע בעפארן קריג איז עפעס ווי אויף איין זייט וואסער און מיר אויף די אנדערע זייט. אונזער לעבן און קארענט היסטארי הייבט זיך ווי אן פון תש"ה, אלעס פריער, פון פארן מבול, איז ווי עפעס א אנדערע וועלט בכלל צו וועלכע מיר האבן נישט קיין דירעקטע שיכות. דער אמת איז אבער, אז ווי מער מען ליינט זיערע צייטונגען, ביכער, מען הערט זייערע טעיפס און רעקארדירונגען, און מען זעט זייערע פילם'ס און ווידיא'ס זעט מען אלס מער דעם סדנא דארעא חד הוא, מה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש. אודאי געוויס, עס איז דא פיל מיט חילוקים צווישן אונזער היינטיגער לעבנסשטייגער און דער אמאליגער, אבער דער שורש, די אונטערליגנדע ערקלערונג צו יעדן טאט און פאסירונג וואס מענטשן טוען, די חילוקי דעות און מהות'ן בלייבן די זעלבע.

איר פארשטייט שוין געוויס צו וואס איך ציל, נעמליך, ווען דער היסטארישער אידישער צייטונג'ס ארכיוו האט געמאלדן אז זיי גייען אנהייבן דיגיטייזן די פילע צייטונגען פון די צייטן ווען אידיש ליינערשאפט האט געגרייכט איר קלימאקס, ווען מיליאנען מבני עמנו, בלי גוזמא, האבן געליינט און געווירקט אויף די היימישע אידישע מאמע לשון, סעקולערע ווי פרומע אידן, חרדים און טראדיציאנעלע אידן (לפי השערתי איז ס'רוב אידנטום פונעם עלטערן דור - וואס רוב זייערע קינדער זענען גענצליך פריי געווארן - געווען אזא סארט טראדיציאנאלער איד, דערפאר איז רוב מאל אבסורד צו הערן השוואות פון אונזער היינטיגער לעבנסשטייגער צו די דאמאלס'דיגע וואס מען האט פונקט געטראפן בילדער, ווייל רוב אונזערע עלטערן, נראה לי לומר אז זיי זענען געווען אן אנדערע מין טיפ ווי דער געווענליכער עמך איד, והיינו דאהני להו צו איבערלאזן ערליכע דורות. דער אמת איך רעד פון פוילן - רוסלאנד, אונגארן איז א מסכתא פאר זיך). איז דאס ווי פארשטענדליך געווען כמים קרים על נפש עייפה, און אויף אלע פארום'ס האט מען זיך דערצו צוכגעכאפט ווי צו א געבראטנס. פארשטייט זיך אז פאר מיר פריוואט איז דאס געווען ממש עי דריעם קאם טרו. איך בין אפגעזיצן שעות אויף שעות דערויף.

למעשה האב איך געזעהן אז דאס איז נישט קיין וועג, איך האב זיך דערמאנט די ברייתא, מי שפקח אומר אשנה היום פרק אחד ולמחר פרק אחר, בין איך געפאלן אויף א שטיקל המצאה, וואס דאס וויל איך מיטטיילן מיטן עולם. איך האב אנגעהויבן צו ליינען, יעדן טאג דעם היינטיגן צייטונג! היינט, ליין איך דעם צייטונג פון ב' וזאת הברכה י"ב תשרי ע"ד. (צו מיין מזל איז די יאר אויסשטעל פונקט די זעלבע, מיטוואך גייט זיין ערב סוכות דא ביינונז אין ווארשע). איך האב צוויי צייטונגען צו מיין דיספאזיציע, דער היינט, און דער מאמענט. (פערזענליך בעפארצוג איך דעם מאמענט, ער איז עטוואס מער אידישלעך, און הלל צייטלין רעדאקטירט עס און מאכט זיכער עס טראגט א אידישן טעם. דער היינט דערגעגן איז שוין מער פריי. זשורנאליסטישער קוואליטעט מיין איך אבער אז דער היינט שטייט בעסער, כאטש דאס קען נאר געזאגט ווערן כלפי די אלגעמיינע נייעס. אין די היימישע נייעסער טוט זיך אפ א גע'געל'אכץ וואס דער בלאט קען זיך דערפאר פארשטעקן).

פארגעסט נישט, איך בין א רייכער איד, איך זיץ אויף מיין קאוטש מיט מיין טאבלעט ( די מערסט צוגעפאסטע דיווייס צו ליינען די צייטונגען. דערווייל איז עס נישט די מערסטע געשמאק, אבער אין א אימעיל האבן זיי מיר פארשפראכן אז מען גייט עס קענען אנהייבן דאונלאודן און ליינען אין א רעגולערן פי די עף פארמאט), און איך ליין זיך געשמאק ביידע צייטונגען נאכן עסן ב"ה פולע מאלצייטן צו דער זעט. מיינע שכנים ארום אבער, שטייען צוזאמען געשטופט צען קעפ פער צייטונג אנגעטון אפגעשליסן און אויסגעהונגערט, און דיסקוסירן און לערנען אריין א פשט אין יעדן ווארט פונעם צייטונג ווי ער וואלט געווען כאטש א שטיקל רשב"א.

די הרגשה דערפון איז געוואלדיג. מען ווערט ווי באשיינפערליך אריין געשלעפט אינעם דעמאלס'דיגן אטמאספער. (כאפט למשל א בליק אינעם לעצטן אויסגאבע פונעם "היינט". סעפט. 1 39'. די צייטונג זעהט אויס ווי דער בלאט וואלט מסתמא אויסגעזעהן אין אזא מצב, פיל מיט אנווייזונגען וויאזוי צו פארקלעבן די פענסטער און זיך פארהיטן פון די באמבע'ס, בעת ער לאזט נישט נאך און האלט אין איין מוטיגן דעם עולם צו זיין קאמפ'סגרייט און מיטן הילף פון די זיגריכע פוילישע מיליטער וועט מען באקעמפן דעם שונא. נאר נישט לאזן דעם מאראל ווערן געקלאפט! עס גייט דורך א קעלט אין די ביינער).

אלזא, אויב איז דא אזאלכע וואס שעירן די הנאה מיט מיר, און וואלטן געוואלט דאס טון, קען דאס זיין זייער אינטערעסאנט. זעצט אייך ארויף אויף איינשטיין'ס שנעלער-ווי-ספיד-אוו-לייט שנעלצוג, און לאמיר כאפן א רייזע צוריק אין תרע"ד. (אגב, שטעל איך זיך פאר איך בין נישט דער איינציגסטער וואס מיין מוח האט געמאכט א אסאסיאציע צווישן דעם למעלה מן הזמן, היה הוה ויהיה בהעלם אחד וואס שטייט אין די ספרים איז דער מציאות ארויסצי פונעם עולם הגשמי המוגבל, און דער חידוש פון איינשטיין).

איך מוז זיך אנטשולדיגן, איך פיר אייך איצט אריין אין א גאר אומאנגענעמע, שווערע סיטואציע. דער עולם איז אנגעזעצט, צובראכן, און אנגעצויגן. מען פילט ווי א שווערד הענגט איבער די קעפ, מען קען נישט אנגיין מיטן געהעריגן סדר היום, אלע תפילות, סליחות, די ימים נוראים, די גאנצע חודש תשרי דרייט זיך ארום איין זאך: דער בייליס פראצעס, וואס היינט האלט זי אין איר דריטן אדער פערדן טאג. דער עטלם שטייט געשפאנט און ציטערדיג, און מען ווייסט נישט מה יולד יום.

לשבחם יאמר, קיינער דא ביינונז האט נישט קיין הוו"א צו זאגן, ווער ווייסט, אפשר איז דער בלוט בלבול אמת...

לצערי, איז שווער צו לייגן גראדע לינק'ס, מען דארף אביסל אליינס ארום פאטשקענען. די מאקסימום ביז ווי איך קען לינקן איז דא פארן מאמענט, און דא פארן "היינט".. פון דא און ווייטער ברויך מען גיין ביי די זייט פונעם פעיזש, קליקן אויף "דפדוף", און דאן אויסוועלן דעם יאר, דערנאך דער חודש, און דאן קען מען וועלן דעם טאג. היינט למשל איז אקטאבער 13 1913.

ליינט און האט הנאה! אויב וועט זיין איינס אדער צוויי חברה וואס וועלן זיך צוכאפן צו דעם משוגעת קען עס זיין העכסט אינטערעסאנט. אפשר וועט מען אפילו קענען האבן א ספעציעלן פארום דערפאר. (פארשטייט זיך נאר אויב שליח וועט מסכים זיין צו ארבעטן פאר דעם רעיון...)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר