די היסטאריע פון די מחלוקת צווישן סלונים מיט סלאנים

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

די היסטאריע פון די מחלוקת צווישן סלונים מיט סלאנים

שליחה דורך ראש הישיבה »

עס איז וויכטיג צו איבערגיין אן אלטע מחלוקת, וואס האט זיך נאך נישט אינגאנצן געסעטעלט.

איך גיי שרייבן די אינפארמאציע וואס איך ווייס. עס איז מעגליך אז עס איז נישט אזוי אקוראט, ביטע פאררעכטן אין מוסיף זיין לשלימות הענין. די אינפארמאציע איז גענומען פון חברים פון ביידע זייטן. אזוי אויך האב איך געהאט א משגיח פון ביידע זייטן, אין א מגיד שיעור פון איין זייט.

באלד נאך די מלחמה האט האדמו"ר הרב שלום נח ברזובסקי ז"ל (שפעטער באקאנט אלס די נתיבות שלום), חתן האדמו"ר רבי אברהם וויינבערג ז"ל (ברכת אברהם) מייסד געוועהן די באקאנטע סלונים'ער ישיבה אין ירושלים. זיין מטרה איז געוועהן צו אוועק שטעלן בחורים יראי שמים תלמידי חכמים דבוקים בשם ובתורתו. ער האט געהאט א פלאן מיט אויסקוק וויאזוי צו אויספירן די גאנצע ענין פון אוועק שטעלן א ישיבה.
די ישיבה האט געהאט א געוואלדיגע הצלחה.

אינצווישן איז הרב מרדכי חיים סלאנים ז"ל געווארן די מנהיג פון די סלאנימער קרעמל אין ארה"ק. זיי האבן
געהאט חסידים אין ירושלים, אין אזוי אויך אין טבריה.

בשנת תשי"ג איז הרמ"ח הנ"ל נסתלק געווארן, אין סלאנים האט געזוכט א מנהיג. די עולם האט זיך געווענדעט צו האדמו"ר אבי אברהם ז"ל בעל ברכת אברהם, אבער מרוב ענוותנותו, האט ער זיך פרובירט אויסצודרייען. ער האט געטענה'ט אז מען זאל נעמן זיין איידעם דער ראש הישיבה רבי שלום נח, ער איז געאייגנט פאר דעם, אבער די עולם אין אזוי אויך די נתיבות האט דוקא אים געוואלט, אין בעל כרחו האט ער אהנגענומען די הנהגה, איינער פון די סיבות וויאזוי די נתיבות האט זיך אויסגעדרייעט פון זיין שווער איז געוועהן אז ער דארף נאך אוועק שטעלן די ישיבה, אין ער האט נישט קיין צייט צו פירן רבי'סטווע. למעשה במשך השנים האט די ברכת אברהם כסדר געמוטשעט די איידעם אז ער זאל איבער נעמן פון אים די הנהגה, אבער אלעמאל האט ער זיך אויסגעדרייט.

דערוויל האט זיך אנטוויקלט צווי סארט השפעה אין סלונים, די רבי האט משפיע געוועהן מיט זיין עבודה אין קורצע שמועסן. אין די ראש הישיבה האט משפיע געוועהן דורכ זיינע לאנגע טיפזיניגע שמועסן וואס ער האט געגעבן אין ישיבה.

עס מוז באטאנט ווערן אז די צוויי זענען געוועהן אנדערע סארט מהות. די רבי איז געוועהן א חסידישער פרומער געשטעל, כעין ווי מען רופט א חניאקישער, אין זייער א ביטול'דיגער. די ראש הישיבה ווידער איז געוועהן א פונקטליכער אפאדאנטער אלעס איז געוועהן מסודר א טיפע טראכטער, ווי מען זעהט אין זיינע ספרים.
די שורש איז ווייל סלונים האט געהאט אין די לעצטע הונדער צוואנציג יאהר צוויי סארט קבוצות עס איז געוועהן די סלונימער פון טבריה מען האט זיי גערופען די טבריאנער, זיי זענען געוועהן מעהר די פרומער געשטעלן, אין אויך איז געוועהן די בראנאוויטשער, זיי זענען געוועהן מעהר בעסערער מענטשן, די רבי האט זיך אלס געדרייט ביי די טבריאנער אין די ראש ישיבה איז געוועהן פון בראנאוויטש.

דאס האט גורם געוועהן אז היות די ראש הישיבה איז געוועהן אן אייגן ארטיג מענטש. אז בחורים האבן זיך געוויקקט ביי אים פונקט ווי ביים רבי'ן אדער אפילו מעהר ווי ביים רבי'ן.

רוב בחורים האבן געהאלטן פון די ראש הישיבה גאהר שטארק. טייל האבן געהאט א יחס צו אים כמעט ווי די רבי, טייל האבן געהאט א יחס פונקט ווי די רבי אין טייל נאך מעהר ווי די רבי. דאס האט געבויט א מציאות ווי עס ווערט אהנגערופן די ראש הישיבות חסידים.

אבער אין די זעלבע צייט זענען געוועהן אזעלכע בחורים מיט אינגעלייט וואס האבן אים נישט אזוי שטארק געשעצט. זיי האבן געהאלטן אז ער זוכט שררה. אויסער דעם האבן זיי געהאלטן אז ער איז נישט נכנה אונטער זיין שווער די רבי די ברכת אברהם. ממילא האט זיך געטוהן א רייבעריי. זיי זענען געוועהן א מיעוט. אבער עס איז מעגליך אז אפילו אוהדים פון די ראש הישיבה האבן געהאלטן אז אנשי הראש הישיבה טרייבן עס איבער.
מצד די רבי איז געוועהן א געוואלדיגע הערצה צום ראש הישיבה, ווען א בחור פלעגט זיך קומען דורכרעדן מיט אים פלעגט ער שוקן צום ראש הישיבה. די ראש הישיבה פלעגט מאכן א שבת התוועדות איין מאהל א יאהר אין מירון. אין די ל' יאהרן האט די ברכת אברהם מחליט געוועהןדאנערשטיג נאכט אז ער פארט מיט. די חסידים האבן זיך אלע מיט געכאפט. אויף שבת. דא האט זיך ארויס געשטעלט א דבר פלא. ערב שבת פארן זמן האט די רבי געזאגט פארן איידעם, אז היות די ישיבה שטייט שוין כדבעי, פארלאנגט ער פון אים אז ער זאל איבערנעמן די הנהגה! די איידעם האט זיך נישט געלאזט. פאר חסידי הראש הישיבה איז עס געוועהן נאך א סימן ווי די רבי שעצט די איידעם. פאר זיינע פיינט האט עס ארויס גערופן עגמות נפש.

במשך השנים האט זיך ארויס געשטעלט כאילו אז אוהדי הראש הישיבה זענען נישט חסידים פון די רבי. ווידער די חסידים פון די רבי האבן נישט געשעצט די ראש הישיבה.

די גבאים פון די ברכת אברהם ז"ל כנראה זענען אויך נישט געוועהן קיין שטארקע אוהדים פון די ראש הישיבה.
עס איז כסדר געוועהן טענות אז גי ראש הישיבה וויל פארכאפן די מאכט פון די רבי. בפרט סוף ימיו ווען די ברכת אברהם איז געווארן קראנק, האבן די אוהדי הר"י געטענ'ט אז די רבי קאלעכט, אין די בית הגבאים האבן געשריגן לא דובים ולא יער. (וואס די אמת איז ווייס איך נישט).

די שיא איז געוועהן אז די ראש הישיבה האט געזעהן אז מען קרוגט זיך ארום, אין דערווייל פאלט צוזאם די חסידות, האט מען געמאכט א אפיציעלע הכתרה, אז די ראש הישיבה איז די ראש חבורה פון גאנץ סלונים. ווער עס האט זיך נישט צוגעשטעלט האט מעהר נישט געהאט קיין דריסת רגל. עד כדי כך, אז די גבאים זענען נישט געוועהן זיינע מענטשן, אין ער האט נישט געוואלט אין אזא מצב טוישן די גבאים, האט מען געמאכט אן ארייןגאנג פון די גאס לביתו פון די רבי, אז די גבאים זאלן נישט דארפן אדורך גיין די מוסדות. דאס איז געשעהן פערציג טעג פארן הסתלקות. אינצווישן האבן די גבאים ארויס געברענגט דעם רבי'ן אויפן דאס צו קידוש לבנה, ווי זיי האבן געוויזן אז די רבי איז נאך פיין געזונט.

פונקטליך ווער עס איז מיטגעשטאנען מיט די ראש הישיבה מטעם חשיבי חסידי סלונים איז מיר נישט באקאנט.
דערווייל איז די רבי נסתלק געווארן זומער תשמ"א אין סלונים האט אויפגענומען די ראש הישיבה אלץ רבי. רוב רובי סלונים האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם הנהגה, ובתוכם 'אלע קינדער אין איידעמער פון די ברכת אברהם'.

פון די אנדערע זייט האט זיך צוזאם גענומען א קבוצה פון חסידים ובתוכם חשובע אידען וואס זענען נישט געוועהן גרייט מיט צוגיין מיט די נייע רבי'סטווע. זיי האבן געהאט א סלונימער שטיבעל אין די אונגערישער הייזער. עס איז אריבער א קורצע צייט אין זיי האבן געדארפט א מנהיג. האט מען געהאט עטליכע קאנדידאטן אין צום סוף האט מען מחליט געוועהן אז הרב אברהם (אברהמ'קע) וויינבערג שליט"א חתן איינער פון די אכט זוהן פון די ברכת אברהם, זאל איבער נעמן די הנהגה. מען זאגט אז ער האט מורא געהאט פון די הקפדה פון די נתיבות. איז ער געגאנגען זיך איבעררעדן מיט הרה"ק רבי יענק'ל מפשעווארסק, אין ער האט יאם שטארק צוגעשטיפט דערצו אז ער זאל איבער נעמן די הנהגה.

דערווייל מצד די נתיבות האבן זיי געהאט שטארק עגמות נפש. זיי האבן געהאלטן אז דאס איז חוצפה די נתיבות אליינס האט זיי קיינמאל נישט געוואלט מוחל זיין.

לויט ווי עס זעהט אויס איז די טעראר מצד חסידי הנתיבות געוועהן זייער גרויסף עד היום האבן די אנדערע געליטן געפערליכע רדיפות.

די גאס האט זיי גערופן די שווארצע, אין חסידי נתיבות האט מען גערופן די ווייסע. איך אלע מהל געמיינט אז דאס איז געקומען צוליב די קאליר פון די בערד פון די רבי'ס. א סלונימער חסיד האט מיר געזאגט אז בחייו פון די ברכת אברהם, פלעגן אוהדי הר"י גערופן די דבייקי הרבי, מיט די טיטל שוואצע. אין דאס איז געבליבן שפעטער.
די צייטונגען האבן געמאכט א סימן אז די נתיבות האט געהייסן 'סלונים' אין די נייע האט געהייסן 'סלאנים' מיט א פתח.

למעשה איז שוין אריבער איבער דרייסיג יאהר אין די מחלוקה גייט נאך זייער שטארק אהן. די שווארצע לאזט מען נישט אריין אין די ווייסע. אין מצד דיני ווייסע טאהרן זיי נישט אריין טרעטן ביי די שווארצע. אזוי אויך די מהדרים האלטן נישט מיט שמחות פון נאנטע קרובים וואס זענען חסידי שווארצע-סלאנים.

עס האט זיך אסאך מאהל געמאכט לוויות וואס עס איז געגאנגען קלעפ.

איך וועל מן הסתם צולייגן אסאך פרטים. אזויאויך ווער עס האט תיקונים אין נאך פרטים איז בכבוד געלאדנט אין אנטייל נעמן אין די אשכול.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר