יובל און פראקטישקייט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

יובל און פראקטישקייט

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

היינט בשעת פארהאנדלען אויף א פראפערטי איז מיר אויפגעקומען יובל אויפן געדאנק. היות אלעס אין די תורה איז דאך אוודאי נצחיות, שטעלט אייך פאר; ווען די יודען זינדיגען נישט און די בית ראשון שטייט נאך ברוב פאר והדר בארץ, קענט איר זיך פארשטעלן וויפיל שותפים די חלקה פון בנות צלפחד וואלטן געהאט? וואספארא נוצן וואלטן זיי געהאט פון די שטיקל קרקע? וויאזוי וואלט דאס לאנד געבליהט? ווער וואלט געהאט די נוצן פון די דירות און בתי בית גושן, על שם עיר אביר הרועים?

און פראקטישקייט האבן זיך שוין חז"ל גוט באווארענט אןיף די פראבלעם. די גמרא לערנט א דרש אין די פסוק "וקראתם דרור בארץ לכל יושביה" אז יובל איז נאר נוהג בזמן שכל יושביה זיצן אין ארץ ישראל. די רמב"ם אין הלכות שמיטה ברענגט צו די ברייתא, משגלו שבט ראובן ושבט גד וחצי שבט מנשה איז יובל בטל געווארן. היות זיי זענען פארטריבן געווארן בימי בית ראשון איז לכאורה יובל נישט פראקטיצירט געווארן צו לאנג. די ראשונים( רבינו תם מיט די רמב"ם) קריגן זיך צו עס איז געווען א צייט בימי שני וואס מ'האט יא אפשר געהאלטן למחצה לשליש או לרביע די יובל פון שמיטת קרקעות. וויאזוי דאס זאל האבן געארבעט און ריאליטי, נאך דעם וואס די פראפערטיס זענען שוין לאנג געווען פארקויפט און פארפליפט פאר הונדרערטער יארן?פרעג מיך נישט. סתם אזוי טוט מיין קאפאטעליסטישע שכל נישט משיג זיין ווי יובל גייט צוזאמען מיט מצוות בנין ויישב ארץ ישראל.

איך גלייב באמונה שלימה אז די אידישע קאפ וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א לעזונג, און ווען נישט די דרש פון "כל יושביה" וואלטן די רעאליסטן בימי חזל מתקן געווען עפעס א "טויזנט יאר ליעס קאנסעפט", און עס גערופן "ליעסבו"ל" מיטן אויסרייד כדי שלא תסגור דלת בפני האינוועסטערס. אולי וואלטן די חזון איש'ניקעס נישט מסכים געווען, היתכן: א ליעס לענגער ווי הונדערט יאר ווערט אינטערנאציאנאל פאררעכנט ווי א מכירה לצמיתות, עד כדי כך אז פאר א ליעס לענגער ווי הונדערט יאר דארף מען באצאלן טראנספער טעקס פונקט ווי ביי א פראפערטי טראנספער, איז זי דאך אלזא א פולשטענדיגע מכירה!

דער ישראל'ישער פובליציסט אראל סגל הלוי, אין זיין בלאג אויף תורה. פארציילט אז די סאציאליסטישע פארטייען און ארץ ישראל האבן שטארק געשטופט אויף א יובל קאנסעפט וואס זאל זיין אין דינסט אין די נייע מדינה. דער רעכטער ציוניסט ישער פירער זאב זבוטינסקי האט געהאט א בעסערע פלאן, אנשטאט ס'זאל צוריק גיין פאר די אריגינעלע פאמיליעס האט ער פארגעשלאגן א מער רעאליסטישע מהלך, אז מען זאל יעדע פופציג יאר פריש צוטיילן אלע פראפערטיס פון דאסניי.דער וויזיאנער פון די מדינה, בנימין זאב הערצל האט אויך מסכים געווען מיטן קאנסעפט. ביים ערשטן קונגרס הציוני האט מען פארגעשלאגן אז לכל הפחות די שטחים וואס האט באלאנגט פאר די קרן קיימת זאל זיין אונטער יובל געזעץ.

די פאנדינג פאדער"ס ביי די הייליגע ציונים, זענען געווען אידעאליסטן און שטארק קאמוניסטיש געשטימט, און טראץ וואס זיי זענען נישט געווען קיין גרויסע מאמינים אין יעדע ווארט אין די תורה, האבן זיי זייער ליב געהאט די יובל קאנצעפט, זאגנדיג א פילאסאפישע סברה: יעדע מענטש פארדינט זיך א צווייטע געלעגנהייט, א סעקונד טשאנס, א צייט וואס מ'קען אייביג ארויסקוקן אהין, און זעהן אז דארטן קען מען פארריכטן וואס מען האט פארפאטשקעט, א צייט ווען מען קען א מיש געבען א בלאט און זיין אייניג מיט יעדן איינעם..

בלייבט מיר נישט מער ווי ענדיגן מיט וואס וואס איך האב געהערט בימי חורפי פון א מלחמה יוד. ער פארציילט אז נאכן קריג זענען די שנארערס אין ראדני סטריט ארום געגאנגען מיט די קאפ אינדערהייך, א קלייניקייט? די יאקאבאוויטשעס מיט די פריינדס וואס האבן געדרייט א שטאט אינדערהיים זענען געווען גלייך אויף גלייך מיט די - - - אלעס איז געווען גלייך אויף גלייך מיטן ארימאן. יעדער איז געווען בעירום ובחוסר כל.. לא ארכו הימים, קוים אריבער צוויי דריי דורות, און די עשירים פון אמאל האבן ווייטער סעקסידעד און די ארימעלייט פון דערהיים זענען געבליבען שנארערס.. ווי עס ווייזט אויס וועט עס גארנישט העלפן, דער וואס האט עס אין די בלוט וועט אייביג רייך ווערן, קיין שום יובל וועט עס נישט טוישן...

וקראתם דרור בארץ!
א שאוט אוט פאר די עדיטער
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר