בלאט 1 פון 1

משפט אייכמאן

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:54 am
דורך גיבור
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט געווען קודם כל אז עס איז נאכנישט דא א אשכול אויף דעם און חוץ פון דעם די עצם זאך ,
די מדינה האט פאר א פאר יאר צוריק ארויסגעגעבן פון זייער ארכיון די אויטענטישע אויפגעכאפטע פילם פון די גאנצע משפט וואס האט ווי באקאנט אויפגערידערט די וועלט קודם כל מיט די עצם פארכאפונג פון אייכמאן ימ''ש און בפרט די משפט וואס איז פארגעקומען מיט אפענע טירן פאר די פרעסע און האלאקאוסט איבערלעבער ,
מען קען טרעפן עס אויף יוטויב אבער נישט מסודר ,
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען עס טרעפן מיט א סדר צו קענען קוקן די גאנצע זאך פון אנהויב ביזן סוף ?
מען קען אסאך לערנען פון דעם ,
ביטע אויב איינער קען לינקען מיט א דאנק פון פאראויס .