אורך השמלה עפ"י הלכות אכשר דרא

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

אורך השמלה עפ"י הלכות אכשר דרא

הודעהדורך אבטולמוס » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:40 pm

מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען ביי שלומי אמוני ישראל אז כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א והגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א האבן ארויסגעגעבן א קלארן פסק איבער די לענג פון קליידער פאר ערליכע נשים צנועות. דער נוסח פון דעם "קול קורא" וואס פאנגט זיך אן "בדבר הפירצה הנוראה שנפרצה לאחרונה ענין ההליכה בבגדים קצרים רח"ל" קומט אין א צייט וואס אידישע פרויען גייען די לענגסטע בגדים אין דער היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקע.

DB.JPG
DB.JPG (60.5 KiB) געזען געווארן 4417 מאל


לויט דעם פרישן פסק דארפן די קליידער זיין צווישן 7-5 אינטשעס אונטער דעם סוף פון די קניען – פאר ברייטערע בגדים; שמעלערע בגדים דארפן עפ"י אט דער ווערסיע פון דעת תורה זיין נאך לענגער.

דער פרישער פסק קומט אין המשך צו דעם התקבלות פון דעם פסק פון הרב פאלק אז קליידער דארפן זיין פיר אינטשעס אונטער די קניען. דער פסק איז דערנאך צוגעוואקסן צו זעקס אינטשעס, און יעצט הערן מיר שוין א שיעור פון אזש 7 אינטשעס אדער מער.

ווי עס איז שוין דאקומענטירט געווארן כמה פעמים, און ווי עס איז באקאנט פאר יעדן וואס שטעקט זיך נישט אריין דעם קאפ אין זאמד, איז מען ביז דרייסיג יאר צוריק און אפילו שפעטער געגאנגען מיט קליידער וואס האבן קוים דערגרייכט די קניען. פילע זענען אפט געגאנגען מיט קליידער וואס זענען אפילו געווען היבש איבער די קניען. דאס קען זיך יעדער איבערצייגן דורך קוקן בילדער פון יענער תקופה.

ווען האדמו"ר בעל דברי יואל מסאטמאר ז"ל האט געגרונדעט דעם שטעטל קרית יואל וואו דער היינטיגער רבי שליט"א דינט אלס רב, האט ער אוועקגעשטעלט תקנות וויאזוי מ'זאל זיך דארטן פירן. ווי באקאנט איז האדמו"ר מסאטמאר בכלל נישט געווען קיין מיקל, און ער האט אוועקגעשטעלט תקנות לויט וויאזוי ער האט געהאלטן אז זיי רעפרעזענטירן זיין דעת תורה.

ביי א גענעראל פארזאמלונג אין קרית יואל, מאנטאג פרשת שמות תשל"ז, וואו עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן די תקנות פאר דעם נייעם שטעטל, איז איבערגעגעבן געווארן די דברות קודש פונעם בעל דברי יואל בנוגע די לענג פון קליידער פאר פרויען און מיידלעך וועלכע וואוינען אין זיין הייליג שטעטל.

טראצדעם וואס דעמאלט איז, אנדערש ווי היינט, יא געווען שטארק אנגענומען צו גיין מיט קורצע קליידער, האט קיינער נישט געזען פאר וויכטיג מעורר צו זיין אויף דער "פירצה". האדמו"ר מסאטמאר האט נישט געוואוסט פון קיין אינטשעס און חשבונות וויאזוי דאס קליידל ריקט זיך ווען מען זעצט זיך. ווען ער האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל האט ער בסך הכל פארלאנגט אז די קליידער וואס מ'גייט זאלן נישט זיין העכער ווי די קניען. אין דעם לשון פון דעם אפיציעלן דאקומענט: "די מיידלעך טארען נישט גיין מיט אזעלכע קליידער וואס זענען העכער פון די קניע, און דאס איז ביי אלע מיידלעך פון דריי יאר און העכער!"
KJ.JPG
KJ.JPG (209.23 KiB) געזען געווארן 4417 מאל


(איך האב דערווייל נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דער מכתב אין דברי יואל וואס ווערט ציטירט אין דעם קול קורא. ווער עס האט דאס צו דער האנט איז מכובד מזכה צו זיין דעם ציבור.)
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10612 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:53 pm

7 אינטשעס ווייניגער א משהו איז שוין א פירצה נוראה,
ביזן קנעכל איז ווייטער א פירצה נוראה,
ערגעץ ווי אינדערמיט (וויפיל אינטשעס?) איז דערווייל נאך נישט דא קיין פראבלעם?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2685
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1819 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:10 pm

במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס
איך פרוביר נאר צו פארשטיין עפעס וואס איז זייער אינטערעסאנט, ס'איז דא דריי סארט לענג פון קליידער, די מער בעסערע גייען מיט אביסל קורצע קליידער, צו ממש ביז די קני, אדער - לאמיר עס אנרופן - נאר א אינטש נאך די קני, די פרומערע גייען 7 אינטשעס נאך די קני, ווידער אום די ליטווישע וואס מ'קען זיכער לייגען אין די קאטעגאריע פון בעסערע, גייען דוכט זיך ביז 12 אונטשעס נאך די קני, ממש ווי א לאנגע דאסטער, איך כאפ נאך נישט די קאנצעפט, איז לאנגע קליידער א תאוה צו א פרומקייט? און דאס זעלבע פארקערט
די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף די שווארצע זאקן, צוויי סארט מענטשן גייען מיט שווארצע זאקן, די פרומע פרויען, און די ליטווישע פרויען?
ווי אזוי ארבעט דאס?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:22 pm

ווי עס קוקט אויס, ביז אפאר יאהר גאנץ קרית יואל אויסקוקען ווי די טאליבאן פרויען אין ירושלים...

מ'דארף מאכן א מחאה אויף די נייע מאדעס פון לאנגע קליידער. מיר ווילען זיך האלטן צו די מסורה פון אונזערע באבעס און גיין נאר מיט קארצע קליידער.

און ווי האט די חתם סופר געזאגט? חדש אסור מן התורה...
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:31 pm

שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס
איך פרוביר נאר צו פארשטיין עפעס וואס איז זייער אינטערעסאנט, ס'איז דא דריי סארט לענג פון קליידער, די מער בעסערע גייען מיט אביסל קורצע קליידער, צו ממש ביז די קני, אדער - לאמיר עס אנרופן - נאר א אינטש נאך די קני, די פרומערע גייען 7 אינטשעס נאך די קני, ווידער אום די ליטווישע וואס מ'קען זיכער לייגען אין די קאטעגאריע פון בעסערע, גייען דוכט זיך ביז 12 אונטשעס נאך די קני, ממש ווי א לאנגע דאסטער, איך כאפ נאך נישט די קאנצעפט, איז לאנגע קליידער א תאוה צו א פרומקייט? און דאס זעלבע פארקערט
די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף די שווארצע זאקן, צוויי סארט מענטשן גייען מיט שווארצע זאקן, די פרומע פרויען, און די ליטווישע פרויען?
ווי אזוי ארבעט דאס?

שרייבער: דאנק דעם באשעפער אז דו כאפסט נישט.ס'איז א סימן אז דיין קאפ ליגט נישט אין יענעמ'ס מ----. ליתר שאת (וספחת) קענסטו אנפרעיגן ביי דעם חשוב'ן פוסק הדור אין די עניינים, הרב פאלק שליט"א פון לאנדאן, עיר הבירה. נאר ביז דו פרעיגסט אן ביי הרב פאלק, און ביז די תשובה וועט צוריק קומען, וועל איך אויסדרוקן מיין מיינונג. לפענ"ד איז דער פסול מיט די לאנגע קליידער, וועלכע גרייכן ביז די פלאהר נישט אין די חפצא נאר אין די גברא'טע. וויבאלד די מאדערנע (און מסתמא ציונים, מזרחיים ואגודאים, למיניהם, ר"ל) האבן עס אנגענומען. אפילו ס'איז א הידור אין צניעות (פאר די וואס זענען ביזי מיט אזעלכע שטותים.) איז עס ביי אינז, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויטאמאטיש טריפה פסול... :? 8-) :lol: :roll: :oops: :twisted: :evil: :( :cry: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9669 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:33 pm

שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס

הוא אשר דברנו. דער בעל דברי יואל האט איין זאך געוואלט, אז די קליידער מיט וועלכע מ'גייט זאלן נישט זיין איבער די קניען - ניטאמאל האט ער באפוילן אז די קניען דארפן זיין איבערגעדעקט. און ער האט אוודאי נישט געמאכט קיין חשבונות אז די קליידער זאלן זיין נאך די קניען כדי ווען מען זיצט זאלן די קניען זיין פארדעקט.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10612 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:46 pm

די שעטנז לאבראטאריעס קענען אנהייבן צולייגען דער סערוויס פון מעסטן די קליידער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פישלע העררינג אום פרייטאג מאי 23, 2014 10:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2391 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:56 pm

לעניית דעתי איינער וואס האט א פראבלעם מיט 3יעריגע מיידלעך דער דארף גאר שנעל ווערען האספיטאליזירט עי עס עי פי
דער איז באמת א סכנה
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1281 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:16 pm

איך האלט פון די חומרא זייער שטארק, אזוי וועט כאטש זיין צוגעדעקט רוב פון די צעריסענע טייץ, און די נשים וועלן נישט פארלירן חן בעיני בעליהם.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9864 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9566 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:50 pm

פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווער עס פילט זיך פעאיג, און איז פארשטייט זיך א געשמאקע יונגערמאן, קען עפענען א נייע ביזנעס, ווי מען קען אריינקומען זיך לאזן מעסטן די קליידער מיט אלע הידורים. קען מאכן א שעטנז טשעק אינאיינוועגס...

א נאמען פאר דער ביזנעס?

Pinch n' Inch

נאר כ'האב שטארק מורא אז דער "געשמאקער יונגערמאן" וועט ח"ו ענדיגן דארט ווי ר' נ.וו. האט געענדיגט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9669 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:37 pm

ס'דא געוויסע וואס האלטן אז הלכה טוישט זיך לויט די זמנים און מצבים. משמע אז די רבנים אויפן קול קורא האלטן אזוי.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3828
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1922 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:42 pm

וואס איז באמת די הלכה אויף א 3 יאראיגע מיידעלע? אן א הרב פאלק אד"ג
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך אי איתמר » פרייטאג מאי 23, 2014 12:27 am

די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מאי 23, 2014 1:24 am

אי איתמר האט געשריבן:די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;

מה ענין הלכות קרי"ש לענין סתם בגדים?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7630 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מאי 23, 2014 1:27 am

שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'

ביז? ביז וואו דיין קאפ ליגט. אינטערעסאנט אז רוב געזונטע מענטשען באמערקען נישט דעם ביז.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7630 מאל

הודעהדורך אי איתמר » פרייטאג מאי 23, 2014 1:47 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;

מה ענין הלכות קרי"ש לענין סתם בגדים?


עכ׳׳פ רואים דבת ג׳ כבת כ׳ וכבת ק׳ לענין טפח מגולה..
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 23, 2014 2:22 am

איז די "ע"כ נקבע" בכלל "דינה כעוברת על דת יהודית"?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4004 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג מאי 23, 2014 2:53 am

״איין אינטש בימים ההם, וואלט היינט געטראפן א מספר פון איך ווייס: עה (גלעט אויפן בערדל, פארקנייטשט די אויגן, דרייט מיטן קאפ) ׳אן ערך פון לכל הפחות ניין אהאלב אינטשעס׳ -- במושכל ראשון. עפעס א פארגלייך״?
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1637
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6119 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 23, 2014 8:35 am

@אבטולמוס אין די צייטן פון בעל דברי יואל, ד.ה. פון בראשית ביז וזאת הברכה אשר ברך משה, האט דער עולם - אפילו די בעלבאטישע מקורבים - נישט פארמאגט קיין SUV'ס וואס פארלאנגט זיך אויפצוהייבן איין פיס אויף אמאל, וואס איז גורם פאר דער נייגעריגער הונגעריגער אינגערמאן צו כאפן א בליק אויף די אויבערשטע חלק פיס רח"ל. נאך א סטאדי אינעם קאלעדזש אנגעפירט דורך די אויבענדערמאנטע רבנים, איז אויסגעקומען די חשבון אז 7 אינטשעס וועט דעקן אפילו SUV'ס פרויען.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8559 מאל

הודעהדורך קליגער אינגערמאן » פרייטאג מאי 23, 2014 9:57 am

אהא.. יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס יענער רב האט געהאקט א קעגן די עס יא וויס..
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מאי 23, 2014 10:10 am

@אבטולמוס, ס'וואלט געוען מעגליך צו סקענען די פולע פעידזש פונעם צווייטען בילד? א דאנק.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7630 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » פרייטאג מאי 23, 2014 4:03 pm

@געפילטע פיש
בייגעלייגטע פיילס
kj (2).jpg
kj (2).jpg (172.78 KiB) געזען געווארן 3824 מאל
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10612 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מאי 23, 2014 6:47 pm

אזא גראבן וואטערמארק? עס איז שוין גרינגער זיך מוטשען אויף א קצות ווי דעשיפרירן דעם דאקומענט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15388
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18775 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 23, 2014 7:19 pm

כ'האב יעצט געמאסטן מיין ווייב'ס בשר התפוח, און א 3/4 דערפון קומט אויס בערך 2 און 1/2 אינטשעס.
זעהט אויס אז אין מאנרא איז דא גרעסע בשר תפוח.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8559 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש מאי 24, 2014 10:39 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב יעצט געמאסטן מיין ווייב'ס בשר התפוח, און א 3/4 דערפון קומט אויס בערך 2 און 1/2 אינטשעס.
זעהט אויס אז אין מאנרא איז דא גרעסע בשר תפוח.



וואס פארשטייט א מילכיגע קאוועטרינקער צו א שטיקעל בשר תפוח.

אויב ר' אהרן זאגט אז בשר תפוח איז מעורר גלייב איך אים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1663 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט