דורך מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 9:35 am
אזוי ווי יעדער איינער וואס איז א מעמבער אין א וואצעפ גרופ האב איך אויך זוכה געווען צובאקומען דעם בילד נעכטן נאכט פון אפאר גרופעס, ס'איז מיר געווען זייער אויפפאלנד ווי אזוי איז פלוצלינג נולד געווארן אזא היסטארישן בילד, איך האב א חבר וואס האלט זיך פאר א שטיקל ידען/היסטאריקער, האב איך אים גע'אי-מעילט דעם בילד זאגט ער מיר אזוי: ראשית כל די פעינטינג דעיט איז 1840 וואס אין די צייט איז דער הייליגער ריזשינער געזעסן אין תפיסה און ס'איז נישט פארשטענדליך אז מ'האט אריינגעשיקט א מעלער אין תפיסה אים אפצומאלן, אפילו אויב יא האט דאך דער ריזשינער זיכער נישט אנגעהאט זיינע שמונה בגדים אין תפיסה (עכ"פ דעם קאלפיק זיכער נישט), שנית אין 1840 איז דער הייליגער ריזשענער געווען 43 יאר אלט, א געווענליכער 43'גער האט נאך נישט אזא ווייסע בארד ווי אויפ'ן בילד, והשלישית ווערט פארציילט דורך די קינדער, אייניקלעך און חסידים פונעם ריזשינער אז ער האט כמעט נישט געהאט קיין בארד!! ממש געציילטע הארלעך.