מאנוסקרופטן פון נורענבערג פראצעס אויף נאצי מלחמה קרימינאלן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

מאנוסקרופטן פון נורענבערג פראצעס אויף נאצי מלחמה קרימינאלן

שליחה דורך טאמבל סאס »

פון שטענדיג אן בין איך גאר אינטערעסירט געווען אין לייענען ביכער איבער די צווייטע וועלט מלחמה. ס'איז מיר אלעמאל א תמיה געווען ווי האבן מענטשן ילודי אשה געקענט זיין אזעלכע קאלטבלוטיגע מערדער און רוצחים אויף אומשולדיגע מענער פרויען און פיצלעך קינדער. וויפיהל אונזערע ביכער זענען פילטערד פון די עכטע גרויליגע מעשים וואס אונזערע זיידעס האבן געליטן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג איז נאך אלס גענוג געווען צו קענען לייענען און נישט אויפהערן. איך מיין וואס איז מער אינטערסאנט געווען פאר מיר איז צו קומען צום הכרה אז קלוגשאפט און עדיוקעישן ברענגט לאו דוקא צו מאראליטעט און קאמפעשן אויב לערנט מען עס אין א פאלשע וועג און וואס ס'קען ארויסקומען פון דעם וואס מ'לערנט אויס איין דזשענערעישן פון א געוויסע ראסע זיך צו האלטן חשובער און העכער פון אנדערע. פארקערט, ס'וועט גאר בעסער זיין פאר די וועלט פטור צו ווערן פון די אנדערע.

ווי אויך דערמאנט עס מיר כסדר אז מיר דארפן זיין אין א כסדר'דיגע קאמף מיט ווילדע פאווער הונגעריקע מאניאקן וואס זוכן בכל יום ויום זיך משתלט זיין אויף די לידער-שיפ וואו אימער נאר, און וועלן פאר זייער רום און מאכט גייציגקייט גרייט זיין אויסצוקוילען מיליאנע מענטשן אויב וואלט מען זיי געלאזט נעמען דעם טשויס.

די דאזיגע סארט מענטשן זענען נישט נאר געבוירן געווארן אין דעם ניינצטן יאר-הונדערט. זיי דרייען זיך בתוכינו און זענען שטענדיג א געפאר פאר די וועלט'ס פרידליכע ציווילזאציע. זיי קענען זיין געלונגענע ענערגישע מענטשן פוהל מיט אמביציע אבער אין א סאסייעטי וואו ס'הערשט יושר ומשפט וואקסן זיי אויף מיט א געזונטע געדאנקען גאנג און אויב נישט טרעפן זיי זיך גיך דאס פלאץ אין תפיסה אדער אויף דעד ראו.

פאר מיר איז דאס אז איך עקזעסטיר צו לייענען דערוועגן קיין שום באווייז נישט אויף א ספעציעלע נס. נאך אלעם זענען מיר לעבן-פארבליבענע די וואס ליידן די מערסטע צער דערפון. און גלייכצייטיג זענען מיר פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז דאס חזר'ט זיך מער נישט איבער. סיי אז מיר זאלן נישט נאכאמאל זיין די קרבנות און אויך נישט די מקריבים חלילה. אז דו זעסט עמיצער נעבן דיר ערלויבט זיך א ראסיסטישע דזשאוק צו מאכן אויף טשייניזע אדער אונגארישע אדער וועלכעס אנדערע פאלק צו קולטור, בלייב נישט שטיל. פארשווייג אים! יעדער פאלק האט זיך זייערע אומאקצעפטירטע סאציאלע פירונגען וואס איז לכו"ע אראפגעקוקט. איראניש אז מיר אידן, די שטרענגסטע פון צווישן די פעלקער, אינדערצייט ווען לשון הרע און רכילות איז אזוי געפערליך איז אבער א ראסיסטישע אדער סעקסישע חוזק ווערטל קאמפליטלי אקעי. אז מיר וואוינען אין גלות דארפן מיר שטענדיג האלטן פאר די אויגן אז מיר זענען נאר געסט. וואלטן מיר זיך אויסגעמישט מיט די גוים וואלט אפשר שווערער געווען אונז אונטערצושיידן פון די איבריגע סאסייעטי. אבער אז מיר האלטן זיך אפגעזונדערט דארפן מיר נאך אסאך מער אכטונג געבן נישט זיך אויפצופירן מיט פאראכטונג צו די גוים ארום אונז. ווייל ווען ס'וועט קומען צו אנגעצויגענע צייטן וועלן מיר לייכט קענען אויפגעפיקט ווערן...

אויסער דעם איז וויכטיג אפצולערנען ווי אזוי די אידן האבן רעאגירט צו די גזירות גיבענדיג די גלות קולטור צו וועלכע זיי זענען שוין איינגעוואוינט געווען פון הונדערטע יארן פריער און נאכדעם וויאזוי די רוצחים זענען נאכ'ן קריג געכאפט און אויסגעפארשט געווארן. כאטש א שטיקל נקמה פיהלט מען אז ברוך השם נישט פאר אלע איז געלונגען אויסצומיידן עונש דורכ'ן איינשלונגען א ציאניד פיל און באגיין זעלבסטמארד.

דא איז א לינק צו די מאנוסקריפטן פון די באקאנטע נורענבערג פראצעס - נישט פאר שוואכע הערצער. די אומגלויבליכע ברוטאלע רציחות איז שווער צו קאנטעמפלעיטן. צו די זעלבע צייט וויל איך וויסן אויב עמיצער ווייסט וואו מ'קען לייענען די מאנוסקריפטן פון די אונטער-טירן אינטערראגעישנס אויב ס'איז פאראן?
http://www.nizkor.org/hweb/imt/tgmwc/tg ... 1-05.shtml
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר