כ"ז סיון- חנניא בן תרדיון

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

כ"ז סיון- חנניא בן תרדיון

שליחה דורך ממי_שאמרו »

אין שלחן ערוך סימן תק"פ ווערט אויסגערעכענט פארשידענע טעג אין יאר וואס עס איז ראוי צו פאסטען, וועגען פארשידענע צרות וואס זענען געשעהן אין די טעג. איינער פון די טעג איז כ"ז סיון, וואס דעמאלס איז געהרג'עט געווארען איינער פון די עשרה הרוגי מלכות, ר' חנניא בן תרדיון. ער איז פארברענט געווארען צוזאמען מיט א ספר תורה דורך די מלכות רומי הרשעה. די מעשה ווערט פארציילט באריכות, אין די גמרא מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"א.

ר' חנניא בן תרדיון פלעגט זיצען מיט א ספר תורה אין זיין שויס און ער פלעגט איינזאמלען קהילות ברבים און ער האט געלערענט מיט זיי תורה. ווען די רומיים האבען געמאכט א בזירה אז מען זאל נישט לערנען קיין תורה און ער האט געלערענט תורה ברבים, האט מען אים גענומען און מען האט אים ארום געוויקעלט מיט די פארמעט פון די ספר תורה און מען האט אים ארום גערינגעלט מיט פעקלעך פון צווייגען. מען האט אנגעצינדען די פייער און מען האט געברענגט שטיקלעך פון וואטער און מען האט עס געווייקט אין וואסער און מען האט עס געלייגט אויף זיין הארץ, כדי דארט זאל נישט ברענען כדי ער זאל נישט שטארבען שנעל.

זיין טאכטער האט אים געזעהן און זי האט געזאגט, טאטע! אזוי דארף איך דיר זעהן?! האט ער איר געזאגט, ווען איך וואלט אליין פארברענט געווארען וואלט עס געווען פאר מיר שווערע זאך, יעצט אבער אז איך ווער פארברענט מיט א ספר תורה, דער וואס וועט איינמאנען די פארשעמונג פון די ספר תורה, דער וועט אויך איינמאנען מיין פארשעמונג.

די תלמידים זענען דארט געשטאנען און זיי האבען געזעהן ווי זייער רבי קוקט ארויף אזויווי ער וואלט געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך, האבען זיי אים געפרעגט, וואס זעהסטו? האט ער געענטפערט אז ער זעהט וויאזוי די פארמעט פון די ספר תורה ווערט פארברענט, אבער די אותיות פון די ספר תורה, פליען ארויף אין הימעל. די תלמידים האבען געבעטען דער רבי, ער זאל עפענען זיין מויל כדי די פייער זאל דארט אריינגיין און אזוי וועט ער שנעלער שטארבען און ער וועט נישט דארפען אזוי לאנג ליידען אזעליכע שווערע יסורים. האט ער געענטפערט, ניין! זאל דער אויבערשטער ארויסנעמען מיין נשמה ווען ער וועט וועלען און איך וועל נישט מאכען אז איך זאל שנעלער שטארבען.

דער רוימי'שע גוי וואס האט אויסגעפירט די גזירה אויף אים, האט זיך אנגערופען צו ר' חנניא, אויב איך וועל גרעסער מאכען די פייער און איך וועל אוועקנעמען די נאסע וואטער פון דיין הארץ כדי דו זאלסט שנעלער שטארבען, וועסטו מיר אריין ברענגען לחיי עולם הבא? האט ר' חנניא געענטפערט, יא! האט דער גוי געזאגט, שווער אויף דעם, האט ער געשוואוירען. ער האט פארמערט די פייער און ער האט אראפגענומען די וואטער פון זיין הארץ און ער איז שנעל געשטארבען. דער גוי האט זיך תיכף דערנאך אריינגעווארפען אין די פייער און ער האט זיך פארברענט. איז ארוסגעקומען א בת קול פון הימעל, ר' חנניא בן תרדיון מיט דער גוי זענען ביידע אנגעגרייט צו חיי עולם הבא.

זאגט דער מהרש"א, אז דער גוי האט אויך געזעהן די פלא'דיגע זאך, אז די אותיות פון די תורה פליען ארויף אין הימעל, האט ער פארשטאנען פון דעם, די הייליגקייט פון די תורה מיט ר' חנניא בן תרדיון, וועגען דעם האט ער דאס געטוהן.

די גמרא זאגט, אז די טעם פארוואס ר' חנניא האט געהאט אזא שווערע עונש, ווייל ער האט הוגה געווען את השם באותיותיו, ער האט ארויסגעזאגט די שם המפורש מיט זיינע אותיות, וואס דאס טאר מען נישט טוהן, אזויווי די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין אז דער וואס טוט דאס איז אין לו חלק לעולם הבה. ר' חנניא האט עס געמעגט טוהן ווייל ער האט דאס געטוהן אויף צו לערנען און דאס מעג מען, אבער וויבאלד ער האט עס געטוהן ברבים און דער אויבערשטער איז מדקדק מיט צדיקים כחוט השערה, וועגען דעם האט ער באקומען דעם ביטערע עונש ר"ל.

אין א ברייתא, סוף מסכת כלה ווערט געברענגט די מעשה פון ר' חנניא בן תרדיון, מיט איין פארענדערונג. בשעת דער גוי האט אנגעצינדען די פייער, האט די פייער בשום אופן נישט געוואלט אנכאפען זיך אין ר' חנניא. דער גוי האט זיך זייער געווינדערט און ער האט אים געפרעגט, פארוואס די פייער כאפט זיך נישט אן אין אים? האט ער געענטפערט אז איך האב געשוואוירען אין מיין באשעפער'ס נאמען אז די פייער זאל נישט אנרירען אין מיר ביז איך וועל וויסען אז דאס איז א גזירה פון הימעל. ווארט אביסעל צייט און איך וועל דיר לאזען וויסען צו דו קענסט מיר פארברענען.

דער גוי איז געשטאנען דארט א פארווינדערטער זעהענ'דיג וואס פאר א גרויסע מענטש ער איז. נאכדעם ווי ר' חנניא האט אים געזאלט אז עס איז א גזירה פון הימעל און ער זאל אים פארברענען, האט דער גוי שוין נישט געוואלט און ער האט געזאגט, אז אפילו דער קיסר וועט מיר הרג'ענען פאר נישט אויספירען די גזירה, גייט מיר נישט אן. האט ר' חנניא אים געזאגט דו נארישע מענטש! די גזירה איז פון הימעל און אויב דו וועסט עס נישט טוהן, וועט דער באשעפער שיקען אן אנדערע שליח דאס צו טוהן. דער גוי האט עס געטוהן און ער האט זיך אויך אריינגעווארפען אין די פייער און ער האט ארויסגעשריגען פון די פייער "באשר תמות אמות ושם אקבר באשר תחי' אחי'". דעמאלס איז ארויסגעקומען א בת קול פון הימעל און עס האט געזאגט אז ר' חנניא בן תרדיון מיט דער גוי זענען אנגעגרייט לחיי עולם הבא.

אין ספר "פרקי היכלות רבתי" ווערט געברענגט א ברייתא וואס זאגט, אז ר' ישמעאל האט אמאל געזאגט אז ער האט געהערט פון איינע פון די מלאכים וואס איז פון די הארען פון אינעווייניג ביים באשעפער, אז אלע שרעקליכע גזירות און צרות וואס גייט קומען אויף אדום (וואס מלכות רומי איז פון זיי), איז פארדעם אליין וואס מען גייט הרג'ענען ר' חנניא בן תרדיון. פאר מען האט אים געהרג'עט האט מען געזאגט פאר דער קיסר פון רומי, קער זיך צוריק פון די גזירה און אזוי וועסטו געראטעוועט ווערען מיט גאנץ רומי, האט ער געענטפערט, ניין! זאל גאנץ רומי אינטערגיין מיט ר' חנניא בן תרדיון און איך וועל נישט צוריק ציען פון די גזירה.

דער רבינו בחיי אין פרשת מקץ ברענגט א פלא'דיגע מדרש, אז די עשרה הרוגי מלכות זענען גארנישט געהרג'עט געווארען. די לעצטע מינוט פאר מען האט זיי געדארפט הרג'ענען האבען זיי זיך געטוישט זייער צורה צו א צורה פון איינע פון די האר'ן און דער האר האט באקומען זייער צורה און מען האט געהרג'עט דער האר. אין הימעל האט מען פאררעכינט פונקט אזויווי זיי זענען געהרג'עט געווארען, די זעלבע בחינה פון עקידת יצחק וואס אברהם האט מקריב געווען אן איל אנשטאט יצחק און עס איז פאררעכינט געווארען אזויווי מען האט מקריב געווען יצחק. אין ספר פרקי היכלות ווערט אויך דער דעה געברענגט און אויך אין ספר ברית הלוי אויף הגדה של פסח פון ר' שלמה אלקבץ.

אין ספר קב הישר פרק ל"ב ווערט דער טאג פון כ"ז סיון אויסגערעכינט צווישען די טעג וואס זענען מסוכן און עס קען חלילה שאטען אן עין הרע אין דעם טאג און מזיקים האבען מער רשות מזיק צו זיין אין דעם טאג ר"ל. וועגען דעם דארף מען אין דעם טאג מתפלל זיין צו השי"ת, ער זאל אים אפהיטען אין דעם טאג, פון אלע שלעכטע זאכען.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר