היסטוריע פון סאטמאר רבי זי"ע - מצד שני של המטבע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

היסטוריע פון סאטמאר רבי זי"ע - מצד שני של המטבע

שליחה דורך דולה ומשקה »

אלע ארטיקלען זענען נעתק געווארען פון דער באקאנטע "טראנסליוואנישע צייטונג".

ווי אזוי הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע איז געווארען אויפגענומען פאר רב אין אורשיווא

ארשיווא - אין שנת תרע"א האט ארשיווא אין דער גאנצע געגענד באלאנגט צו דער בילקע געמיינדע און געוועהן איהר גליל. דער רב פלעג זיך זיצען און בילקא און פונקציאנירען אלס רב און גאנצען גליל אויף א חשבון פון פיפציג דערפער און ציווישען זיי אויך אויף אורשיווא.

האט פאסירט א מעשה און שנת תרע"א אז די רבנות שטוהל אין בילקע איז געבליבען ליידיק, אין דער בילקע קהילה האט געהאלטען אסיפות אויף צו טרעפען א פאסיגע רב ווער עס זאל ערזעצן דעם חלל.

מיר דארפן מקדים זיין: די שאלה איז פון זיין קומען אהין פאר איין שבת, ווי אזוי איז ער שוין געווארען אויף גענומען אלס רב?

די תירוץ, הרב טייטעלבוים'ס נאהטע חבר לייבעל פאשקעס איז אהין געפאהרען מיט אסאך - גע'גנב'ט געלט, וואס באלאנגט פאר זיין ברידער דעק סיגוט'ער רב, וואס געקומען איז פון סיגוטער אנהענגער - א צוויי חדשים פאר הרה"ג ר' יואל איז אנגעקומען, זיך געדונגען א הויז, אפגעשריבען און קאנציליי אז ער וואוינט אין אורשייוע, דער נאך זיך אריינגעדרייט אין די קהילה, אין ווי באלד ער האט אסאך געלט געהאט איז ער געווארען א מיטגליד, שפעטער דורך זיין איינפלוס אין צוגערעט די מענטשען צו חתמ'נען אויף די קאנסיס, ווען מ'האט זיך געכאפט איז געוועהן צו שפעט.

עכ"פ עס איז געוועהן צוויי הויפט פרעזענטליכקייטן, צוויי זייער חשובער רבנים דער בענעריקאוויצער רב אין דער זשאדאינער רב )דער שפעטער'דיגע אונגוואר'ער רב(, אין ביז דערווייל ווי לאנג די זאך איז נאך נישט ערלעדיקט געווארען האבען עטליכע אינטער געקויפטע - ווי עס האט זיך שפעטער אויף געוויזען - געכאפט דער געלעגנהייט אין געברענגט דעם דעמאלסדיגע ]נאך נישט קיין 25 יאהר[ יונגערמאן יואל'ישעל - ווי מ'האט איהם גערופען - אין מיט געוואלד אפגעריסען ארשיווא פין דער בילקא געמיינדע אין איהם געקרוינט פאר רב ואב"ד און אורשיווא.

די בילקע געמיינדע וואס איז געוועהן אנערקענט אין דער אונגערישע צענטראל-קאנצאליי אלס מוטטער געמיינדע פון ארשיווא און פינם גאנצען גליל, איז זעלבס פארשטענדליך אז עס איז געווארען דורך דעם א פריצת גדר אין עס איז איבערגעריסען געווארען א שטיק פין דער ארטאדאקסישע געמיינדע דארט ווי זיי האבען בפירוש מתרה געוועזען דער ארשיווער רב ביפאר ער איז געקומען. עס איז געשיקט געווארען אזהרות פון מונקאטשער רב אין אנדערע בתי דינים הסמוכים אז ער זאל זיך נישט דערוואגען אן קיין דית תורה צו קומען, און אין גרויס פארביטערונג האט די בילקער מוטער-געמיינדע ארויס געגעבען א גרויסע קול קורא, וואס עס ליינט זיך:

הלא ידעתם אם לא שמעתם, אשר עירנו בילקע מעולם הוא מקום דירת הרב אב"ד דפה וכו', וכן התקשרו יחד בילקא והגלילות בקשר חזק ואמיץ עפ"י דתוה"ק ועפ"י חוקי הארטה' דמדינה להיות בילקא המוטטער געמיינדע לכל הגליל, וכפי שנכתב בהארגאניזאציאונס לאנדעס שטאטוטען וכו', ומעולם רב אחד לכולנו בשלום ובשלוה.

אך הרב ר' יואל הנ"ל בא לארשיווא אחד מישובי הגלילותינו על שבת אחד ומטעמים שונים נתפתו לי איזה אנשים והתחילו יחד להרבות במחלוקות ולעשות פירוד בין הדבקים. והזהרנו אותו ע"י הרבננים הגאונים שליט"א והאקרו"ט שלא יבא להשיג גבולינו, ולא השגיח ולא שמע ובא להבעיר אש במחלוקות.

דאס איז און קורצען געוועהן ווי אזוי דער סאטמאר רב איז אנגעקומען קיין ארשיווא. אבער מיט דעם אליין איז דער געשיכטע נאך נישט גענדיקט, ס'קומט נאך א חלק שני וואס איז נאך פיל שענער אין אינטרעסאנטער ווי דער ערשטע.

* * *
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר