דרשת ה'ברך משה' מסאטמאר נגד ר' אברהם לייטנער

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

דרשת ה'ברך משה' מסאטמאר נגד ר' אברהם לייטנער

שליחה דורך דולה ומשקה »

[center]בעידן חדוותא דימי הפורים דשנת תשנ"ה לפ"ק בביהמ"ד דקיט"ל וומס"ב [/center]

... כאטש איי עס שטייט דלא ידע, דאס איז ונהפוך הוא, מען דארף יא צו וויסן, מען דארף צו וויסן, ווער ס'איז המן, ווער ס'איז מרדכי, און מ'דארף טאקע!, מרדכי איז אן ערליכער איד, ער קוקט אריין אסאך אין גמרא, אין גיט זיך אכט די אויגען, און גייט מיט א בעקיטשע אנגעטאן, מיינט מען עס איז מרדכי, פונקט האבען מיר דא א רב וואס גייט אנגעטוהן בלבושי מרדכי, און מ'מוז וויסען ווער עס איז המן ווער ס'איז מרדכי, דאס דארף מען טאקע צו וויסן דער איז המן! דער המן!

דער המן וואס אונז האבען דא, שעלט און שעלט! זאגט און זאגט! און יעדער הערט... (כאן חזר שוב לדברי דרוש ואגדה).

איז אזוי, אונז ווייס מיר אלע, אז דא איז אויפגעשטאנען איינער, איך ווייס נישט פון ווי עס נעמט זיך צו איינעם אזויפיל עזות? אזויפיל חוצפה? ווער קען זיין אזוי זיך נעמען, אזוי ארויס צוגיין קעגן קרית יואל, מ'דארף נישט צו זאגען, ס'איז דא א וועלט פין ציונים זיי קוקען אן אין הערן אזוינס, ווער קען עס זיין? מוז ער נישט זיין א "גרויסע רשע"?! קען עס דען זיין א איד וואס האט אביסל צדקות?! אביסל יראת שמים?!, אביסל תורה?!, אמת קאן דאך נישט זיין! ווער האט דאס געקענט טון אזא זאך צוברעכן די שטאט אין אהער שטעלן אליינס, און נישט אריין טראכטען... לא עלינו...

איז שוין פריער געהערט געווארען, איך מיין דאס צו זאגען פורים איז דאך פורים, לדעתי יעדער איינער זאל וויסן נישט אריין גיין צו דעם מענטש, ווי חייב אדם לבסומי עד דלא ידע, איז טייטש עד דידע, עד דידע, מ'דארף וויסן, איך וויל אייך דא זאגן מ'זאל וויסן אז דער איז א "רשע מרושע"! א "רשע מרושע"! דער וואס ס'האט זיך אויפגעשטעלט דא.

איך האלט נישט אז עס איז א שאלה, דעריבער ס'איז נישטא וואס צו טאן, וואס איז דא, דא א שאלה רבש"ע?! וואס וויל מען, אז עס איז נישטא קיין שאלה, ס'איז נישטא וואס צו קלערן. איך האלט, נאר דער בעל דבר אליין, נאר דער בעל דבר אליין האט זיך געקענט מלבש זיין, אין איינעם ואס וואס היט זיך די מויל און די אויגען, און קוקט נישט ארויס פון די ד' אמות, פונקט אזוי גוט פארשטעלט. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז "ביי אים ליגט די גאנצע טומאה וואס איז דא"! עס איז נישט קיין גרויסע וואונדער אז ביי זיין אבות אבותיו איז געווען, איך ווייס נישט וואס, נישט קיין... ווייט ווייט פון... דער מוטער רחמנא ליצלן ווי זי האט אויס געזעען... און גאנצען אויפגעשנוטן, דא... כ'האב איהר... ווי קען זיין אזא איד האט סייעתא דשמיא, אזא קאן זיך נעמען רעדן, מ'האט אים געדארפט אפקוילען!!! און אנגיסען מיט הייסע קוילען!!! ווען ער דערמאנט דעם נאמען קרית יואל.

וואס איך וויל דא זאגען עס איז געווען א שמועס מ'זאל רופען און מיט אים רעדען, איך האב נישט געהאלטן דעפון, איך האלט נישט דערפון, מ'דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס ער זאגט! גארנישט! גארנישט! מען ווייסט אז ער איז א שליח פונ'ם "שטן"! דער "שטן" האט אויף געשטעלט דא איינעם!

איך זע א אינטרעסאנטע זאך געווענליך אזאנע זאכן זענען אינטרעסאנטע זאך, איך וויל אייך זאגען א זאך אפשר ביי אים איז געווען... (כאן שומעים על ה"טעיפ" איך שבנו הגה"צ רבי ליפא שליט"א אומר: 'זאג נישט'. והדרשן ממשיך...) איך וויל דאך אבער יא זאגען – טעקע וועגן דעם, כ'האב געזעהן א אינטרעסאנטע זאך, באמת איז עס א חידוש א איד וואס איז אויפגעוואקסען , כ'מיין ער האט געהאט, כאהטש ער איז אייביג מיט התנגדות צום פעטער ז"ל, וואס ער האט געקאנט האט ער אייביג געטאן, ווען דער פעטער איז קראנק געווארען האט ער די ערשטע זאך געוואלט מאכן צוברעכן די סאטמארע קהלה. ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן דעמלט כח ועוד און איך האב דעמאלס געראטעוועט ס'איז געווען ממש נניסי ניסים, ענק ווייסען נישט דערפון ער האט געוואלט מאכן..., נישט ער אליין ס'איז געווען נאך אזעלעכע מ'האט נישט פארשטאנען, אבער כ'האב נישט פארשטאנען די אלע זאכן, אבער ס'האט מיר געגעסען... עכ"פ די כוחות הטומאה האבן זיך פלעין פאראכטן צו געברייט און פארגעברייט.

ווי איז מעגליך אז א איז וואס גלייבט אינ'ם בוכ"ע אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער ועלט, זאג מיר איך ווייס נישט וואסערע איד, שטייט א איד אויף און האט נישט וואס צו טאן, טרעפט נישט קיין פגם... זעט מען נישט אז מיט דעם איז דער "שטן" אריינגעקראכן! ווייל ער האט דאס בירושה...

איך האב געזען נאך א אינטרעסאנטע זאך, ס'איז אויסגעקומען יענע וואך, האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות זיין אייניקעל, וואס איז דאס? ווי קען דאס זיין? איך האב שפעקולירט, האב איך געקלערט, ניין, א חידוש נפלא...

בקיצור. איך וויל אזויפיל זאגן איך האב עס דעמלט געזאגט בשעת מעשה, איך וויל נישט זיינע קינדער זאל זיין מלמדים! מ'וועט דאס, איך האב דאס שוין אלעס געזאגט, איך וויל נישט ברבים איבער'חזר'ן דא ווייל איך האלט נישט אז דער פגם גייט צו די קינדער, נאך די אלע מעשיות, דאס אז זי איז א עוברת על דת יהודית געווען, דאס איז זיכער, אבער דארט ווי עס איז געווען א פגם און די משפחה דאס איז נישט זיכער! דאס קען איך נישט זאגען.

אבער דאס איז זיכער, דאס איז זיכער, אז אזעלכע קען נישט זיין קיין מנהיג ישראל! קען נישט זאגן קיין דעות! אין ענינים פון דעות! ער קען זיין א ערליכע איד און דאווענען און לערנען, א "מנהיג ישראל" חס ושלום! חס ושלום! אזא איד וואס שטאמט אזוי, דער זאל אונז פירן, דער זאל זיין א מנהיג בישראל און פירן אידישע קינדער וואס זאל זאגן דיעות צו זאכען וואס האט צו טאן מיט אמונה, חס וחלילה..! ווי קען עס זיין? דער אמת זעט מען ער איז דאך נישט מצליח! דארף מען דאך פארשטיין פארוואס? טאקע נישט ס'איז א גרויסע קשיא, ער איז ברויגז – גייט ער – איז ער גרייט צו צוברעכן און צו ברעכט אלעס, ווי ער איז נישט מצליח בין איך דאך נישט שולדיק, אבער זעט מען דאך טאקע אז ער איז ננישט מצליח פארוואס איז ער טאקע נישט מצליח, ווייל דעם, אזאנער קען נישט זיין א מנהיג, צו קענען זאגען וואס האט צו טאן אין אידישקייט וואס איז נוגע צו איסור און צו נישט. אזאנער – דער קען נישט – האט נישט קיין נאמנות! דער וועט אונז זזאגן. דער ווערט אונז פירען? שיין וועלן מיר אויס זעהן אז מ'וויל מיר אים לאזן אזוי!

בקיצור וועל איך זאגן, אזוי ווי מ'וועלמיר מסיים זיין די מסכתא, עס איז נישטא וואס צו רעדען, נישטא וואס צו רעדן, אינז פרעגן מיר אים נישט קיין דעות! אונז דארף מיר נישט זזאגן פאר קיינעם נישט! אונז דארף מיר אנגיין אונזער וועג! וואס איז געווען מ'גייט זיך אוועק אינגאנצען, נישט ענפערן אים! נישט טענה'ן מיט אים! נישט רעדן צו אים!

אונז דארף מיר אים נישט האבן צו גארנישט, אונז דארף מיר אים ננישט פרעגן קיין שאלות אפילו מ'האט אריינגעלייגט א נאדעל אין א פיפיק, גארנישט! פארטיק! דער איז נישט קיין בעל הוראה! ער האט נישט צו זאגן דעות! מ'דארף איהם נישט פרעגן גארנישט!

אונז דארף מיר וויסן ווער ער איז, ווער ס'איז ראוי פאר אונז, ער האט קיינמאהל נישט ליב געהאט דעם פעטער, דער פעטער ז"ל איז קראנק גאוורען איז ער געווען דער ראש פון די מורדים, איבערקערן אלעס אינגאנצען מהפך זיין הקערה, הקערה על פיה, און דעמאלטס ב"ה ס'איז מיר געלונגען, בעזר השי"ת אים איינצושטילען.

אבער ער דארף זיין פאר אונז מחוץ למחנה, איך וויל נישט מתווכח זיין מיט זיי, מ'דארף נישט פרעגן קיינעם, ס'איז קלאר אלעס ממש ווי דער טאג. אבער מ'דארף פון היינטמאל וויסן מ'האמיר נישט קיין שייכות מיט אים! אונז דארף מיר נישט צו ענטפערן! אונז דארף מיר נישט שרייבן! ס'אינטרעסירט מיך נישט וואס ער זאגט! זאל ער זאגן וואס ס'זאל זיין! אונז וועל מיר ווייטער אנגיין אויף דעם וואס אונז האב מיר מקובל פון אבות אבותינו אויפצוטאן פאר אידישע קינדער.

דער אייבישטער זאל אונז העלפען מיר זאל זוכה זיין צו גיין קעגן דעם גואל צדק בב"א.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 115 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר