די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

שליחה דורך הוגה »

[justify]פאריגע וואך איז פובליצירט געווארן א קאנטראווערסיאלע ארטיקל וואס האט אויפגעשטורעמט די חרדי'שע וועלט, ספעציעל אינערהאלב די סאטמארער לאגער, געשריבן דורך מנחם קרן, אונטערן קעפל "דער סאטמארער רבי און די חורבן פון דעם אונגארישע אידנטום". אין דעם ארטיקל (באזירט אויף א לענגערע באשרייבונג) פרובירט קרן צוזאם צושטעלן א פאזל פון אלעס וואס מיר ווייסן איבער די הנהגה און התנהגות פונעם רבי'ן ז"ל אין די טעג פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בשעת'ן מלחמה, ביים אנטלויפן פון די דייטשן ימ"ש און נאכן קריג. דאס צוזאמנעמען אלע דעטאלן אינאיינעם טוט אונז געבן א קלארערע בילד און די מעגליכקייט צו בעסער קענען אנאלעזירן דעם רבי, זיין נאטור און זיין גאנצע הנהגה.

קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.

צוויי פון דעם רבי'ס שטארקע שיטות האבן געהאט א גאר שטארקע השפעה אויף זיין אויפפירונג נישט נאר בשעת די מלחמה נאר אויך ביי אנדערע געלעגנהייטן, סיי אין ראמעניע/אונגארין פארן קריג, און סיי אין אמעריקא אין די נאכפאלגענדע יארן נאך די קריג. די צוויי שיטות זענען די איסור פון התגרות באומות און די וויכטיגקייט פון התבדלות אפילו פון אנדערע אידישע ארגאנען, וואס דער רבי האט זיך געהאלטן צו דעם אויף א יעדע פרייז.

אין די דרייסיגער יארן ווען די רעגירונג אין רומעניע איז געווארן מער און מער אנטיסעמיטיש געשטימט, האט דער רבי בשום אופן נישט צוגעלאזט צו ארבייטן צוזאמען מיט די אידישע ארגאנען פון די נעאלאגן, מזרחי אדער אפילו אגודת ישראל. בשעת וואס אנדערע אידישע ארגעניזאציעס האבן אויפגעשטעלט אידישע זעלבסט-שוץ ארגעניזאציעס און האבן געהאלפן אידן אימיגרירן צו אנדערע לענדער, האט דער רבי זיך שטארק אנטקעגנגעשטעלט די אקטיוויטעטן און ער האט זיך באגנוגנט מיט רופן צו תשובה און תפלה. אין תרצ"ז ווען אנטיסעמיטיזם האט דערגרייכט א קלימאקס, מיטן ערוועלונג פון דעם באקאנטן שונא ישראל 'אקטאוויען גאגא' צו פירן דאס לאנד, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט אן ענגע צאל קרובים ומקורבים און איז אנטלאפן קיין טשעכעסלאוואקיע. דער רבי האט דאס געטון טראץ דעם וואס די אידישע קהלה האבן אים געבעטן אז ער זאל זיי נישט פארלאזן אין אזא צייט פון נויט און נסיון. דער רבי האט פארטיידיגט דעם שריט זאגנדיג אז א צדיק קען נאר טון זיין עבודה זייענדיג אונטער שוץ און זיכערהייט. געציילטע וואכן שפעטער, ווען די רומענישע מאנארך האט אונטערגעברענגט דעם פרישע רעגירונג, האט זיך דער רבי אומגעקערט קיין סאטמאר און ווייטער געהאלטן דרשות רופנדיג דעם עולם צו תשובה, תיקון המעשים און זיך צו פארלאזן אויפן אויבערשטן.

דער רבי האט כסדר געהאלטן אזעלכע פייערדיגע דרשות דורכאויס די יארן פארן קריג און בשעת די קריג, רופנדיג דעם עולם צו תשובה ותיקון המעשים. דער רבי האט ארויסגעברענגט די גאר שווערע צושטאנד און אלעס וואס די אידן ליידן, אבער ער האט נישט געגעבן קיין שום פראקטישע אנווייזונגען פארן עולם, וויאזוי זיך צו ראטעווען אדער באשוצן. מערערע פראבעס פון ארבייטן צוזאמען מיט אנדערע קהלות און ארגאנען זענען כסדר צוריקגעוויזן געווארן פונעם רבי'ן. אין תרצ"ט ווען די צענטראלע אידישע קהלות האבן פאררופן ראש חדש אדר פאר א תענית און א יום תפלה צוליב די פארמערטע שווערע גזירות האט דער רבי זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם רוף, זאגנדיג אז די רעגירונג וועט דאס אננעמען אלץ א פראטעסט אנטקעגן זיי. אנשטאט דעם האט ער באשטעטיגט תענית אסתר קטן אלץ א צום און יום תפלה פאר זיינע אנהענגער.

אפילו בשעת די קריג גופא, ווען די געפאר פאר אידן איז געווען קלאר פאר אלעמען, האט דער רבי נאך אלץ נישט צוגעלאזט דאס צוזאמען ארבייט מיט די מזרחי און אפילו מיט אגודת ישראל. דער רבי האט טאקע מייסד געווען זיינע אייגענע הצלה ארגעניזאציעס וואס האט זיך געהאלטן אומאפהענגיג פון די צענטראלע ארגאנען. ווען דער רבי האט אויסגעפונען אז פערציג רבנים האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך פון צוזאמען ארבייט מיט ציוניסטישע ארגעניזאציעס צו באהאלטן און ארויסשמאגלן אידן פונעם לאנד, האט דער רבי נישט גערוהט ביז ער האט געמאכט די רבנים צוריקציען פון זייער אפמאך.

אין א געוויסע זין קען מען פרובירן צו פארענטפערן די פאסיווע הנהגה, אז דער רבי זעלבסט האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע. נאך אלעם זענען די נאציס דעמאלטס נאך נישט געווען אין אונגארין, און אסאך אנדערע מענטשן האבן געהאלטן אז די שרעקליכע שמועות וואס קומען פון פוילן זענען טאקע נאר דאס, איבערגעטריבענע שמועות. קרן צייגט אבער אן אז אנגעהויבן פון ת"ש און ווייטער האט דער רבי פרובירט צו פארארבייטען מערערע פעולות צו באקומען ערלויבעניש צו אנטלויפן מיט זיין משפחה און באקאנטע. די פעולות זענען עטליכע מאל דורכגעפאלן צוליב פארשידענע סיבות. ווען אלע אפציעס זענען אויסגעלאפן האט דער רבי מסכים געווען זיך מיטצוכאפן מיט די טראנספארט פון די ציונים, בראשות רודאלף קאסטנער.

אינמיטן די נאכט, הארט פאר די אידישע געמיינדע איז אריינגעפירט געווארן אין די געטא, פון וועלכע זיי זענען געפירט געווארן צו זייער אומקום אין אוישוויץ, האט דער רבי זיך ארויסגעשווערצט צוזאמען מיט זיינע נאנטע אין מיטן די נאכט, זיי זענען אנטלאפן קיין קלוזש (קלויזענבורג). אין קלוזש זענען זאכן נישט געגאנגען ווי געפלאנט, און צום סוף איז נאר ערלויבט געווארן פארן רבי'ן צו אנטלויפן מיט די קאסטנער טראנספארט צוזאמען מיט זיין רביצין און ר' יוסל אשכנזי.

בשעת די גאנצע נסיעה, סיי אויפן וועג קיין בערגן בעלזן, סיי דארט אליינס, און ווי אויך אויפן וועג קיין שווייץ האט זיך דער רבי געהאלטן אפגעזונדערט פון אלע אנדערע פאסאזשירן, אפילו פון די אנדערע רבנים. דער רבי איז געזעצן אפגעזונדערט אין א ווינקל און עוסק געווען בתורה ותפלה. דער רבי האט יא געלערנט מיט רבי יונתן שטייף ז"ל וועלכע האט זיך אויך געפונען אויף דער טראנספארט.

אנקומענדיג קיין שווייץ האט א דעלעגאציע אפגעווארט דעם רבי און אין געציילטע טעג איז דער רבי געווען פולקאם צוריק צו די הנהגה כימי קדם. אין שווייץ האט דער רבי פרובירט אויפצוטון שטארק אין רעטונגס אפעראציעס, ספעציעל צו ראטעווען קליינע יתומים וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין אנשטאלטן בשעת די קריג. זיין איינגעשפארטקייט נישט מיט צו ארבייטען מיט ארגאנען פון די אגודה און די מזרחי האט אפגעהאלטן די פלענער פון פארווירקליכט ווערן.

נאך די קריג, אין א צייט ווען אנדערע רבי'ס און מנהיגים זענען ארום געפארן אין די פליטים לאגערן, מחזק צו זיין צובראכענע אידן, אדער זענען זיי צוריקגעפארן צו זייערע שטעטלעך אין אונגארין און רומעניע, איז דער רבי פארבליבן אין שווייץ און האט אנגעפירט זיינע פעולות פון דארט, טראץ דעם וואס אסאך פון זיינע אנהענגער האבן איבערגעלעבט דעם קריג און האבן זיך אומגעקערט צו זייערע היימען אין טראנסעלוואניע.

נאך א שטיק צייט האט דער רבי אימיגרירט קיין פאלעסטינע וואו ער האט פרובירט צוריק אויפצושטעלן די סאטמארע אימפעריע, אבער קוים א יאר שפעטער האט ער ווידער געפאקט פעק און האט זיך אריבערגעצויגן צו זיין לעצטע דעסטינאציע, קיין אמעריקא.

אין די צווייטע טייל פון די ארטיקל פרובירט דער שרייבער - מנחם קרן - צו ערקלערן און געבן א פסיכא-אנאליז אויף דעם רבינ'ס פערסאנאליטעט און זיין אופן ההתנהגות. וואס האט אים געמאכט זיך האלטן אזוי עקשנות'דיג אפגעזונדערט אין אזעלכע צייטן ווען צוזאמען ארבייט וואלט זיכער געווען לטובה פאר אים און פאר די געמיינדע? וואס האט געמאכט דעם רבי'ן פארארבייטן אזויפיל מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און די רעטונג פון זיינע נאנטע, אין די צייט ווען ער האט אפגערעדט אנדערע פון טון די זעלבע? פארוואס האט דער רבי זיך געהאלטן אפגעזונדערט פון אלע אנדערע פאסאזשירן בשעת'ן אנטלויפן אויף די קאסטנער טראנספארט? פארוואס האט דער רבי זיך נישט צוריקגעקערט קיין טראנסעלוואניע צו העלפן זיינע חסידים וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג? פארוואס האט זיך דער רבי קיינמאל נישט באדאנקט פאר זיינע רעטער? איז דא א קארעלאציע צווישן די אויבנדערמאנטע פראגעס און דער רבי'ס אויסגעשפראכענע פארדאמונגען און פעולות אנטקעגן די ציונים נאך די קריג? איז דא א קארעלאציע צווישן די אויבנדערמאנטע פראגעס און דעם רבי'נס נאכאנאנדע באשולדיגען די ציונים, און די שווערע פארלוסטן פון די אונגארישע אידנטום בשעת די קריג? דאס און נאך אבזערוואציעס פרובירט קרן צו אנאליזירן אין די צווייטע טייל פון דעם ארטיקל. קרן אנאליזירט ציטאטן פון דעם רבינ'ס ספרים ווי אויך ביאגראפיע ביכער וואס זענען געשריבן געווארן דורך דעם רבינ'ס חסידים, נאך זיין פטירה אין תשל"ט.


*************

מיר זענען ערליכע אידן, מיר ווייסן אז נסתרים דרכי השם, אלעס איז באשערט און עס איז נישט שייך צו מאכן חשבונות. אויך ווייסן מיר אז hindsight is 20/20, דאס מיינט אז עס איז נישט קיין קונץ צו זאגן לאחר המעשה וואס די ריכטיגע מהלך וואלט געווען. מיר – פאוסט האלאקאוסט אידן – קענען נישט דן זיין די אידן וואס האבן געלעבט בשעת די קריג, סיי די וואס האבן איבערגעלעבט און סיי די וואס זענען אומגעברענגט געווארן. מיר האבן נישט די רעכט זיי פארצוהאלטן פארוואס זיי האבן נישט געטון דאס אדער יענץ. מיר מוזן זיי אבער יא אנאליזירן, ווייל היסטאריע איז דאס וויכטיגסטע באשטאנדטייל וואס טוט פארמירן דאס צוקונפט.

הגם, אין די וועלט איז אנגענומען אז א קאפיטאן פון א שיף פארלאזט נישט די שיף פאר אלע פאסאזשירן זענען געראטעוועט, און דאס איז אזוי אנגענומען פאר יעדער מענטש אין א פאזיציע פון פירערשאפט, קען זיין אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז עפ"י הלכה איז ער נישט מחויב דאס צו טוהן, און דערפאר האלט איך אז מ'קען אים אויף דעם אליין נישט דן זיין.

מיר קענען אויך נישט וויסן וואס פונקטליך איז געווען דעם רבינ'ס געדאנקענגאנג דעמאלטס, פארוואס ער האט נישט באאיינפלוסט דעם עולם צו אנטלויפן אדער זיך באהאלטן. צו זאגן אז ער האט עס געטון פון שלעכטסקייט אדער אומפארגינערישקייט איז מעגליך צו עקסטרעם. איין זאך איז אבער זיכער, ער האט נישט געהאט א ריכטיגע בליק אויף דעם מצב. נאכן אנאליזירן דעם רבינ'ס הנהגה דעמאלטס, זיין אפשאצונג פון די מצב, און נאכן זעהן וואס איז ארויסגעקומען דערפון, איז אוממעגליך צו זאגן אז ער איז געווען א וויזשאנערי מיט א ברייטע פארשטאנד. עס איז קלאר אז ער האט פארפעלט צו פאראויס-זעהן וואס אסאך מנהיגים מיט אסאך א קלענערע השפעה ווי אים האבן אנערקענט יארן פריער.

די שווערסטע חלק פון זיין גאנצע הנהגה איז די פאקט אז ער האט זיך געפארעט פאר זיך און זיינע באקאנטע צו קענען אנטלויפן מיט פארשידענע מיטלען און פלענער, אבער אין די זעלבע צייט האט ער קענטיג נישט געוואלט אז אנדערע זאלן מאכן די זעלבע פלענער. די פליטים פון פוילן וועלכע זענען ארום געפארן אין די שטעט, געהאלטן דרשות און פארציילט איבער די שוידערליכע רציחות פון די נאציס און אז עס איז כמעט קיינער נישט געבליבן ביים לעבן דארט, זענען אויך אנגעקומען קיין סאטמאר. אבער דער סאטמארער רב (פונקט ווי אסאך אנדערע רבנים און געמיינדע פירער) האט זיי נישט געלאזט געבן דרשות דארט. פארוואס? וואס האט ער מורא געהאט וועט געשעהן אויב אידן ווייסן וואס עס ערווארט זיי? ער האט דאך יא געוואוסט אז וואס זיי זאגן איז אמת. עס איז שווער צו זאגן פארוואס ער האט דאס געטון, אבער היינט איז אונז קלאר אז דאס איז – אין בעסטן פאל - געווען א גאר קאסטבארער סטראטעגישע טעות.

אזוי ווי איך האבן פריער געשריבן, מיר קענען נישט דן זיין און איך האלט נישט ביים דן זיין. איך בין גרייט אויף אלעם צו פארקוקן און ענטפערן אז "מיר פארשטייען נישט און מיר ווייסן נישט". עס איז געווען א שעת מלחמה, א צייט פון כאאס און עס איז פארשטענדליך אז מענטשן מאכן טעותים אדער פאררעכענען זיך אין אזא צייט. דאס איז אבער נאר אויף די התנהגות ביזן ענדע פון די קריג. די הנהגה פון נאכן קריג איז אבער א תמיהה וואס איז צו א שטארקע צריך עיון! מילא, פאר די קריג און בשעת די קריג האט מען זיך איינגערעדט אז מען וועט עס איבערלעבן. מען האט געמיינט אז מען מוז אנטלויפן פשוט ווייל מען דארף קענען אנגיין מיט די הנהגה און הצלה אקטיוויטעטן פון א זיכערע ארט. מען האט געגלייבט אז בעפאר וואס און ווען וועט זיך די מלחמה פארענדיגן, און אלעס וועט צוריקגיין ווי אמאל. נאכן קריג אבער, ווען מען האט זיך צוריקגעדרייט און געזעהן די הרס וחורבן וואס מען האט דארט איבערגעלאזט, וואס איז געווען זיין ריספאנס דעמאלטס?

האט זיך דער רבי אמאל אנטשולדיגט פאר די משפחות פון די אומגעקומענע פאר נישט לאזן די פוילישע פליטים זיי פארציילן און ווארענען וואס עס ערווארט זיי, כדי זיי זאלן זיך קענען באהאלטן? האט דער רבי אמאל אויסגעדרוקט חרטה אדער מיטלייד אז ער האט פארלאזט זיינע חסידים אין זייערע שווערסטע און לעצטע מינוטן? האט דער רבי זיך אמאל פארענטפערט און ערקלערט זיין הנהגה? האט דער רבי אמאל באדאנקט זיינע רעטער און ארויסגעוויזן הכרת הטוב? האט דער רבי אמאל אנערקענט אז זיין סעפעראטיסט צוגאנג האט געקאסט אומצאליגע אידישע נשמות, וואס וואלטן מעגליך געקענט ווערן געראטעוועט, ווען אלע אידישע ארגאנען ארבייטן ווען צוזאמען?

ניין. נאר אנשטאט דעם האט דער רבי גערעדט איינמאל און נאכאמאל ווי די ציונים זענען געווען שולדיג אין אלעם. נישט נאר אז זיי זענען געווען שולדיג ווייל זיי האבן געברענגט אויף כלל ישראל א הימלישע חרון אף, נאר פראקטיש אויך ווייל זיי האבן אויפגערעגט די דייטשן, און ווייל זיי האבן געמאכט אונטערגרונטישע אפמאכן מיט די דייטשן (צו ראטעווען געמיינדע פירער אריינגערעכנט דעם רבי'ן זעלבסט). אויב מאכט מען פראקטישע און רעאליסטישע חשבונות פון ווער עס איז שולדיג אין די מיליאנען קרבנות, איז עס נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אויך אויסרעכענען די וואס האבן געשטערט די פוילישע פליטים פון אנווארענען די אונגארישע אידן? שטעלט אייך פאר ווען די ציוניסטישע פירער זענען די וואס וואלטן אפגעהאלטן די דרשות פון די פוילישע פליטים און נישט ער, וואלט דען דער רבי ז"ל עס פארשוויגן? איך האב נישט קיין טענות אויף אים פארוואס ער האט עס געטון, עס איז אבער יא א שווערע קשיא פארוואס ער האט זיך נישט אנטשולדיגט נאכן קריג, און עס איז א שרעקליכע סתירה מיט זיין הנהגה נאכן קריג פון באשולדיגן די ציונים.

נישט איבערבעטן, נישט פארענטפערן, נישט ערקלערן, נאר וואס יא? טאנצן חסדי השם אויף זיין פריוואטע הצלה. איך פארשטיי אז דער רבי האט לכתחלה נישט געפלאנט אז דאס זאל ווערן אזא גרויסע יום טוב, און די זאך האט עוואלווד מיט די צייט, אבער ווען מען לייגט דאס צו צו די באקאנטע אויבן-דערמאנטע פאקטן, גיבט די גאנצע כ"א כסלו א שטעך אין הארץ. מען שטייט און מען פארציילט יאר נאך יאר איבער די היסטאריע און די געוואלדיגע נסים פון דעם רבינ'ס איבערלעבנישן ביים קריג, און קיין ווארט נישט דערמאנט אז דער רבי איז געראטעוועט געווארן דורך קאסטנער און די ציונים. קיין ווארט נישט דערמאנט אז דער רבי פילט שלעכט אז ער איז אנטלאפן בשעת ווען ער האט נישט געלאזט אנדערע אנטלויפן אדער אפילו פארציילן פאר די אידן וואס עס ערווארט זיי.

דער רבי ז"ל איז געווען א איש קדוש במלוא מובן המילה. אלע זיינע ארומיגע זענען עדות אויף זיין געוואלדיגע פרישות און אפגעהיטנקייט אויף א יעדע קוצו של יו"ד אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן. די וועג וויאזוי דער רבי האט זיך מוסר נפש געווען זיך נישט צו שערן די בארד, עסן נאר די מערסטע מהודר'סטע כשרות אפילו אין די שווערסטע צייטן, צייגט אויף מדריגות אין קדושה. דאס פארענטפערט אבער נישט די שווערע קשיות, דאס מאכט די עבודה פון אפטייטשן און פארשטיין זיין עניגמאטישע הנהגה בשעת און נאך דעם קריג נאך שווערער. איז מנחם קרן די פאסיגע מענטש צו אנאליזירן און אפלערנען דעם רבינ'ס פסיכא? איך ווייס נישט. אבער די פאקטן וואס ער ברענגט און די קשיות וואס ער פרעגט זענען ממילא דא, אפגעזעהן צו ער איז דער פאסיגער עס אויפצוברענגען אדער נישט.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 187 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר