קאלאניעליזם - איר אנהייב און איר ענדע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

קאלאניעליזם - איר אנהייב און איר ענדע

שליחה דורך נאה דורש »

צו פארשטיין די וועלט אויסשטעל פון לענדער און פעלקער. צו פארשטיין די מלחמות פון די לעצטע טויזנט יאר ביזן היינטיגן טאג דארף מען צוריקגיין צו א תקופה פון ארום טויזנט יאר צוריק און פארשטיין ווי אזוי די וועלט מאפע האט דעמאלסט אויסגעקוקט און וואס האט צוגעברענגט צו די אלע טוישונגען אויף די מאפע ווי גאנצע לענדער און פעלקער האבן זיך געטוישט און געפארעמט.

וואס האט מיר צוגעברענגט צו נעמען די פעדער און די היינט און אביסל אראפשרייבן די אלווילטליכע היסטאריע? קיין שרייבער בין איך נישט און איך פרוביר מיר נישט אראפצושטעלן אלץ א שרייבער נאר וואס דען? זייענדיג א ליבהאבער פון היסטאריע פון מיין יוגענט האב איך אלס געלייענט און געלערנט נאר אידישע היסטאריע און אלעס מיט א אידישע תורהדיגן בליק. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך באקומען צוטריט צו אלוועלטליכע היסטאריע און איך האב אנגעפאנגען לייענען אבער מיטן לייענען איז אויך צוגעקומען אז איך האב אנגעפאנגען צוזאםצושטעלן אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע היסטאריע פון די זעלבע תקופה און ווען מען נעמט עס ארום מיט א בליק פון ארום ביידע זייטן טוישט זיך די גאנצע בליק אויף די תקופה פון וואס מען האט געוויסט אדער געלייענט. אסאך טראכטן און אסאך ווי מען קען עס אנרופען פאנטאזיע לייגט צו צום בילד און מען באקומט א בליק אויף די תקופה ווי גלייך מען וואלט עס מיטגעלעבט און נישט נאר געלייענט און א היסטאריע בוך.

די אידישע תקופות גלייב איך זענען מער ווייניגער באקאנט פאר אונזער עולם דא און אפילו די וועלטליכע היסטאריע און תקופות זענען דא געוויסע וואס ווייסען מן הסתם מער ווי איך. איך גיי דא אבער פרובירן אביסל צו צוזאמענשטעלן די אידישע און וועלטליכע היסטאריע אז מען זאל עס קענען אביסל בעסער פארשטיין און אז די מח זאל האבן אויך צוצושפילן די פאנטאנזיע פון די טראכטערס אויף ארוסצוהאבן די היסטאריע און תקופות מלחמות און אזוי ווייטער.

ס'איז זייער שווער אנצוהייבן פון א געוויסן יאר אדער תקופה ווייל אייביג דארף מען פארשטיין וואס איז געווען פארדעם וואס האט צוגעברענגט צו דעם תקופה אבער איך מוז דאך אנהייבן ערגעץ. האב איך שמועסענדיג מיט חברים וואס קענען אסאך און ווייסען אסאך געזעהן אז איין שטיקל פון היסטאריע וויסען זיי זייער ווייניג פון און דאס איז די תקופה ווען קאלאניעליזם האט זיך אנגעהויבן. און טאקע דארט וועל איך אנהייבן.

איך וועל אויך פרובירן צוצוברענגען מאפעס פון די לענדער וואס מען רעדט צו בעסער פארשטיין פון וואו און וואס מען רעדט.

קודם וועל איך מאכן א קורצע הקדמה ווי אזוי די וועלט האט אויסגעקוקט פאר די אויפקום פון קאלאניעליזם און ברענגען אפאר מאפעס.

און איך וועל אנפאנגען מיט די תקופה וואס איז אונז יעצט בא בימים.

חורבן בית המקדש השני איז ווי באקאנט פארגעקומען און יאר ג׳ אלפים תתכ״ח. 68 AD למספרם (ר׳ שמעון בן גמליאל ר׳ יוחנן בן זכאי)
און די תקופה האבן די תנאים דאמינירט די אידישע רבנישע און הלכה וועלט. זיי האבן אויך געהאט א גרויסע השפעה אויף די אידישע קעניגן. נאך די חורבן האבן די תנאים אויך איבערגענומען א גרויס טייל פון די אידישע פירערשאפט אלס עסקנים פארן ציבור און פאר זייערע גשמיות און רוחניות.

פון נאכן חורבן איז דא פיר דורות פון תנאים וואס האט זיך געצויגן א משך פון ארום 150 יאר ביזן חתימת המשניות ג׳ תתקע״ח (218 BC) און די לעצטע דור פון תנאים איז געווען רבי וחביריו.

ווי אזוי די אידישע וועלט האט זיך אויסגעקומען מיט די רוימישע איז א עקסטערע פרשה פאר זיך. די תקופה איז די ראמען אימפעריע.

נירון קיסר וועלכער האט פארברענט די בית המקדש איז געווען די פיפטער עמפראר און די ראמען אימפעריע. האט געקעניגט פון 54 AD ביז 68 AD. ג׳ אלפים תתי״ד ביז תתכ״ח שנת החורבן. וואס פון דארט איז דא חילוקי דעות וואס איז געשען מיט אים.

זיין זיידע אוגוסטוס האט געגרינדעט די ראמען אימפעריע און איז געווען איר ערשטע עמפראר פון יאר 27 BC ביז יאר 14 AD. ג׳ אלפים תשל"ג ביז תשע"ד

אוגוסטוסהאט גע'ירש'נט די מלוכה פון זיין עלטער פעטער יוליוס קייסער וואס איז געווארן דער'הרג'עט און א אנטענענט. ער מיט נאך צוויי גענעראלן האבן מלחמה געהאלטן מיט די אויפשטענדלער און זיי באזיגט. דעמאלסט איז די רוימישע מלוכה געווארן צוטיילט און דריי. שפעטער האט ער מיט זיי אויך מלחמה געהאלטן און זיי באזיגט און ער האט זיך געקרוינט אלס ערשטער עמפראר פון די רומישע עמפייער Roman empire בלע״ז.
ער האט אסאך אויסגעברייטערט זיין מלוכה און אנגעשלאסן אסאך לענדער און די רוימישע מלוכה. (קוק מאפע) ער האט איינגענומען דייטשלאנד און מזרח און מצרים פון מעריב און נאך אסאך לענדער. אויך האט ער שפעטער געמאכט א שלום מיט די פערסישע מלוכה.

רוימישע אימפעריע
רוימישע אימפעריע
roman_empire_trajan_117ad1.png (383.97 KiB) געזען געווארן 1034 מאל


פון די אנדערע זייט האט די פערסישע מלוכה דאמינירט א גרויס חלק פון די וועלט. זיי האבן דאמינירט אלע לענדער וואס ווערן היינט פארעכנט אלס אראבישע לענדער ווי אויך אינדיע. אפאר פון די באקאנטע לענדער איראן. איראק. אפגאניסטאן. ארמעניע. טערקיי. און נאך אסאך. זיי האבן געוועלטיגט פון יאר 247 BC ביז יאר 224 AD. ג אלפים תקי״ג ביז תתקפ"ד.

פערסישע אימפעריע
פערסישע אימפעריע
Map_Parthian_Empire-fr.png (217.7 KiB) געזען געווארן 1034 מאל

מאפע

די צוויי מלוכהס די פערסישע און רוימישע האבן דאמינירט די גרעסטע חלק וועלט וואס האט עקזעסטירט אויף די דעמאלסטיגע מאפע און די יארן פון פארן און נאכן חורבן. זיי זענען ביידע געווען א דיקטאטארישע הערשאפט וואס איז איבערגעגאנגען פון טאטע צו זון אדער נעפיו אדער פעטער.

נאך א גרויסע אימפעריע פון יענע צייטן איז געווען די האן דינאסטיע פון טשיינע זיי זענען געווען און די זעלבע יארן בערך ווי די רוימישע און די פערסישע אימפעריעס געשטאנען פון 206 BC ביז 195 AD ג' אלפים אסאך מךחמות בעיקר בירגער קריגן האבן עס אונטערגעברענגט פאר אסאך יארן אינמיטן און שפעטער איז עס צוטיילט געווארן אלס צוויי מלוכות

גי מלוכות אויף א וועלט מאפע
גי מלוכות אויף א וועלט מאפע
1024px-World_1_CE.PNG (247.45 KiB) געזען געווארן 1034 מאל



איך וויל מיר נישט אפשטעלו ביי יענע תקופות יעצט ס'איז דא א געוואלד וואס מען קען לייענען ווי אזוי די אימפעריעס זענען געגרינטעד געווארן און אונטערגעגאנגען אבער דאס אן אנדערע מאל וועל איך צוריקומען.

דעמאלסט האט קוים אנגעפאנגען די קריסטליכע רעליגיע צו עקזעסטירן און די אידישע רעליגיע להבדיל אלף אלפי הבדלות איז געווען די איינציגסטע וואס האט געדינט דעם אייבירשטען. און יענע יאר איז געווען אסאך קולטס און אפגעטער געווענליך לויט די געגנט. די אידן זענען געווען די איינציגסטע פאלק וואס איז געבליבן אלס א פאלק אפילו נאכדעם וואס זייער מדינה איז צוזאם געפאלן. היינט איז עס שווער צו פארשטיין ווען עס איז דא דריי גרויסע רעליגיעס און רוב וועלט געהערט צו איינעם פון די דריי. אבער יענע צייטן איז נישט געווען נאך א גלאבאלע רעליגיע חוץ אידישקייט. און דערפאר אז א מדינה איז איימגענומען געווארן האט זיך די גאנצע מדינה רעליגיע געקענט טוישן לויט די מדינה וואס האט איר איינגענומען.

צוריק צו די רוימישע. און די יארן גלייך נאכ'ן חורבן איז געווען זייער א שטורמישע יאר פאר די רוימישע אימפעריע און איינע פון יענע ערשטע יארן נאכן חורבן איז געווען די יאר וואס ווערט אנגערופען "די יאר פון פיר עמפרארס" און יענע יאר איז געווען פיר קעניגין און רוים דאס איז יאר ג תתכ"ט ולמספ' 69 די לעצטע פון די פיר איז אונזער אלעמען באקאנטער אספיאנוס קייזער ער האט אנגעהאלט די מלוכה פאר 10 יאר ביז זיין טויט

דערנאך איז געווערן קעניג זיין זון דעם אלעמען באקאנטען טיטוס הרשע ער האט נאר געקיניגט פאר 2 יאר

אונז וועל מיר געבן א שפרינג אביסל צו שפעטער נאר קודם א קליינע סך הכל און די 200 יאר פון פארן חורבן ביז ארום 200 יאר נאכן חורבן האט זיך די וועלטליכע מאפע נישט געטוישט דראמאטיק. עס זענען פארגעקומען אסאך מלחמות און אסאך קעניגן האבן זיך דורכגעדרייט און די 400 יאר עס זענען גווען שטורמישע יארן סיי פאר אידן און להבדיל גוים. אבער די דריי גרויסע מלוכות זענען אנגעגאנגען די רוימישע. פערסישע. און די האן פון טשיינע.

און די יארן פון סוף ג אלפים פאר די אנהייב פון ד' אלפים איז געווען וואו געשמועסט די לעצטע דור פון תנאים רבי וואס האט מסדר געווען די משניות (רש"י לפי איגרת רב שרירא שיטה הצרפי) אדער גאר מחבר געווען די משניות דאס הייסט אראפגעשריבן (רמב"ם לפי אגרת רב שרירא) איז געווען א קרוב למלכות וואו עס ווערט געברענגט כמה פעמים און די גמרא. די קעניג מיט ווען רבי האט געהאט שייכות איז געווען אנטינינוס ער איז געווען קעניג אויף די רוימישע אימפעריע פון תתצ"ח ביז תתקל"א ולמספ' 138 – 161 ער איז געווען די פיפצענטע 15 קעניג פון די רוימישע מלוכה (וואס איז וואו געשריבן פריער געווארן געגרינדעט און יאר ג׳ אלפים תשל"ג ביז תשע"ד)


מארגן וועלמיר ווייטער שרייבן אלע הערות און א אנדערען אשכול ביטע! יישר כחכם

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר