היינט איז סעפטעמבער עלעווען

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:14 am

היינט איז סעפטעמבער עלעווען. איינס פון די טרויעריגסטע און שאקירנסטע טעג אין מענטשליכער היסטאריע און וועלטליכער געשיכטע. דער בלוט דורכעגעווייקטער טאג ווען 19 יונגע בארבארישע איסלאמישע פאנאטיקער האבן פרייוויליג אויפגעגעגעבן אויף זייער לעבן צו פארווירקליכן אן אומגלויבליכן אקט פון שלעכטס וואס וואלט נישט געקענט פארגעשריבן ווערן אין וויסטן טרוים.

13 יאר זענען שוין פארביי און דער מוח איז נאך אלץ נישט אומשטאנד צו פארדייען וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט אין יענעם ביטערן טאג. די קריעטיוויטעט פון רשעות, די אויסגעשפראכנקייט און ברוטאליטעט פון בלוט-דורשט, און די ווייטגרייכנדע נאכפאלגן דער טאג האט געברענגט, טוישנדיג די נאאיווע פון דער וועלט אויף אייביג און אלעמאל.

נישט אין א ווייטן דריטן-וועלד-לאנד, אן אמבאסאדאר אין די מרחקים, נאר עמי בבית, אין סאמע נערוו-צענטער פון דער אמעריקאנער עקאנימשער הויפט-שטאט, אין צענטער פון וועלטס ביזנעס האנדל, האט אמעריקא געצאלט דעם טייערן פרייז פון טויזנטער אומשולדיגע לעבנס, וועלכע זענען גרויזאם אוועקגעשניטן געווארן אין א צייט אפשניט פון אייניגע מינוט, פארנט פון די אויגן פון ביליאנען צוקוקער, וואס האבן מיטגעהאלטן מיט צווייפל ווי די צוויי פאררויכערטע געביידעס האבן לאנג נישט געקענט אויסהאלטן דעם דרוק, און האבן זיך צוזאמענגעלייגט ווי שפילעכלעך, פארגייענדיג אין רויעך, אש און פארע.

דעספארע און פארצווייפלונג האט געקריגן נייע אומבאגרייפליכע באגריפן, ווען צענדליגער מענטשן זענען אראפגעשפרינגען צו זייער אומפארמיידבארן טויט. אין נויט פאר אן אטעם פון פרישע לופט, האבן זיי געדארפט וועלן צווישן א פיינפולער און לאנגזאמער טויט אדער א שנעלער און ספאנטאנישער טויט אויף דער אייגענער האנט. זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אויף זייער בלוט.

די וועלטס מאכטפולסטע און רייכסטע רעגירונג פון אלע צייטן איז פארכאפט געווארן אין טאטאלער שאק, די מעכטיגע פאראייניגטע שטאטן איז אראפגעברענגט געווארן צו אירע קניען.
דער פרעזידענט האט געדארפט לויפן גלות אין די הויכע ספערן און רוימען נישט טרעפנדיג קיין גאראנטירטן און פארזיכערטן מקום מנוחה אויפ'ן גאנצן ערד-קוגל.

אמעריקא האט זיך געלייגט יענע נאכט צו א נייער שווארצער רעאליטעט, ווערנדיג ארויפגעצווינגען מיט אן ענדלאזער קאמף קעגן דעם אקס פון שלעכטס וואס וועט אלעמאל מוזן עקזיסטירן. א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.
ווי א שטראל אין דער פינסטערניש איז עס געווען די אפענע השגחה פרטית, אז די הונדערטער הצלה וואלונטירן וואס זענען אנגעקומען אויף דער סצענע זענען אנגעזאגט נישט אריינצוגיין אין די ברענעדיגע געביידעס און אזוי ארום האבן זיי בחסדי ה' אויסגעמיטן פון ליידן טראגישע פאטאלן.

13 יאר פארביי און דאך אזוי פריש און מיינע זכרון קעמערלעך. וואו איך בין געשטאנען ווען קענעדי איז געשאסן געווארן פרעגט מיר נישט ווייל מיינע עלטערן זענען נאכנישט געווען געבוירן. אבער די אטאקע אויף די טווין טאוערס וועט אלעמאל בלייבן ביי מיר פריש איינגעקריצט אין זכרון ווי עס וואלט ווען היינט פאסירט. איך וועל דאס אלעמאל געדענקען. אלס געטרייע בירגער וואס זארגן פאר שלומה של מלכות, ליגט אויף אונז דער פליכט און חובה צו געדענקען דעם טאג און אינזין האבן אונזער לאנד און אונזערע געבעטן אז דער אלמעכטיגער זאל איר היטן פון אלעם בייזן.

עס איז קאמיש צוריקצוטראכטן די אומוויסנהייט און דעמאראליזאציע עס האט דאן געהערשט אין די אידישע גאס. אויב איז די אלוועטליכע גאס געווען פארכאפט אין פאניק און שאק, איז עס ביי אונז געווען -- אין א געוויסן זין -- פיל ערגער. אומצאליגע דמיונות און פאנטאזיעס האבן זיך געדרייט פון מויל צום אויער און האט נאר צוגעגעבן צו דער כאאס און אנגסט.
ווי קעץ האבן מיר זיך געדרייט אין ישיבה ארום דעם פאבליק טעלעפאן און גערופן טעל מי איינמאל און נאכאמאל... אהיימקומענדיג בין איך נישט קיין סאך קלוגער געווארן ווייל מיין מוטער האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די ראדיא טאשנאלן אויף אונזער צעבראכענער טעיפ רעקארדער.

אין א קאמישער אנעקדאט דערמאן איך מיך וואס אבי גערעדט האט געשריבן אין א שכינות'דיגן אשכול:

אבי גערעדט האט געשריבן:איך (און מסתם אויך אסאך אנדערע) האב שוין אסאך מאל זיך פרובירט פארצושטעלן וויאזוי קול מבשר וואלט אויסגעקוקט יענעם ביטערן טאג פון 9/11 אויב קאלמעוואסער וואלט שוין דאן עקזיסטירט.
קודם וואלט געקומען א טריקענע באריכט אויפן בולעטין קנעפל אז באריכטן קומען אריין איבער א פליגער אינעם טורעם, דרעזנער וואלט גלייך געהאט דעם הצלה קאארדינעיטער מיטן חב"ד רב פון לאוער מאנהעטן אויפן אידישן ווינקל, דאן וואלט אריינגעקומען נאך און נאך שאקירנדע נייעסן, נו ווער האט דא א גוטן כח הדמיון אראפצולייגן וויאזוי ער וואלט עס געקאווערט? אפשר מאראנצי די אליין?


עס איז שוין היינט אנדערע צייטן. די וועלט איז קליין-דארפיש און אלעס קומט אן איבעראל. די אטאקע אויף דער צווייטער טווין טאוער געביידע ווערט באצייכנט אלס דאס מערסט-דאקומענטירטע געשעעניש אין דער היסטאריע ווען די קאמערעס פון יעדער נייעס סטאנציע איבער דער וועלט האבן דאס פילמירט. אפילו פונעם ערשטן עראפלאן איז מערקווירדיג פארבליבן א רעקארדירונג, דורך א ווידעא קאמערע וואס איז פערצופאל געווען געוואנדן אהין.
ווי אנדערש וואלט געווען היינט ווען -- חס מלהזכיר -- אזא זאך זאל זיך איבער'חזר'ן. עס איז היינט א לעבן פון "עין רואה" יעדער מענטש פארמעגט א מאשינקע אין דער קעשענע. עס וואלט לכאורה נישט געהערשט אזא צעמישעניש ווי אין די ערשטע מינוטן ווען באריכטן האבן זיך סותר געווען איינס מיט'ן צווייטן, און יעדע דעטאל פון די אטאקעס וואלטן פילמירט דורך די מיליאנען צושויער.

זאל דאס בלוט פון די אומשולדיגע אלעמאל זידן, מיר וועלן פון זיי קיינמאל פארגעסן, ונקיתי דמם לא נקיתי.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2425
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6788 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:22 am

האט איינער זכרונות פון יענעם טאג? אויב האט איר צוטריט צו מאחורי זענט איר שוין מסתמא געווען געבוירן דעמאלט...
נו געגאנגען, פארציילט וואס איר געדענקט.
#אייוועלט סטייל אשכול אלערט
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2425
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6788 מאל

הודעהדורך חד גדיא » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:36 am

דא זענען מיינע זכרונות
viewtopic.php?f=4&t=1841
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:52 pm

זייער שיין, כוכב.

די קוואוט פונעם יאהר:
א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.


איין פרט וואס ווערט מאיזה סיבה פארגעסן איז די מצב מיט די אמעריקאנער פענער, מחוטב עצך עד שואב מימך, אלע קארס און באסעס, מוסדות און הייזער, האבן ארויסגעהאנגן דעם פאן פאר עטליכע חדשים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:26 pm

בין הזמנים, חודש אלול תשס"א,
אין די סוגיא ווי אזוי מ'האלט א חלף,
אין בית חיה מיט'ן שיחת חולין,
צווישן קאווע און בייטלעך תפילין,
א געפילדער דארט ביים עק,
מ'רעדט און מ'שושקעט מיט שרעק,
צווישן תיקון, משקה, און קאווע,
פושקעס, שופר, און שמעק פון שעוה,
איינער מיט די שרעקליכע נייעס,
בשעת'ן פארקייען די לעצטע כזית,
פארפאניקט שמועסט מען הויעך,
בשעת אנדערע לויפן צום דאך מיט כח,
אינגאנצען פארשטיינערט די מח,
דער הימל אויך בלאס אין רויעך,
צינגן פייער שלינגן דעם בלויען הימל,
הילפס לייט יאגן זיך מיט טומעל,
על אלה אויף די שרעקליכע טאג,
ווי היינט, דערפאר היינט איך קלאג,
ווען דריי טוזענט מענטשן אוועקגעריסן,
עראפלאנען אין זיי נעבעך אריינגעשמיסן,
בלוט, אש, טינקל און טרערן,
מסוף העולם זאל יעדער וויסן און הערן,
א זכרון פאר די נרצחים לעולמי עד,
ביזן טאג פון והיה ה' למלך אין איר צייט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך גנדי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:32 pm

איינע פון מיינע שרעקעדיגסטע זכרונות פון יענעם טאג.

איך בין געווען אין א קאר יענעם אינדערפרי. אויפן וועג פון בארא פארק צו וויליאמסבורג. די ראדיא איז געווען אנגעצונדען אויף די העכסטע וואליאם. פון אלע זייטען האב איך געזעהן הונדערטע פייערלשער טראקס. אמבולאנסען. קארס. פליען אין איין ריכטונג.

די ראדיא האט געמאלדען: ״אלע ערעפלאנען האבן געלאנדעט! קיין איין ערעפלאן איז מער נישט אין הימעל! צו פארזיכערען אז עס געשעהט נישט מער קיין אטאקעס״

א מינוט נאך דאס הערן אויפן ראדיא. הער איך הויעכע גרודער פון אן ערעפלאן וואס פליט העכער אונזערע קעפ...

מיין נשמה איז מיר ארויסגעפלויגען פון שרעק!



דערנאך האט די ראדיא געמאלדען אז מען זאל זיך נישט דערשרעקן דאס זענען געווען מיליטער פליגער (ווי א שירעם נאכן רעגען)
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1436 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:43 pm

איך בין געוועהן אין א"י אין עירפארט כדי צו כאפן מיין פלייט קיין אמעריקא. בשעת'ן זיין אין די טערמינאל האט זיך אויף די טעלעוויזשען באוויזן די נייעס. ס'האט אויסגעבראכן מהומות אז די קענסט דיך נישט פארשטעלן. ס'איז געוועהן פיל מיט אמעריקאנע מענטשן דארטען ,און ס'איז געוועהן קוויטשערייען און בכיות בשעת די בילדינגס זענען צאמגעפאלן.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:12 pm

כ'בין טיף געשלאפן ווען מיין מאמע וועקט מיר אויף מיט א נייעס אז אז א די טווין טאוערס ברענט. איך האב נישט באגרייפט, איך בין נישט געווען באקאנט און נישט צופיל מיטגעהאלטן וועלטליכע נייעס. איך בין שנעל ארויסגעלאפן און מיטגעלאפן מיט אנדערע צו ווייט עוועניו, נאך אידן און נישט אידן שטייען און קוקן אויף די פלאמען. שוין געווען נאך די צווייטע קראך. איך געדענק זאגן פאר מיין שכן דארט, זעענדיג דעם העליקאפטער פליען העכער די בילדינג'ס, אז אלעס וועט זיין אקעי, דער קאפטער וועט זיכער גיין אויפן דאך ראטעווען מענטשן. פלוצלינג בום! איין בילדינג לייגט זיך אראפ, איך ציפ מיר צו פארשטיין וואס גייט דא פאר? א גוי נעבן מיר הייבט אן וויינען און שרייען א צווייטער שרייט האלי ***!!
צוריק אהיים מיטהאלטן פון די ראדיא, נישט געזען דעם צווייטן בילדינג פאלן.
אויסער די פענער איבעראל, זענען מענטשן געווארן פריינטליך, אויפן ראוד קיינער געפיפן, יעדער האט דיר אריינגעלאזט אין זיין לעין... ניו יארק עט איטס בעסט ווען דע ווארסט העפפענד.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:27 pm

איך בין ווי אלע מיינע שכנים בשעתו געשטאנען אויבן אויפן דאך קוקענדיג ווי די צפון בנין ברענט, און מיטגעהאלטן ווי דער יונייטיד ערליין פליגער נומער 175 זעצט אריין אינעם דרום בנין אום 9:03 צופרי, (טאקע ברם יזכר לטוב דעם מיסיס פארן ארויפלאזן) זינט דאן ווען איך זעה א פליגער צו נידריג (ווען איך פאר למשל נעבן נוארק) ברענגט עס מיר ארויף קאשמארן.

איך האב געזעהן די ברוכווארג פליען און ווען די צוויי בנינים האבן זיך צאמגעלייגט די דרום אום 9:59 און די צפון אום 10:28האב איך געלאזט א טרער... און ערשט בערך 11:15 אוועקגעגאנגן פונעם דאך.

איך בין געזיצן ביי מיין מוטער אינדערהיים און אויסגעהערט דעם פרעזידענטס דרשה ביינאכט, איך האב דאס שוין איבערגעקוקט צענדליגע מאל, צענדליגע? הונדערטע מאל, איך האב אים גאר שטארק ליב באקומען דעמאלטס.

ווי ווייט איך געדענק איז ביי מנחה מעריב געווען די מוד זייער אראפ, יעדער איז געווען היפש דיפרעסט און דערשראקן, מ'האט אבער ביטערלעך געלאכט פון די נארישקייטן וואס מ'האט אונז פארקויפט אז ווען א פליגער קומט נאר נאנט 10 מייל פונעם פענטיגאן ווערט עס אטאמאטיש אראפגעשאסן...

יא! איך האב פיינט יעדן מוסלעמענער זינט דאן! טוה מיך עפעס!

פוי בין לאדין!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3364 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:55 pm

און איך וועל אין מיין לעבן נישט פארגעסן ווי מיין מגי"ש האט אריינגעשטורמעט אין כתה מיט די שוידערליכע נייעס אז א פליגער האט אריינגעשמעטערט אין די טווין טאוערס. כ'געדענק נאך די שוידער און שטילקייט וואס האט איבערגענומען דעם עולם ווען ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל. א פליג האט מען געקענט הערן.

כ'בין ארויפגעלאפן מיט מיינע חברים אויפ'ן דאך און נאך עספייט צו זען דער צווייטער אטאקע מיט מיינע אייגענע אויגן. מיין טאטע, וואס האט זיך געפונען דעמאלט אין ניו דזשערסי, איז נישט אהיימגעקומען ביז צוויי טעג שפעטער צוליב די אפגעשפארטע הייוועיס — און איז איינגעשטאנען ביי א קרוב.

ווי ונבנתה דערמאנט, האט חדשים שפעטער געפלאטערט אן אמעריקאנער פאן אויף מיין פאטערס קאר, און א שכן פון די בלאק איז גאר ארומגעגאנגען טיילן אומזיסטע פענער פאר די וואס האבן נישט געהאט.

איי, ביטערע זכרונות.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3694 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:35 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, כוכב.

די קוואוט פונעם יאהר:
א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.


איין פרט וואס ווערט מאיזה סיבה פארגעסן איז די מצב מיט די אמעריקאנער פענער, מחוטב עצך עד שואב מימך, אלע קארס און באסעס, מוסדות און הייזער, האבן ארויסגעהאנגן דעם פאן פאר עטליכע חדשים.

פארוואס זאגסטו אז ס'ווערט פארגעסן?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך אויליגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:09 pm

איך בין אין יענע ביטערע טאג אראפגעפארן Clymer street און פלוצלונג זעהן מיר ווי די טווין טויערס ברענט מיר האבן זיך אפגעשטעלט און געקוקט ווי די צווייטע פליגער שמעטערט ליידער אריין און די אנדערע בילדונג און איך האב געמיינט אז די וועלט שטעלט זיך אפ. אסך חיזוק האב איך באקומען פון פרעזידענט בוש וואס האט געוויזען שטארקייט וואס אפילו איך האב אים נישט ליעב דאך קומט זיך אים קרעדיט פאר די פירערשאפט וואס ער האט ארויסגעוויזען

איין זאך וואס איך בענק זיך איז די אחדות וואס האט דאן געהערשט און אמעריקא נישט געווען קיין רעפובליקאנער אדער דעמאקראטען נאר אמעריקאנע

וואס נאך איך געדענק איז די שמועות וועגן א הצלה מעמבער וואס איז געווען געטרעפט און די פייער וואס בחסדי השם איז ער געראטעוועט געווארן און טוט נאך חסד און פארנומען צו העלפען קראנקע ביזן היינטיגען טאג ביז 120 געזונטערהייט

און מיט א קלאפ און די פלייצע זאג איך מיט א גראדע ריקען פאר אסאמא בין לאדין ימש"ו צוריבן זאלן ווערן זיינע ביינער, שוין 3 יאר וואס די וועלט איז ריין פון דיר, דיין עקעלדיגע ארעגענזאציע על קאידע איז מצטמק ויפה לה און אמעריקא בליעט

God bless America
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:40 pm

עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:59 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.

מצד שני, מיט כוסעין אלס פרעזידענט וואלטן מיר נישט געליטן פון אייסיס, מיט בוש'ס גאנצע 'שטארקייט' (ליין, רעליגיעזע פאנאטישקייט, געאפאליטיק אומבאהאוונטקייט) האט זיך אמעריקע נוקם געווען אין סעקולארן טיראן סאדאם, וואס האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיטן רעליגיעזן עקסטרעמיסט בין לאדין, אל קאידא, און דעם אטאקע אויפן אמעריקאנעם היימלאנד,
מיט סאדאם אויפן בענקל וואלט 'אייסיס' געווען ווייניגער מעגליך ווי 'אייסעס' אינעם סאהארא מדבר,
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:11 am

מיינע הרגשים איבער דעם 9/11 מעמאריעל מיוזעאם קענט איר זעען דא...

viewtopic.php?p=207351#p207351
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2425
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6788 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:40 am

.
בייגעלייגטע פיילס
10687180_371699922987436_6941444892997100180_n.jpg
10687180_371699922987436_6941444892997100180_n.jpg (48.87 KiB) געזען געווארן 3157 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:15 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:עס כאפט א שוידער אז ווער עס וויל עס געדענקן מוז זיין לכל הפחות 20-25 יאר אלט, וואס דעמאלס איז ער געוועהן כאטש 7-10 יאר אלט.

דער שמועס אין דער מקוה היינט צופרי איז געוועהן ווי אזוי וואלט אבאמא רעאגירט, נאך איין מזל ס'געוועהן בוש. אוי ווען ער איז געוועהן האבן מאנכע און עטליכע פון אונז איהם פיל אונטערגעשאצט, לעומת באראק הוסעין אובאמא איז ער געוועהן גאלד און ארויס געוויזען מורא'דיגע שטייפקייט. איז בוש נישט געוועהן דער בעסטער רעדנער וואס האבן אונז פון אבאמא'ס טעלעפראמטער.

מצד שני, מיט כוסעין אלס פרעזידענט וואלטן מיר נישט געליטן פון אייסיס, מיט בוש'ס גאנצע 'שטארקייט' (ליין, רעליגיעזע פאנאטישקייט, געאפאליטיק אומבאהאוונטקייט) האט זיך אמעריקע נוקם געווען אין סעקולארן טיראן סאדאם, וואס האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיטן רעליגיעזן עקסטרעמיסט בין לאדין, אל קאידא, און דעם אטאקע אויפן אמעריקאנעם היימלאנד,
מיט סאדאם אויפן בענקל וואלט 'אייסיס' געווען ווייניגער מעגליך ווי 'אייסעס' אינעם סאהארא מדבר,


בעצם ביסטו גערעכט, אז ס'וואלט בעסער געווען ווען נישט. אבער ס'איז זייער קאנוויניענט צו קומען לאחר המעשה זאגן אז ס'געווען א טעות, ווען אין פאקט, זענען אלע אלע! געווען ביי די מיינונג אז "סאדאם מוז פליען". ווער ס'געדעקנט, פראנקרייך האט זיך געטרויעט צו זאגן א ווארט אקעגן דעם, און פראנצויזישע וויינען זענען באיאקטירט געווארן, " פרענטש פריי'ס" האט באקומען דעם נאמען " פרידאם פריי'ס".

צו בוש האט בעצם געוואוסט אז די "כעמישע וואפן באריכטן" האט נישט געהאט קיין שום האפט אין ריאליטעט, לאזט זיך שפעקולירן אנע זיכערע החלטות. אבער ס'נישט אויסערארנטליך אים צו געבן די יתרון הספק אז ער האט געהאנדלט מיט אמת'דיגקייט לפי המצב. יא איך פארשטיי אז די קאמאנדאר אין טשיף איז ריספאנסעבל נישט קיין חילוק וואס, אבער דאס איז בלויז א סלאגאן, און נעמט נישט צו דעם לימוד זכות.

נ.ב. איך בין ווייט נישט קיין חסיד פון די ראש/שאון/לעווין טרייאו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 pm

א בריוו/צוואה פון בין לאדין צו זיין ווייב יעצט ארויסגעגעבן

איך ווייס נישט ווי עס צו לייגען לייג איך עס דא


(@כוכב)
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (174.31 KiB) געזען געווארן 2941 מאל
image.jpg
image.jpg (164.06 KiB) געזען געווארן 2941 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2353 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך שמערל » מיטוואך מאי 20, 2015 1:02 pm

@יואב, אפשר קענסטו איבערגעבן די קאמענטארן דערויף פינעם איסלאמישן קאווע שטיבל?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג יולי 26, 2015 8:39 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:53 pm

איך בין געגאנגען זוכען דעם מלך בשדה, אט זענען עטליכע זכרונות פונעם נייעם ווארלד טרעיד סענטער.

בילדבילדבילדבילדבילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ונבנתה העיר אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:56 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:53 pm

בילדבילדבילדבילדבילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:54 pm

בילדבילדבילדבילדבילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 4:54 pm

בילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

Re: היינט איז סעפטעמבער עלעווען

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:14 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט