היינט איז סעפטעמבער עלעווען

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

היינט איז סעפטעמבער עלעווען

שליחה דורך כוכב »

היינט איז סעפטעמבער עלעווען. איינס פון די טרויעריגסטע און שאקירנסטע טעג אין מענטשליכער היסטאריע און וועלטליכער געשיכטע. דער בלוט דורכעגעווייקטער טאג ווען 19 יונגע בארבארישע איסלאמישע פאנאטיקער האבן פרייוויליג אויפגעגעגעבן אויף זייער לעבן צו פארווירקליכן אן אומגלויבליכן אקט פון שלעכטס וואס וואלט נישט געקענט פארגעשריבן ווערן אין וויסטן טרוים.

13 יאר זענען שוין פארביי און דער מוח איז נאך אלץ נישט אומשטאנד צו פארדייען וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט אין יענעם ביטערן טאג. די קריעטיוויטעט פון רשעות, די אויסגעשפראכנקייט און ברוטאליטעט פון בלוט-דורשט, און די ווייטגרייכנדע נאכפאלגן דער טאג האט געברענגט, טוישנדיג די נאאיווע פון דער וועלט אויף אייביג און אלעמאל.

נישט אין א ווייטן דריטן-וועלד-לאנד, אן אמבאסאדאר אין די מרחקים, נאר עמי בבית, אין סאמע נערוו-צענטער פון דער אמעריקאנער עקאנימשער הויפט-שטאט, אין צענטער פון וועלטס ביזנעס האנדל, האט אמעריקא געצאלט דעם טייערן פרייז פון טויזנטער אומשולדיגע לעבנס, וועלכע זענען גרויזאם אוועקגעשניטן געווארן אין א צייט אפשניט פון אייניגע מינוט, פארנט פון די אויגן פון ביליאנען צוקוקער, וואס האבן מיטגעהאלטן מיט צווייפל ווי די צוויי פאררויכערטע געביידעס האבן לאנג נישט געקענט אויסהאלטן דעם דרוק, און האבן זיך צוזאמענגעלייגט ווי שפילעכלעך, פארגייענדיג אין רויעך, אש און פארע.

דעספארע און פארצווייפלונג האט געקריגן נייע אומבאגרייפליכע באגריפן, ווען צענדליגער מענטשן זענען אראפגעשפרינגען צו זייער אומפארמיידבארן טויט. אין נויט פאר אן אטעם פון פרישע לופט, האבן זיי געדארפט וועלן צווישן א פיינפולער און לאנגזאמער טויט אדער א שנעלער און ספאנטאנישער טויט אויף דער אייגענער האנט. זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אויף זייער בלוט.

די וועלטס מאכטפולסטע און רייכסטע רעגירונג פון אלע צייטן איז פארכאפט געווארן אין טאטאלער שאק, די מעכטיגע פאראייניגטע שטאטן איז אראפגעברענגט געווארן צו אירע קניען.
דער פרעזידענט האט געדארפט לויפן גלות אין די הויכע ספערן און רוימען נישט טרעפנדיג קיין גאראנטירטן און פארזיכערטן מקום מנוחה אויפ'ן גאנצן ערד-קוגל.

אמעריקא האט זיך געלייגט יענע נאכט צו א נייער שווארצער רעאליטעט, ווערנדיג ארויפגעצווינגען מיט אן ענדלאזער קאמף קעגן דעם אקס פון שלעכטס וואס וועט אלעמאל מוזן עקזיסטירן. א מלחמה וואס נאר איר שטענדיגער אנוועזנהייט קען איר באצייכענען סוקסעספול.
ווי א שטראל אין דער פינסטערניש איז עס געווען די אפענע השגחה פרטית, אז די הונדערטער הצלה וואלונטירן וואס זענען אנגעקומען אויף דער סצענע זענען אנגעזאגט נישט אריינצוגיין אין די ברענעדיגע געביידעס און אזוי ארום האבן זיי בחסדי ה' אויסגעמיטן פון ליידן טראגישע פאטאלן.

13 יאר פארביי און דאך אזוי פריש און מיינע זכרון קעמערלעך. וואו איך בין געשטאנען ווען קענעדי איז געשאסן געווארן פרעגט מיר נישט ווייל מיינע עלטערן זענען נאכנישט געווען געבוירן. אבער די אטאקע אויף די טווין טאוערס וועט אלעמאל בלייבן ביי מיר פריש איינגעקריצט אין זכרון ווי עס וואלט ווען היינט פאסירט. איך וועל דאס אלעמאל געדענקען. אלס געטרייע בירגער וואס זארגן פאר שלומה של מלכות, ליגט אויף אונז דער פליכט און חובה צו געדענקען דעם טאג און אינזין האבן אונזער לאנד און אונזערע געבעטן אז דער אלמעכטיגער זאל איר היטן פון אלעם בייזן.

עס איז קאמיש צוריקצוטראכטן די אומוויסנהייט און דעמאראליזאציע עס האט דאן געהערשט אין די אידישע גאס. אויב איז די אלוועטליכע גאס געווען פארכאפט אין פאניק און שאק, איז עס ביי אונז געווען -- אין א געוויסן זין -- פיל ערגער. אומצאליגע דמיונות און פאנטאזיעס האבן זיך געדרייט פון מויל צום אויער און האט נאר צוגעגעבן צו דער כאאס און אנגסט.
ווי קעץ האבן מיר זיך געדרייט אין ישיבה ארום דעם פאבליק טעלעפאן און גערופן טעל מי איינמאל און נאכאמאל... אהיימקומענדיג בין איך נישט קיין סאך קלוגער געווארן ווייל מיין מוטער האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די ראדיא טאשנאלן אויף אונזער צעבראכענער טעיפ רעקארדער.

אין א קאמישער אנעקדאט דערמאן איך מיך וואס אבי גערעדט האט געשריבן אין א שכינות'דיגן אשכול:

אבי גערעדט האט געשריבן:איך (און מסתם אויך אסאך אנדערע) האב שוין אסאך מאל זיך פרובירט פארצושטעלן וויאזוי קול מבשר וואלט אויסגעקוקט יענעם ביטערן טאג פון 9/11 אויב קאלמעוואסער וואלט שוין דאן עקזיסטירט.
קודם וואלט געקומען א טריקענע באריכט אויפן בולעטין קנעפל אז באריכטן קומען אריין איבער א פליגער אינעם טורעם, דרעזנער וואלט גלייך געהאט דעם הצלה קאארדינעיטער מיטן חב"ד רב פון לאוער מאנהעטן אויפן אידישן ווינקל, דאן וואלט אריינגעקומען נאך און נאך שאקירנדע נייעסן, נו ווער האט דא א גוטן כח הדמיון אראפצולייגן וויאזוי ער וואלט עס געקאווערט? אפשר מאראנצי די אליין?


עס איז שוין היינט אנדערע צייטן. די וועלט איז קליין-דארפיש און אלעס קומט אן איבעראל. די אטאקע אויף דער צווייטער טווין טאוער געביידע ווערט באצייכנט אלס דאס מערסט-דאקומענטירטע געשעעניש אין דער היסטאריע ווען די קאמערעס פון יעדער נייעס סטאנציע איבער דער וועלט האבן דאס פילמירט. אפילו פונעם ערשטן עראפלאן איז מערקווירדיג פארבליבן א רעקארדירונג, דורך א ווידעא קאמערע וואס איז פערצופאל געווען געוואנדן אהין.
ווי אנדערש וואלט געווען היינט ווען -- חס מלהזכיר -- אזא זאך זאל זיך איבער'חזר'ן. עס איז היינט א לעבן פון "עין רואה" יעדער מענטש פארמעגט א מאשינקע אין דער קעשענע. עס וואלט לכאורה נישט געהערשט אזא צעמישעניש ווי אין די ערשטע מינוטן ווען באריכטן האבן זיך סותר געווען איינס מיט'ן צווייטן, און יעדע דעטאל פון די אטאקעס וואלטן פילמירט דורך די מיליאנען צושויער.

זאל דאס בלוט פון די אומשולדיגע אלעמאל זידן, מיר וועלן פון זיי קיינמאל פארגעסן, ונקיתי דמם לא נקיתי.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר