דער פולמוס פון די רמח"ל און שבתאות

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

דער פולמוס פון די רמח"ל און שבתאות

שליחה דורך הוגה »

[justify]אונזער טייערע פריינט הרב [tag]שלום_זכר[/tag] האט - צווישן די ארטיקלן וואס ער ער האט געטיילט מיטן עולם - געלייגט אן ארטיקל וואס רופט זיך "אגרת חדשה מפולמוס רמח"ל: רבני ויניציה לר"מ חגיז". דאס האט מיר דערמאנט אז שוין א לאנגע צייט וואס איך האב געזוכט צו טרעפן חומר צוזאמגענומען איבער דער פולמוס פון די רמח"ל און שבתאות.

יעדער איינער פארשטייט אז עס איז נישט געווען איבער די נושא צו שבתי צבי ימ"ש איז געווען משיח אדער נישט, און אוודאי איז נישט געווען א חשש אין די רמח"ל'ס אמונה ח"ו. די נושא איז געווען איבער ספרי ותורתו של הרמח"ל, צו ער האט געהאט די זעלבע שיטות ווי שבתי צבי און נתן העזתי אדער נישט. אסאך פון די דעמאלטסדיגע רבנים האבן געהאלטן אז יא און זיי האבן מחרים געווען די רמח"ל און זיינע ספרים. אבוויעסלי, אין אונזערע קרייזן איז די רמח"ל געווען אנגענומען און מען האט אסאך געלערנט מסילת ישרים, אבער זיינע אנדערע חיבורים זענען נישט געווען אזוי פארשפרייט משום איזה סיבה. לויט ווי איך געדענק האט די רמח"ל געשריבן ספר קנאת השם צבאות אקעגן שבתי צבי. איך האב געזוכט צו טרעפן ערגעץ וואו די גאנצע פרשה איז פיין צוזאמגענומען פון ביידע צדדי הפולמוס, מסודר אויף אן אופן אז מען זאל עס גוט קענען פארשטיין, כ'האב אבער דערווייל נישט געטראפן. איך ווייס אז תשבי און אנדערע האבן געשריבן דערוועגן. איך מיין אז עס איז צייט אז די חברי וחכמי השטיבל זאלן אביסל צונעמען און אויסקלארן דער פארנעפלטע פרשה.

וואס פונקטליך איז דא פארגענגאנגן?
וואס האט די רמח"ל געשריבן וואס איז ענליך צו וואס שבתי צבי און נתן העזתי האבן געשריבן?
האט ער טאקע געהאלטן פון שבתי צבי?
וואס האבן זיינע פארטיידיגער געזאגט דערוועגן?
וואס האט געמאכט אז זיינע קעגנער זאלן זיין אזוי זיכער מיט זייער שיטה עד כדי כך אז זיי האבן אים גענצליך מחרים געווען?
האט די רמח"ל געהאט תקופות וואס ער האט געהאלטן אנדערש?


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר