אראומע #2 - ווען אמעריקע האט געבלוטיגט נאך ברויט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

אראומע #2 - ווען אמעריקע האט געבלוטיגט נאך ברויט

הודעהדורך ארכיוויסט » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 7:25 pm

"מענטשן זענען געגאנגען צו די מיסט קאסטענעס אויפ'ן גאס זוכן עפעס צו עסן, אבער דארט האבן זיי אויך גארנישט געפינען, וויבאלד ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל ארויסווארפן איבריגע עסן..."

ווען די אמעריקאנער באפעלקערונג האט געבלוטיגט נאך א שטיקל ברויט

הר"ר חנא לייב גאלדשלאג הי"ו דערציילט זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן ביים גלאבאלן עקאנאמישן קריזיס פון 929', באקאנט אלס "די גרויסע דעפרעסיע", ווען מיליאנען איבער דער וועלט זענען געבליבן ארבעטסלאז און אן קיין דאך איבערן קאפּ




די רעסעסיע פון 2008-9 וועט לויט פילע עקספערטן אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס איינע פון די ערגסטע און שווערסטע עקאנאמישע צוזאמברוכן אין דער מאדערנער היסטאריע. בענק פאלן אונטער; פירמעס שליסן די טירן און יעדער פריוואטער בירגער פילט דער שווערן מצב ביי זיך אין בערזל.

ווינציגער ווי דריי יאר פריער האט געהערשט אן אומגעהוירע שפע ביי דער אמעריקאנער באפעלקערונג. יעדער יונגערמאנטשיק וואס האט נאר געטראכט פון "ביזנעס" אדער "געלט" איז באלד געווארן א פארמעגליכער בעל הבית, זיך איינגעהאנדעלט א לוקסוריעזע אויטא און זיך איינגערישט אן עלעגאנטן אפיס באצירט מיט טייערע מעהאגיני מעבל, אזאנס וואס אפי' א לאנגיעריגער אדוואקאט וואלט זיך נישט ערלויבט... און גלייך דערנאך, יא, זיך גענומען "פליפּן" הייזער ווען הויפענעס גרינע דאלארן פליסן אריין אין זיין באנק-קאנטע.

"נדיבים" און "נגידים" זענען ארויפגעשווימען ווי שוועמל נאך א רעגן. יעדער וואס האט געלעכצט נאל אביסל אויפמערקזאמקייט האט מיט אן איידעלן שטומע גע'שנדר'ט ביים אפענעם ספר תורה א שיינעם אלפ'ל און באלד זענען די ווענט פון בית המדרש און די געלע בלעטער פון די היימישע צייטונגען, באשמירט געווארן מיט הערצליכע "חכם לב יקח מצוה"-אנאנסן, בעטנדיג פון צווישן די ווערטער א פרישע נתינה...

אבער די רחבות און געלט שפענדערייען זענען געקומען צו א האסטיגן אפשטעל. צו ערשט האט דער "ריעל-עסטעיט" מארקעט גענומען זינקן ווי בליי אין וואסער, דאס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א ווילדן גליטש אויף אראפ ביים "סטאק-מארקעט", דערנאך האבן די בענק זיך גענומען קאלערן אראפ די שיפע שטיגן, און די רעזולטאטן דערפון האבן נישט געשפעטיגט צו קומען ביי דער באפעלקערונג; הונדערטער טויזנטער מענטשן האבן זיך פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן געטראפן אן קיינע פרנסות.

יעדער פון צווישן אונז אן אויסנאם האט געשפירט דעם יעצטיגן עקאנאמישן קראך, סיי ביי די ארבעט און סיי ביי די פריוואטע-פאמיליע לעבן. דער פארנומענער ביזנעסמאן וואס האט זיך ביז צוויי יאר צוריק געפונען אויף דאטשע יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, וועט זיך היינט נישט ערלויבן מער ווי א מאגערע וואקאציע איינמאל א יאר; דער אויסגעהארעוועטער ארבעטער וועט שוין טראכטן צוויי מאל פאר ער שרייבט אונטער א נייעם דינג-אפמאך מיט אן אויטא פירמע, און דער כולל יונגערמאן וועט נישט קויפן יעדן פראדוקט וואס ער באגעגנט אין שפייז-קראם.

פילע פון אונזערע קרייזן וועלן טראכטן אז דאס וואס מיר לעבן יעצט איבער איז דאס ערגסטע וואס די אמעריקאנער באפעלקערונג האט נאר אמאל געזען. די מער געלערנטע, די אזוי-גערופענע היסטאריע-קענער, וועלן וויסן אנצוצייגן אז מיר לעבן פון פריש איבער די "גרויסע-דעפרעסיע" אדער גאר ערגער פון דעמאלט. אבער אין פאקט האט די פאראייניגטע שטאטן, אין 929', דורכגעשוויצט א פיל ערגערן קריזיס ווי איצט. פאר בלויז אכציג יאר צוריק האבן אמעריקאנער געבלוטיגט נאך א שטיקל ברויט אין פולן זין פון ווארט, און די וואס האבן דאס אויך נישט געהאט זענען ליידער אויסגעגאנגען פון הונגער אינמיטן דער גאס.

די "גרויסער דעפרעסיע", וואס האט זיך אנגעפאנגן אום 929', איז געווען דאס ערגסטע עקאנאמישע קריזיס אין דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט. די "סטאק מארקעט" האט פון איין מינוט צום צווייטן פארלוירן איר גאנצן ווערד, און צענדליגער טויזענטער אינוועסטירער האבן ארויס גענומען זייער גאנצער געלט פון דער בערזע, פירנדיג צו א היסטארישער סטאק-פארלוסט. בענק האבן געקראכט רעכטס און לינקס, און טויזענטער פריוואטע ביזנעסער האבן זיך טעגליך געדארפט שליסן. מיליאנען אמעריקאנער האבן זיך געדרייט אן קיין ארבעט און הונדערטער טויזענטער האבן זיך געפינען אן קיין דאך איבער'ן קאפ.

"מיינע עלטערן האבן פשוט נישט געקענט צאלן דירה-געלט פאר זייערע באלעבאטים," זאגט אונז אן עלטערער אמעריקאנער איד וואס זיינע עלטערן זענען געווען היבש פארמעגליך אין די יארן פאר דער דעפרעסיע. "זיי האבן יעדן חודש געפאקט פעק און זיך געלאזט זוכן א נייע דירה וואו איבערצושלאפן דעם קומענדיגן מאנאט!"


די פעטע יארן קומען צו אן ענדע
פונקט ווי די יארן פאר דער יעצטיגער רעסעסיע, האט אויך דאן, אין די 920'ער יארן, געהערשט א געוואלדיגע ברייטקייט ביי דער באפעלקערונג. יעדער שמויגער וואס האט נאר געוואלט מאכן א גרינגן דאלאר האט זיך אריינגעשטיפט אינעם איבערגעפילטן זאל פונעם "ניו יארק סטאק עקסטשעינזש" און אנגעהויבן האנדלען אין דער בערזע מאכענדיג אבנארמאלע ברייטע רווחים. אזוי ווייט איז עס געגאנגען אז מענטשן זענען ארומגעלאפן בארגן געלט ביי פריינד און באקאנטע און דערנאך געלאפן צום סטאק מארקעט עס בלינדערהייט איינשטעקן וואו ס'לאזט זיך נאר.

די צוואנציגער יארן זענען באקאנט מיט די פילע טעכנאלאגישע ערפינדונגען וואס זענען דאן ערשינען, דאס האט געפירט אז די סטאקס פון די באטרעפענדע פירמעס זענען טעגליך געשטיגן מיט גרויסע פראצענטן, און פילע אמעריקאנער האבן געזען אין דעם א גאלדענע צוקונפט צו לעבן א גרינגען און ברייטן לעבן.

אפילו די אומגעלערנטע בירגער האבן זיך געטראפן זייער פלאץ אויף וואל-סטריט. לויט א "טיימס" ארטיקל אין איר מאגאזין פון מערץ 24, 929', האבן דייקא די ווייניגער געלערנטער און נישט איבערגעטראכטע מענטשן פארדינט דאס מערסטע געלט. לויט ווי זיי שרייבן איז "דאס האנדלען אויפן סטאק-מארקעט געווארן א הויפט-אמעריקאנער צייט-פארברענג. און ס'איז א פאקט אז די ווייניגער געלערענטע מענטשן האבן געמאכט דאס מערסטע געלט אויפן סטאק-מארקעט די לעצטיגע מאנאטן, די נישט איבערגעטראכטע וואס האבן ווילדערהייט איינגעשטעקט אין פלעצער פון וואנעט קליגערע זענען אנטלאפן, האבן זיך געפּאקט די טאשן מיט הויכע פארדינסטן."

די רואיגע וואסערן פונעם האדסאן זענען אין יענע יארן פארפלייצט געווארן מיט הונדערטער לוסט-רייזע און יאכט-שיפן, פירענדיג אויף זיך יונגע ביזנעסלייט וואס האבן נאר נעכטן אריינגעטרעטן אינעם סטאק-עקסטשעינזש און שוין אנגעהויבן פארדינען פאנטאסטישע סומעס.

קרעיג מיטשעל, זון פונעם דעמאלטסדיגן פרעזידענט פון "נעשאנעל סיטי באנק" טשארלי מיטשעל, האט לעצטענס דערציילט אין אן אינטערוויו איבער זיין טאטנס יאכט-פּארט ביי די ניו יארקער ברעגעס, וואו רייכע לייט פלעגן אנקערן זייערע לוקסעריעזע שיפן און פון דארט פלעגט מען זיך אויך ארויסלאזן אויף שווענדערישע לוסט-רייזעס. לויט ווי ער זאגט האט זיך אין די צוואנציגער יארן אנגעזען א דראסטישע העכערונג אין פריוואטע שיפלעך, וואס זענען געפירט געווארן דורך יונגעלייט אדער נעכטיגע לא יצלח'ן וואס זענען איבערנאכט רייך געווארן פונעם אלגעמיינעם שוואונג אויפ'ן סטאק מארקעט.

פונקט ווי פאר די יעצטיגע קראך איז דער שוואנג געווען ביים "ריעל עסטעיט" מארקעט, איז דער שוואונג דאן געווען געריכטעט קיין וואל-סטריט. לויט א "טיימס" באריכט פון יענע טעג האבן זיך פון 927' ביז'ן קראך געמערט די מעקלען-אקאונטס אויפן סטאק-מארקעט מיט איבער דאפעלט, וויבאלד יעדער אמעריקאנער וואס האט געוואלט אריינטרעטן אין ביזנעס האט זיך א לאז געטון צו דער בערזע זוכנדיג זיין גליק.


עס בלאזט זיך אויף א "בּאָבּל"...
יעדע קליינע פירמע וואס האט אויסערליך אויסגעזען ווי ס'מאכט געלט איז פון איין טאג צום צווייטן געגאנגען פובליק אויפ'ן סטאק-מארקעט. און ווי מאדנע ס'הערט זיך, האבן די אינוועסטירער געהאט א בלינדן צוטרוי אין יעדן נייעם פראיעקט מט א פראפעסיאנאלן אויסקוק, אן זיך געהעריג אינטערעסירן אויב עס איז נישט קיין שווינדל אדער פשוט'ע בלאף.

דאס האט געפירט צו די אנהויב פון א מעכטיגן "סטאק-מארקעט בּאָבּל" אויפבלאזנדיג פשוט'ע פירמעס וואס האבן נישט געהאט קיינע ערנסטע פארמעגנס און זיי פארוואנדלט אין מעכטיג-אויסזעענדע ביזנעס-ריזן, נאר צוליב דעם וואס די אייגענטימער פון דער פירמע האט 'פארזיכערט' פאר'ן אינוועסטירער אז דאס געשעפט מאכט געלט.

(ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אנדערש ווי היינט איז דאן נאכנישט געווען קיין פעדעראלע אגענטור מיט אירע ספעציעלע געזעצן וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן באשטעטיגן דעם אמת'ן ווערד פון יעדן ביזנעס וואס האט פרובירט ארויפצוקומען אויפ'ן סטאק מארקעט. נאר די אייגענטימער פון יעדן אינדיווידועלן ביזנעס האט איבערגעגעבן א באריכט פון זיינע איינקונפטן און די אינוועסטירער האבן אים געמוזט גלייבן אויפ'ן ווארט אז טאקע אזוי סך געלט לייזט ער... און ווי אויבן געשריבן, האבן אזוי סאך ווי אכציג פראצענט אמעריקאנער געהאנדלט אויפ'ן סטאק מארקעט, וואס דאס רוב מנין ובנין דערפון זענען געווען אומגעלערענטע מענטשן, וואס דאס האט געפירט אז די באלעבאטים פון פובליק פירמעס האבן נישט געהאט קיין גרויסער פראבלעם צו 'איבערצייגן' די אינוועסטירער אז ביי זיי, און נאר ביי זיי, וועט מען מאכן געלט און ס'לוינט זיך איינצושטעקן ביי זייער פירמע...)

וואס אן אמת האבן שוין פילע עקאנאמיסטן פאראויס געזאגט די סטאק-מארקעט קאטאסטראפע עטליכע יאר פאר דעם קראך. אלעקסאנדער נאיעס, דער "טיימס" פינאנציעלער שרייבער און דער רעספעקפולסטער פינאנציעלער זשורנאליסט פון דער עפאכע, האט שוין אזוי פרי ווי נאוועמבער 15, 925' אפגעשריבן א באריכט ווארענענדיג די פעדעראלער רעגירונג אז די אומפאראנטווארטליכע וואל-סטריט שפעקולאנטן פירן די אמעריקאנער עקאנאמיע גראד אריין אין דער ערד. אבער יעדער האט געלאכט פון אים... ווילאנג ס'איז דא וואס צו עסן, מען איז איינגערישט מיט די באקוועמסטע לוקסעס, טראכט קיינער נישט אז עס קומט א מארגן.


וואל-סטריט אין פאניק
אום 929' איז דער האנדל אויפ'ן סטאק מארקעט געקומען צו איר העכסטע שטופּע. די "דאַו" איז גאר שנעל געשטיגן און די אפטימיזים ביים אמעריקאנער פאלק אז די יעצטיגע ברייטע עקאנאמישע צושטאנד איז א פערמינענטער און די וועלט וועט מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין ארעמקייט און הונגער, האט נאר געשטיפט נאך מענטשן איינטיילצונעמען אינעם טעגליכן סטאק-האנדל.

און דער באבעל איז געווארן גרעסער און גרעסער... ביז עס איז קלאר געווארן אז א קראך איז אומפארמיידבאר.

דאנערשטאג, אקטאבער 24, 929', אדער ווי עס איז בעסער באקאנט אין דער היסטאריע פון וואל-סטריט אלץ דער "שווארצער דאנערשטאג", האט זיך אנגעהויבן אנצוזען די ערשטע צייכענס פון א סטאק-מארקעט קראך וואס ריקט זיך אונטער מיט א שנעלקייט. די טאג אויף וואל סטריט האט זיך אנגעהויבן מיט שווערע פארלוסטן פאר די צענדליגער טויזענטער בייטערס און מעקלערס פונעם "ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש".

די מארקעט האט זיך געעפענט יענעם טאג מיט גאר שלעכטע באריכטן איבער דעם פינאנציעלן צושטאנד פון די פירמעס אין וואס יעדער האט אזוי שטארק געגלייבט ביז עטליכע שטונדן צוריק, דאס האט געפירט אז די אינוועסטירער האבן פארלוירן קאנפידענץ אין די צענדליגער פובליק פירמעס און באלד אנגעפאנגען צו פארקויפן זייערע סטאקס פון די א.ג. שוואכערע באנדס.

און אז די קליגערע טוען עפעס זענען שוין די אנדערע נאכגעטאנצען בלינדערהייט, אזוי אז דער אטמאספערע אויף וואל סטריט איז יענעם טאג געגאנגען אינעם שוואונג פון פארקויפן די אנגעזאמעלטע סטאקס, ווייל אט אט גייט אלעס קראכן און מען וועט בלייבן מיט גארנישט.

די כאַאָס צושטאנד אויף וואל סטריט יענעם טאג איז אומבאשרייבליך. לויט רעפארטערס אויפ'ן ארט, זענען אינוועסטירער אנגעטאן מיט טייערע אויסגעביגעלטע אנצוגן ארום געלאפן ווי אראפ פון זינען פרובירענדיג צו פארקויפן זייערע סטאקס וואס זיי האבן נאר נעכטן איינגעהאנדלט מיט אזויפיל חשק.

מיט יעדער שטונדע וואס איז פארביי האבן זיך פארשפרייט מער און מער קלאנגען איבער אנדערע פירמעס וואס האבן איינגענארט די וואל סטריט אינוועסטירער איבער זייער אמת'ן פינאנציעלן סטאטוס. מענטשן איבער'ן גאנצן לאנד וואס האבן פארמאגט עטליכע דאלאר אין סטאקס זענען באלד צוגעלאפן צום נענסטן טרייבל בעטנדיג די וואל-סטריט קלוירקן זאלן מוחל זיין און שוין פארקויפן זייערע שעירס בעפאר ס'איז צו שפעט.

אום איינס אזייגער מיטאג האבן זיך צענדליגער וואל-סטריט באנקירער צוזאמגעקומען אויף א דרינגענדן זיצונג צו זען וואס ס'קען נאך געטאן ווערן צו ראטעווען דעם מצב. צווישן די אנוועזנדע האבן זיך דערקענט אזעלכע פראמינענטע פיגורן ווי טומאס לאמאנט, דער פירער פון "מארגאן" באנק; אלבערט וויגין, פירער פון "טשעיס נעשאנעל באנק" און טשארלס מיטשעל, דער פרעזידענט פון "נעשאנעל סיטי באנק". זיי האבן איינשטימיג אויסגעקליבן ריטשארד וויטני, דער וויצע פרעזידענט פון די ניו יארק סטאק עקסטשעינזש צו נעמען דעם פארצווייפלטן צושטאנד אונטער זיין אויפזיכט.

די דריי רעספעקטפולע באנקירער האבן אויפגעמאכט זייערע געלט ארסענאלן פאר וויטני אז ער זאל זיך קענען פריי באוועגן און טאן וואס אימער ס'פארלאנגט זיך צו סטאביליזירן דעם מארקעט. וויטני האט מיט דעם געלט אפגעקויפט א גרויסן קוואנטום סטאקס פון דער אייזן-אינדוסטריע, וואס האט דאן געהייסן אלץ א גוט-גייענדע און פארזיכערטע געשעפט, און עס ארויסגעשטעלט צו פארקויפן פאר די פארצווייפלטע שפעקולאנטן.

גלייך ווען עס איז ארויסגעקומען די נייעס אז ריטשארד וויטני האט צו פארקויפן "פארזיכערטע" סטאקס פאר ביליגע פרייזן האבן זיך טויזענטער אינוועסטירער א לאז געטאן צום פארקויפונגס טישל און בלינדערהייט געקויפט ווילאנג ס'איז נאך געווען.

דורכאויס די נאכמיטאג שטונדן האט די "דאַו" צוריקבאקומען רוב פון איר ווערט א דאנק וויטני'ס געניאלן איינפאל. אבער ווי איר וועט שפעטער ליינען איז דאס נאר געווען א צייטווייליגער טרייסט, וויבאלד די ריכטיגע קראך האט זיך נאך קוים אנגעהויבן.


דער שווארצער דינסטאג
דער פאקט אז די אנטוויקלונגען אויף וואל-סטריט איז ברייט באריכטעט געווארן אין די נאציאנאלע פרעסע האט נאר פארערגערט די פארלוירנקייט און פאניק וואס האט ארומגענומען די וואל סטריט אינוועסטירער.

ביי יעדן צייטונגס קיאסק, ביי יעדן ביידל און שענק, איז דאס געשפרעך פון טאג געווען איבער'ן שווערן דאנערשטאג וואס די סטאק מארקעט האט נארוואס מיטגעמאכט. וויבאלד די מידיא-אינסטרומענטן זענען דאן געווען זייער באגרעניצט, האבן די אלצווייסער און מויל-מאכער פארשפרייט פארפירערישע באריכטן וואס האט נאר צוגעהאלפן אנזייען כאאס און פאניק צווישן די עטליכע וואס האבן זיך נאך באוויזן צו האלטן רואיג דורכאויס די גאנצע סומאטאכע. אזוי אז ווען די סטאק מארקעט האט זיך צוריק געעפענט דעם קומענדיגן מאנטאג, נאך זייער סוף-וואך וואקאציע, האט דער ריזן גרויסער "עקסטשעינדזש" זאַל אויסגעזען ווי א בלוטיגע שלאכט-פעלד.

קלאנגען זענען ארום געגאנגען צווישן די אינוועסטירער אז ס'איז נישט דא מער קיין איין מעגליכקייט צו פארדינען געלט אינעם סטאק מארקעט, יעדער האט נאר פרובירט צו פארקויפן זיינע סטאקס און ראטעווען וואס ער קען נאך.

הארעס סילווערסטין, וואס האט דאן געדינט אלס א ניו יארק סטאק עסטשעינדזש טעלעפאן קלוירק, דערציילט איבער די פארצווייפלטע אריינרופער וואס האבן זיך געבעטן ער זאל ווי אומשנעלסטן פארקויפן זייערע סטאקס. "עס זענען דאן געווען צוויי סארט אפליקאציעס ביים האנדלען אויפ'ן סטאק מארקעט," האט סילווערסטין לעצטענס דערציילט אין אן אינטערוויו מיט דער "אמעריקען-עקספיריענס" צייטשריפט, "די שווארץ-קאלירטע, וואס האט באדייט אז מען וויל קויפן סטאקס, און די רויטע ווען מען האט פרובירט צו פארקויפן די שעירס. יענע מאנטאג און די נאכפאלגענדע דינסטאג האט מען נאר געזען מענטשן ארומלויפן מיט רויטע פאפירן זוכענדיג צו פארקויפן זייער טייל אין פירמעס אין וואס פילע האבן אזוי געגלייבט ביז א וואך פריער."

די "דאַו" איז יענעם טאג געפאלן אומאויפהערליך. יעדער אן אויסנאם האט פארלוירן כאטש א טייל פון זיין געלט, מענטשן זענען ארום געלאפן אויף וואל-סטריט נישט גלויבנדיג וואס ס'פאסירט צו זיי. "איז דאס מעגליך," האבן זיך מענטשן געפרעגט איינער דעם אנדערן זעענדיג ווי זייער געלט גייט אן קיין שום ווארענונג אין דר'ערד.

ווען דער מארקעט האט זיך געשלאסן מאנטאג נאכמיטאג האט דער "דאַו" פארלוירן א רעקארד פון 13 פראצענט, איבערלאזנדיג אונטער זיך פארביטערטע אינוועסטירער וואס זענען אומגליקליך געווארן איבערנאכט. צושויער אויפ'ן ארט דערציילן וויאזוי הונדערטער אינוועסטירער האבן פארלאזט וואל-סטריט יענעם מאנטאג אויפדערנאכט ווען טרערן פליסן פון זייערע אויגן וויסנדיג אז פון יעצט און ווייטער איז דער אמעריקאנער טרוים צו פארדינען מיליאנען אויפ'ן סטאק מארקעט געקומען צו א טראגישער ענדע.

דינסטאג אינדערפרי האבן זיך נאך פילע אינוועסטירער צוריק געקערט צום "ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש", דאס ארט וואו זיי האבן פארברענגט די פריעדיגע צען יאר אנפילנדיג די טאשן מיט הויפענס דאלארן, פרובירנדיג צו זען וואס ס'איז נאך געבליבן צו טאן און צו פארקויפן די איבערגעבליבענע סטאקס וואס איז שוין יעצט סייווי נישט ווערט געווען מער ווי עטליכע גראשן.

די שטימונג אויף וואל-סטריט איז געווען גאר געקלאפט, מענטשן האבן זיך ארום געדרייט מיט אראפגעלאזטע קעפ נישט רעדנדיג איינער מיטן צווייטן קיין ווארט. די געווענליכע איינגענעמע אטמאספערע מיט וואס וואל-סטריט איז געווען באקאנט ביז דאן, האט זיך איינגעטוישט מיט א בית-הקברות'דיגע איינזאמקייט, און א פארלוירענע פארצווייפלונג.

זעענדיג ווי די סטאק-מארקעט פאלט אן קיין אפשטעל, האבן עטליכע מיטגלידער פון די באקאנטע פארמעגליכע ראקעפעלער פאמיליע באשלאסן איינצוהאנדלען א גרויסע קוואנטום פון סטאקס און ווייזן דערמיט פאר'ן ברייטן פובליקום אז זיי האבן נאך א שטארקע קאנפידענץ אין וואל סטריט. אבער זייערע פרואוון האבן נישט געברענגט קיין פאזיטיווע רעזולטאטן; די אמעריקאנער באפעלקערונג האט שוין נישט געוואלט גלייבן אין גארנישט, יעדער איז געווען פארצווייפלט און אנטוישט.

יעדע פאר מינוט איז אנגעקומען פרישע נייעס איבער פילע פראמינענטע באנקירער און וואל-סטריט פיגורן וועלכע טאנצן אראפ צום טויט פון זייערע הויכע "ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש" ביוראען. אנדערע האבן זיך א לאז געטאן צו די שטאטישע געווירץ-הייזער זיך אנטרינקנדיג מיט גאלאנען אלקאהאל, פרובירנדיג אוועקצולויפן פון די שרעקעדיגע פאסירונגען וואס שפילן זיך יעצט אפ...

די "דאַו" האט יענעם טאג פאלוירן נאך 12 פראצענט, און נאך מער האט זי פארפאטשקעט די בלינדע צוטרוי וואס מיליאנען אמעריקאנער האבן געהאט אין איר די לעצטע פאר יאר. ביים ענדע טאג זענען 16 מיליאן שעירס פארקויפט געווארן, א רעקארד וואס איז נישט געבראכן געווארן ביז פערציג יאר שפעטער אין 968', און פערצן ביליאן דאלאר איז אפגעווישט געווארן ברענגנדיג די פארלוסטן פון אמעריקאנער ביזנעסער אין יענעם וואך אליינס צו דרייסיג ביליאן (מיט א בּית) דאלאר!

רובין קעין, א סטאק פארקויפער וועלכער האט זיך געפינען אויף וואל-סטריט יענעם ביטערן "שווארצן דינסטאג" זאגט אז אפילו נאכדעם וואס יעדער האט שוין רעאליזירט די שווערע קראך וואס איז דא פארגעקומען האט עס קיינער נישט געוואלט גלייבן. "יעדער וואס איז אנגעקומען צום סטאק-עקסטשעינדזש אין די יארן פאר 929' איז געווען פול מיט אפטימיזם אויף א גאלדענעם צוקונפט," דערציילט קעין. "ווען די קראך האט פאסירט זענען מענטשן ארום געגאנגען אויף וואל סטירט צעבראכן און פארלוירן ארויף קוקנדיג אויף די הויכע וואלקן-קראצערס צו זען ווער עס וועט זיין דער נעקסטער זיך צו נעמען דאס לעבן..."

קרעיג מיטשעל, דער זון פון טשארלעס מיטשעל, פרעזידענט פון "נעשאנעל סיטי באנק", דערציילט איבער זיין טאטנ'ס יוגענט-פריינד, רעגי וואטערבארי, מיט וועמען ער פלעגט שטענדיג טאן ביזנעס אין די יארן בעפאר די קראך, ווי אויך פלעגן זיי פארברענגען אינאיינעם ביי וואקאציעס און פאמיליע-צוזאמקונפטן. באלד נאכ'ן קראך האט טשארלעס מיטשעל באקומען א בריוו אין פאסט פון וואטערבארי וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד: "טייערע טשארלעס, יעצט ווען איך שרייב דעם בריוו דערמאן איך זיך צוריק די גוטע צייטן ווען מיר האבן געשמאק פארברענגט אינאיינעם אן קיין זארגן וואס דער מארגן וועט אנברענגען. אבער יעצט פארמירט זיך א נייע וועלט-ארדענונג, נייע צייטן קומען, צייטן פון פיין און ארעמקייט. איך פיל ווי איך וועל דאס נישט קענען אויסהאלטן. כ'בעט דיך טשארלס, זיך מיך נישט אין ערגעץ ווייל ווארשיינליך וועסטו מיך שוין מער נישט זען. כ'קען עס מער נישט אויסהאלטן."

ס'זענען טאקע נישט אריבער מער ווי אפאר טעג ביז די מידיא האט געמאלדן אז מען האט געטראפן רעגי וואטערבארי'ס קערפער אין אן איזאלירטן וואלד מיט א זעלבסטמארד נאטיץ, ארויס ברענגענדיג גענוי די זעלבע פונקטן ווי אין די בריוו וואס ער האט געשיקט צו טשארלס.

די אמעריקאנער באפעלקערונג האט זיך אויפגעוועקט דעם קומענדיגן פרי-מארגן, מיטוואך אקטאבער דעם דרייסיגסטן, צו די שרייעדיגע העדליינס פון די נאציאנאלע צייטונגען באריכטנדיג די שווערע קראך וואס האט באטראפן די אמעריקאנער פינאנציעלער פעסטונג אויף וואל-סטריט, און די ווייטגרייכענדע קאנסעקווענצן וואס דאס קען אנברענגען אויף די אמעריקאנער עקאנאמיע.

פאלגענד זענען עטליכע אויסצוגן פון דעם "ניו יארק טיימס" באריכט פון מיטוואך אינדערפרי אקטאבער דעם דרייסיגסטן:

"די נעכטיגע מארקעט-קראך האט גאר שווער באטראפן רייכע לייט, אינסטיטוציעס, אינוועסטמענט טראסטס, און יעדער ציווילער בירגער וואס האט אנטייל גענומען אינעם סטאק-האנדל. די רייכערע אינוועסטערס, וואס זייער סטאק האנדל ציילט זיך אין די הונדערטער טויזענטער שעירס, זענען געבליבן מיט כאטש א טייל פון זייער פארמעגן ביז די נעכטיגע "שווארצע דינסטאג", און די ארימערע אינוועסטירער וואס האבן בלויז פארמאגט טויזנט, דריי טויזנט צו אכט טויזנט שעירס, זייער פארמעגן איז באלד אפגעווישט געווארן ווען די מעכטיגע סטאק-מארקעט האט זיך געגעבן א קליין שאקל פארגאנגענעם דאנערשטאג.

"וואל-סטריט איז נעכטן געווען א גאס פון פארשוואונדענע האפענונג, פון נייגעריגע פארדאכט און פאראליזירטע היפּנאזיעס. מענער און פרויען האבן זיך מיט נייגער פארזאמעלט אין פובליק צענטערן מיטהאלטנדיג ווי די סטאק נומערן פאלן און גלייכצייטיג ווערט זייער געלט איינגעשלינגען צווישן די אלטע ווענט פונעם גרויסן סטאק זאל. קליינע גרופעס מענטשן האבן זיך פארזאמלט ביי די ווינקלען פון די גאסן דיסקוטירנדיג די אבנארמאלע אנטוויקלונגען אויפ'ן סטאק מארקעט. יעדער אן אויסנאם האט רעאליזירט אז ער לעבט יעצט מיט א וויכטיגע קאפיטאל אין די וועלטס היסטאריע."


"די גרויסע-דעפרעסיע" אין פולן שוואונג
עס האט געהערשט א פולשטענדיגע וויסטעניש אין אמעריקע, פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט. די נעכטיגע עשירים וועלכע האבן נישט געזשאלעוועט קיין געלט ביים איינקויפן אין געשעפטן און גייענדיג אויף פארשווענדערישע וואקאציעס, האבן יעצט געלעבט א דאלאר אויף א דאלאר פרובירענדיג דורכצושטיפן די טאג טעגליכע געברויכן דורכ'ן פארקויפן שטיקער מעבל און ווערדפולע ארטיקלען וואס האבן זיי ערליך געדינט אין די בעסערע צייטן.

און אז ס'זענען נישטא די פארמעגליכע וועלכע קומען איינקויפן אין די געשעפטן, קענען די געשעפטן נישט פונקציאנירן ווי געהעריג. אזוי זענען הונדערטער טויזענטער געשעפטן און פירמעס אונטערגעגאנגען טעגליך אלץ א דאנק די מעכטיגע סטאק מארקעט קראך.

אין א שמועס מיט ר' חנא לייב גאלדשלאג הי"ו, דערציילט ער פאר'ן שרייבער איבער די אומגעהויערע ארעמקייט וואס האט דאן געהערשט צווישן די אמעריקאנער באפעלקערונג. "מענטשן זענען געגאנגען צו די מיסט-קאסטענעס אויפ'ן גאס צו זוכן עפעס צו עסן, אבער דארט האבן זיי אויך גארנישט געפונען, וויבאלד ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל ארויסווארפן איבריגע עסן..."

ר' חנא לייב'ס עלטערן זענען שוין אנגעקומען קיין אמעריקע אין יאר 897', נאכדעם וואס אין אייראפע זענען זיי אומאויפהערליך פארפאלגט געווארן דורך די גוי'אישע שכנים, וואס האבן זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג ארויסגעלאזט אויף ווילדע פאגראמען אין ריכטונג פון די שוואכע אידן.

נאכ'ן אנקומען צום באקאנטן "עליס-איילענד" פּאָרט, האבן זיך די גאלדשלאג'ס באזעצט אינעם "לאָוער איסט-סייד" און פרובירט פון פריש אנהייבן א ניי לעבן אין א וויסט-פרעמד לאנד. ר' יחזקאל, ר' חנא לייב'ס פאטער, האט גאר שווער געארבעט אין די ערשטע יארן. אנגעפאנגען האט ער אלס א צייטונג-פארקויפער, דערנאך האט ער געעפענט א קליין ביידל צו פארקויפן שיך.

פונקט ווי אלע אמעריקאנער בירגער, איז ר' יחזקאל אויך מיטגעשלעפט געווארן מיט די אלגעמיינע שוואונג אין די פריע 920'ער יארן, און מיט זיין אפגעשפארטע געלט האט ער זיך איינגעהאנדעלט א קליין האטעל אין צענטער פון מאנהעטן פון וואנעט ער האט געלעבט גאר ברייט.

אין די פאלגענדע יארן, ווען אמעריקע האט געזען א ברייטע פינאנציעלע אויפוואכונג, האט זיך ר' יחזקאלס ביזנעס אויסגעברייטערט צו א גוט-גייענדיגע קייט-האטעל, מיט אן אנגעזעענעם נאמען, פארמאגענדיג אזוי פיל ווי זיבן גאסט-הייזער איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק.

ר' יחזקאל'ס האטעלן זענען ברייט-באקאנט געווארן איבער גאנץ ניו יארק מיט אירע גאר טייערע און לוקסוריעזע איינריכטונגען. דאס האט געצויגן צו זיך פילע רייכע ביזנעסלייט און וואל-סטריט אינוועסטירער וואס האבן באזוכט די אמעריקאנער פינאנציעלע הויפט-שטאט. אזוי איז ר' יחזקאלס רייכטום געוואקסן אינאיינעם מיט די אנדערע אמעריקאנער וועלכע האבן יענע טעג איינגעשטעקט אין ביזנעס.

אבער דוקא אין דער צייט וואס אלעס האט אויסגעזען אזוי גוט איז אנגעקומען די שווערע צוזאמברוך. ר' חנא לייב געדענקט גוט יענע שווערע טעג ווען די גאנצע וועלט איז געווען געשפאנט און ארויסגעקוקט אויף די אנטוויקלונגען פון וואל-סטריט. "מיין טאטע איז דאנערשטאג אויפדערנאכט, אקטאבער 24, אהיים געקומען פון די ארבעט צום נאכטמאל מאלצייט פונקט ווי יעדן טאג. ער האט פרובירט צו זיין אויפגעלעבט ווי אלעמאל, אבער מיר אלע האבן דערקענט אויף אים עפעס א מיסטעריעזע זארג. זיין געזיכט איז געווען בלאס און איינגעפאלן. באלד נאך נאכטמאל האט ער זיך, נישט ווי זיין שטייגער, געיאגט ארויס צו גיין קויפן די נאכט-צייטונג. ווען מיר האבן אים געפרעגט די באדייט פון זיין אויפפירונג האט ער אזוי כלאחר יד געזאגט אז עפעס אומגעווענליך האט זיך היינט אפגעשפילט אויך וואל-סטריט, אבער לויט ווי די צייטונגען שרייבן איז עס נאר א צייטווייליגע דורכגאנג וואס וועט זיך גאר אין גיכן אויסגראדן."

"מיר קינדער האבן נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף דעם טאטנ'ס רייד," דערציילט ווייטער ר' חנא לייב, "וואס האבן מיר דען געוואוסט וועגן א סטאק מארקעט און א קראך?..."

אין די פאלגענדע טעג ביז'ן "שווארצן דינסטאג" האט ר' חנא לייב דערקענט א מערקווירדיגן אנגעצויגנקייט אין דער אלגעמיינער באפעלקערונג. "אנשטאט ארויסגיין ארבעטן, האט זיך יעדער געקופקעט ביי די געשעפטן און אויפ'ן גאס פרובירנדיג צו נאשן אינפארמאציע פון די צענדליגער אינוועסטירער וואס האבן זיך צוריק געקערט פון וואל-סטריט בעירום ובחוסר כל."

"אין די וואכן נאך די קראך, האט אין צוגאב צו דער פינאנציעלער דעפרעסיע געהערשט א פולשטענדיגע עמאציאנאלע דעפרעסיע," זאגט ר' חנא לייב. "מענטשן זענען ארום געגאנגען אן קיין מוט, אראפגעקלאפט און דערנידערט זוכענדיג עפעס עסן מיט וואס צו שפייזן זייערע קליינע קינדער."

ר' יחזקאל גאלדשלאג איז נישט פארשוינט געווארן פון די שווערע עקאנאמישע אומשטענדן וואס האט דאן געהערשט אין לאנד. נאכדעם וואס די גרויסע דעפרעסיע האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען איבער די לענג און ברייט פון דער וועלט, האבן די שטענדיגע אויסלענדישע באזוכער און ביזנעסלייט אויפגעהערט קומען קיין ניו יארק וואס איז דורכאויס די פריעדיגע יארן באקאנט געווארן אלס "די פינאנציעלע הויפטשטאט פון דער וועלט". דאס האט געפירט אז ר' יחזקאל האט זיך געטראפן פון איין טאג אויפ'ן אנדערן מיט זיבן ליידיגע האטעלן וואס ס'לוינט אפילו נישט אויפצומאכן אינדערפרי וויבאלד קיין איין קליענט וועט זיך סייוויי נישט באווייזן ביים טיר.

"ס'איז געווען גאר שווערע צייטן פאר אונזער פאמיליע," דערמאנט זיך ר' חנא לייב עמאציאנאל. "אין די פריערדיגע יארן האבן מיר זיך צוגעוואוינט צו לעבן אויף א גאר ברייטן פארנעם, און דא האבן מיר זיך פלוצלונג געטראפן אן קיין קוואל פון וואנעט אריינצוברענגען געלט אין שטוב."

נאך עטליכע וואכן האט ר' יחזקאל געפּאסט דעם שווערן באשלוס צו פארקויפן זיינע זיבן האטעלן, וואס ער האט אזוי שווער אויפגעבויעט מיט זיין אייגענע בלוט און פלייש. "מיר האבן זיך נישט געשפירט אנדערש פון די אנדערע אמעריקאנער בירגער, וויבאלד קיינער האט דאן נישט געהאט קיין דזשאב," קאמענטירט ר' חנא לייב.

לויט ווי ר' חנא לייב דערציילט איז דאן נישט געווען אזא זאך ווי "קויפן עפעס צו עסן" אין געשעפט. אדער האט מען גענומען פון די שטאטישע "זופ-קאכן", וואו עס זענען פארטיילט געווארן מאגערע פארציעס וואסעריגע זופ פאר די מיליאנען הונגעריגע אמעריקאנער בירגער, אדער האט מען פשוט און גראד געהונגערט און נאכאמאל געהונגערט.

ר' חנא לייב זאגט אז די אידישע בירגער האבן זיך געהאלטן פיל העכער ווי דער אלגעמיינער באפעלקערונג, און זיי זענען נישט געגאנגען נעמען עסן פון די שטאטישע צענטערן. "די אידן האבן פיל מער געליטן," זאגט ער אונז, "מען האט ענדערש געהונגערט פאר עטליכע טעג ווי צו גיין נעמען די שמוציגע זופ וואס האט בלויז פאראורזאכט שווערע בויך קרעמפן."


■זענען געווען ספעציעלע שטאטישע הילפס-פראגראמען אדער לאקאלע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס האבן פארטיילט עפעס געלט אדער עסן?
ר' חנא לייב: "יענע צייטן זענען נאכנישט געווען קיין שטאטישע הילפס-פראגראמען אזויווי היינט-צוטאג. דאס האט נאר פארערגערט די שוין אויך שווערע צושטאנד. מענטשן האבן זיך פשוט נישט געקענט אן עצה געבן מיט די טאג-טעגליכע געברויכן. יעדן צווייטן טאג האט מען געהערט איבער א צווייטן באקאנטן, א ביזנעס שותף אדער שכן, וואס איז געטראפן געווארן טויט אין זיין הויז."

הרב גאלדשלאג דערמאנט זיך יא איבער איין וואוילטעטיגע אידישע ארגאניזאציע וואס האט פארטיילט עטליכע פונט מצות אויף פסח און א גע'שחט'ן הינדל אויף סוכות, פאר די צענדליגער אידישע פאמיליעס פון ניו יארק. "ווען די וואלונטירן האבן זיך באוויזן ביים טיר פון אונזער הויז יענעם ערב סוכות מיט א קליין הינדל אין האנט, איז דער דערדרוקנדער מצב ממש איבערגעדרייט געווארן אויף א פרייליכן יום טוב. מיר האבן געטראכט אז ס'וועט שוין מער קיינמאל נישט אויסקומען אריין צו נעמען א שטיקל פלייש אין מויל, און דא לכבוד יום טוב ברענגט מען אונז אריבער א כשר גע'שחט'ן עוף!"

עטליכע מאנטאן נאכ'ן קראך האט די פעדעראלע רעגירונג אנגעהויבן צו פארטיילן יעדן אינדערפרי עטליכע רעפטלעך ברויט פּער פאמיליע. ר' חנא לייב, וואס איז דאן געווען א יונג קינד פון בלויז אכט יאר, האט זיך יעדן אינדערפרי געשטעלט אין די לאנגע רייע - וואס האט זיך פיל מאל געקענט שלענגלען עטליכע גאסן ווייט - און אויסגעווארט צוויי-דריי שטונדען ביז דער רעגירונגס איינגעשטעלטער האט אים איבערגעגעבן אין האנט דעם אזוי טייערן און זעלטענעם ארטיקל, נעמליך, א שטיקל ברויט.


ער ווערט א דענטיסט איבערנאכט...
די גאלדשלאג פאמיליע איז דורך געגאנגען גאר שווערע צייטן. ר' יחזקאל פלעגט איינמאל א וואך ארויסגיין אין די פארנומענע מאנהעטענער גאסן מיט טייערע ארטיקלען, ווי גאלדענע זייגערס, הענג-לאמפ אדער שטיקער קריסטאל, וואס ער האט נאך פארמאגט פון פאר די קראך עפאכע, און ער האט דאס פרובירט צו פארקויפן פאר די דורכגייער. אבער וואך נאך וואך פלעגט ער זיך צוריק קערן מיט ליידיגע הענט וויבאלד קיינער האט זיך דאן נישט געקענט ערלויבן עפעס מער ווי א טריקן שטיקל ברויט אדער שאלאכטץ פון קארטאפל.

ווען דער מזל האט אים שוין יא אמאל געשפילט, און ער האט באוויזן צו לייזן עפעס קליין געלט, האט דאס נאר געקלעקט אויף א גאר מאגערן מאלצייט פון וואס מען איז ארויס געקומען הונגעריגער ווי זאטער.

אין יאר 933', אין סאמע ברען פון דער גרויסער דעפרעסיע, ווען צענדליגער מענטשן האבן שוין באצאלט מיט זייערע לעבנס, טויזענטער זענען אראפ פון זינען און מיליאנען זענען געבליבן היימלאז, האט ר' יחזקאל באשלאסן אז גענוג איז גענוג. מילא ער, אבער זיינע קינדערלעך, זיינע זיסע קינדערלעך וואס גייען אויס פון הונגער, דאס קען ער מער נישט צוקוקן.

ר' יחזקאל האט זיך דאן אנגעשלאסן אין די מיליאנען אמעריקאנער וואס זענען ארויס געגאנגען זוכן ארבעט. אבער א אידישע קאפ גיט זיך שנעלער אן עצה ווי א רונדיגן "יענקי", און פאר ר' יחזקאל איז איינגעפאלן א בליציגן געדאנק.

ער איז אריין געגאנגען אין א לאקאלן קליניק און זיך פארגעשטעלט אלס "דאקטער האס גאלדשלאג," אן אייראפעאישער קאלעדזש-גראדואירטער, וועלכער ספעציאליזירט זיך אין אריין לייגן "פילינגס" פאר מענטשן וואס ליידן אויף לעכער אין די ציינער...

דער הויפט-דאקטער פונעם קליניק האט זיך געלאזט איבעררעדן פון "האס גאלדשלאג" און אים פארגעשלאגן צו זיין דער נייער אויפזעער אינעם קליניק וואס גיט אכט אויף די פראצעדורן ביים אריין שטעלן קאמפליצירטע פילינגען אין געלעכערטע ציינער.

נאך עטליכע טעג זיך דרייען אינעם קליניק אלס אפיציעלער "אויפזעער", האט ר' יחזקאל באלד געכאפט דעם גאנצן - און גלייכצייטיג רעאלאטיוו-גרינגען - פראצעדור פון אריין לייגן פילינגען, אזוי אז ביז עטליכע טעג האט ער זיך שוין "אנגעטראגן" אליינס אנצונעמען "ארבעט" און אנהייבן זיך אפגעבן מיט די פאציענטן...

אבער די ארבעט האט אנגעהאלטן בלויז עטליכע מאנאטן, ביז ווילאנג דער קליניק זעלבסט האט זיך געברויכט שליסן וויבאלד קיינער האט אין יענע טעג נישט געטראכט פון זיך גיין אונטער זוכן ביים דענטיסט; מען האט געטראכט פון וואנעט צו שאפן עפעס עסן און עס צעקייען מיט די ציינער.

איבער א יאר דערנאך, ביים קלימאקס פון נויט און פיין אין אמעריקע, האט ר' יחזקאל געקלערט אז ער האט שוין גארנישט וואס צו זוכן אין דעם פרעמדן לאנד, די אמאל-באקאנטע גאלדערנע מדינה, און ער האט באשלאסן אונטער צו נעמען די לאנגע רייזע זיך צו באזעצן אין ארץ-ישראל וואס איז דאן באקאנט געווען אלס פאלעסטינע.


פרעזידענט הערבערט הואווער פרובירט צוריק דרייען דעם זייגער
די גרויסע דעפרעסיע האט זיך גאר שנעל פארשפרייט איבער די לענג און ברייט פון דער וועלט ווי פייער אויף טריקענע שטרוי. דער שווארצער דינסטאג אויף וואל-סטריט איז נאר געווען ווי א סקיצע וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די נאכפאלגנדע וואכן איבער צענדליגער אנדערע לענדער און זייערע בערזעס.

דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט הערבערט הואווער איז געכאפט געווארן אין א פולשטענדיגן שאק זעענדיג וואס עס שפילט זיך אפ איבער די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. דאס האט צוגעפירט אז דער פרעזידענט האט אונטערגענומען גאר שנעלע און נישט איבערגעטראכטע שריט וואס האבן אין דער ענדע מער שאדן געמאכט ווי אויפגעטאן פאר דער געפלאגטער אמעריקאנער עקאנאמיע.

אום יוני 930', האט פרעזידענט הואווער אונטערגעשריבן די קאנטראווערסיאלע "סמוט-האוולי" ביל, וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייערן אויף פילע וויכטיגע פראדוקטן וואס זענען פראדוצירט געווארן אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט האט דאס געטאן מיט'ן געדאנק אז דאס וועט צווינגען מענטשן צו קויפן נאר אמעריקאנער-געמאכטע פראדוקטן פרובירנדיג אויסצומיידן אומזיסטע שטייערן, אזוי וועט זיך הייבן די פראדוקציע פון אמעריקאנער פירמעס, וואס וועלן א דאנק דעם אויפנעמען פרישע ארבעטער פרובירנדיג נאכצוקומען די גרויסע נאכפראגע, און אזוי וועלן צוקומען א סך דזשאבס, און די פירמעס וועלן מאכן געלט.

א גוטער פלאן, נישט אזוי? אבער אין פאקט האט דער "סמוט-האוולי" ביל געברענגט גענוי די פארקערטע רעזולטאטן פאר דער אמעריקאנער עקאנאמיע. אנשטאט אויפטאן האט דאס גאר שאדן געמאכט. דאס איז געקומען וויבאלד די אנדערע לענדער וואס האבן געהאט לאנגיעריגע פרייע-האנדלס אפמאכן מיט אמעריקע האבן זיך געפילט מיאוס אויסגעשפילט און אפגעפאטשט, און דאס האט געברענגט אז זיי האבן אויך דורכגעפירט דעם זעלבן סארט געזעץ, אבער פארקערט, נאר ארויפלייגנדיג שטייערן קעגן די אמעריקאנער פירמעס אלס שטראף פארן זיך ארום שפילן מיט זייערע נערוון אין אזעלכע שווערע אומשטענדן. אזוי איז דער אמעריקאנער עקספארט געפאלן נאנט צו נול, און דאס האט נאר פארערגערט די "גרויסע-דעפרעסיע" איבער דער גאנצער וועלט.

אין 932' האט הואווער געגרינדעט די "נאציאנאלע קרעדיט קאאפעראציע" וואס האט פארארדענט גרעסערע און מאכטפולערע בענק נישט צו לאזן פאלן די שוואכערע און האלב באנקראטירטע בענק. דער אקט האט ארויס גערופן בייז-בלוט ביי דער אלגעמיינער באפעלקערונג מיט דער טענה אז דער פארמעגליכער הואווער גיט זיך נאר אפ מיט זיינע לאנדסלייט, נעמליך די רייכע ביזנעס מאגנאטן וואס מוטשען זיך נישט אהיים צו ברענגען א שטיקל ברויט אין שטוב, אבער פון די פשוט'ע בירגער מאכט ער זיך נישט וויסנדיג.

אין 933' האט זיך די אמעריקאנער באפעלקערונג געגרייט אפצוגעבן זייער שטימע ביי די פרעזידענטליכע וואלן. יעדער אן אויסנאם האט ארויסגעקוקט אויף עפעס טויש און האפענונג, און דער קאנדידאט וואס האט דאס פארגעשטעלט איז געווען דער דעמאקראט, פראנקלין דעלאנא רוזוועלט.

פרעזידענט הואווער'ס שאנסן צו געווינען ווידער-ערוויילונג זענען געווען גאר שוואכע, וויבאלד ער איז געווען שטארק פארפיינטעט צווישן די ארימערע שיכט פון פאלק, וואס רוב אמעריקאנער האבן זיך דאן געציילט צווישן זיי.

אין א שריט צו הייבן זיין פאפולאריטעט הארט פאר די וואלן האט דער פרעזידענט פארבאטן פאר בענק דורכצופירן "פארקלאָוזשער" פראצעדורן ביי אזעלכע וואס האבן פארלוירן זייער גאנצער געלט אין רעזולטאט פון די קראך, ווי אויך האט ער באשטעטיגט ריזיגע פאנדן פאר גרויסע ביזנעסער וואס האלטן ביים צוזאמפאלן און דורך דעם זיי פרובירן צו ראטעווען. אבער ווי זאגט די וועלט, "צו ווייניג צו שפעט," און די אלע פרואוון פון הואווער האבן זיך נישט אויסגעצאלט.

צוזאמען מיט דער פאלנדער עקאנאמיע האט זיך הואווערס צופרידנהייט ראטע געגליטשט נידריגער און נידריגער ביז ער האט עווענטועל פארלוירן די וואלן צו רוזוועלט וואס האט אריין געבלאזן אן אפטימיזם אינעם ברייטן פובליקום.

הואווער האט איבערגעלאזט די פרעזידענט אמט אין א שווערער עקאנאמישער דעפרעסיע. די ארבעטסלאזיגקייט ראטע איז געשטאנען ביי א רעקארד פון 25 פראצענט, און איבער פינף טויזענט בענק זענען צוזאמגעפאלן זינט דער קראך. הונדערטער טויזענטער אמעריקאנער זענען געבליבן היימלאז, און מיליאנען אנדערע האבן נישט געהאט קיין ברויט מיט וואס צו שטילן זייער הונגער.


פרעזידענט רוזוועלט דיסקוטירט זיין "ניו-דיעל"
יעדענ'ס אויגן זענען געווען געוואנדן קיין וואשינגטאן יענעם יאנואר 20 נאך האלב טאג, ווען דער נארוואס-איינגעשוואוירענער פרעזידענט, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, האט ארויפגעשפרייזט אויפ'ן פראכטפולן פאדיום וואס איז געבויט געווארן אין פארנט פון דער קאפיטאל געביידע, איבערצוגעבן זיין איינשווערונגס רעדע פאר דעם אמעריקאנער פאלק.

די גאנצע וועלט האט געווארט צו הערן וואספארא גרויסצוגיגע פלענער דער נייער פרעזידענט פון אמעריקע וועט פארשטעלן צו אביסל סטאביליזירן דעם שווערן צושטאנד. די אפטימיזם איז געווען געמישט מיט א קענטיגע זארג אויב רוזוועלט וועט פארפעלן צו ברענגען די עקאנאמיע אונטער קאנטראל, וואס דאס מיינט א פערמאנענטער ארעמקייט און דעפרעסיע פאר דער גאנצער וועלט.

רוזוועלט האט בעיקר ארומגערעדט איבער די גוטע צייטן וואס זענען נישט ווייט פון אונז, אבער ער האט נישט אנגעגעבן קיין גענויע פלענער וויאזוי צו פארבעסערן די עקאנאמיע. "אונזער ארבעט יעצט," האט רוזוועלט געזאגט אינמיטן זיין פייערדיגע רעדע, "איז איבערצובויען אונזער גאנצע עקאנאמיע און אירע צעבראכענע פאליסיס, אזוי וועלן מיר פארמיידן אן איבערשפיל פון נאך א פינאנציעלע קאטאסטראפע און גלייכצייטיג פארקורצן די פּיין וואס מיר אלע אמעריקאנער בירגער ליידן יעצט."

באלד נאך די אפיציעלע פייערונגען וואס ווערן צוגעשטעלט פאר יעדן נייעם פרעזידענט, האט זיך רוזוועלט באקוועם געמאכט אין זיין נייעם ארבעטס-פלאץ, דער אוועל אפיס, און אנגעהויבן ארויסגעבן באפעלן פאר אלע עקאנאמישע אפטיילונגען פון דער פעדעראלער רעגירונג.

צוערשט האט ער פארארדענט אז אלע היימלאזע און ארימע זאלן פלאצירט ווען און פראוויזארישע שעלטערס וואו עס זאל אויך צוגעשטעלט ווערן דריי ווארימע מאלצייטן טעגליך.

דערנאך האט ער ארויסגעשטעלט זיין באקאנטן "ניו-דיעל" פלאן, וואו ער האט פארשפראכן צו פארשאפן נייע דזשאבס פאר רוב אמעריקאנער בירגער, און גלייכצייטיג צוריק ארויף פירן די אמעריקאנער עקאנאמיע אויף אירע רעלסן.

רוזוועלט האט ערקלערט פאר די ברייטע מאסן אז עס ברויך איינגעפירט ווערן א נייעם געזעץ, היינט באקאנט אלס "מינימום-וועידזש", אז אלע אמעריקאנער דארפן פארדינען א מינימום פון עטליכע דאלאר, און נישט אז די רייכע באלעבאטים זאלן אפמאכן וויפיל זייערע ארבעטער פארדינען א שטונדע.

אין צוגאב האט דער פרעזידענט ארויפגעצווינגען "יוניאנס" אויף אלע גרויסע אמעריקאנער אינדוסטריעס, וואס דאס האט געהאלפן פאר אלגעמיינע בירגער זיך צו פארשאפן שנעלער און גרינגער גוט-באצאלטע ארבעט, וויבאלד זינט דאן האט מען שוין נישט געדארפט ארום לויפן פון איין געשעפט צום אנדערן פרעגן ווער עס האט א ליידיגע ארבעטס-פאזיציע, נאר די יוניאס האבן איינגעטיילט פאר יעדן וואס האט געבעטן זיין באשטימטן ארבעטס-פלאץ, און אויך זיכער געמאכט אז די צאלונגס-ראטע העכערט זיך יעדע שטיק צייט.

די רוזוועלט-אדמיניסטראציע האט ארויסגעגעבן א באפעל אז אלע פעלד-פראדוקציעס מוזן געשניטן ווערן אין העלפט פאר די קומענדיגע דריי מאנאטן, אזוי וועלן די ביליגע פארם פרייזן פון די פארם-פראדוקטן עטוואס ארויף גיין.

די אלע רעפארמען זענען באקאנט אין די היסטאריע ביכער אלס דער ערשטער חלק פונעם "ניו-דיעל", וואס האט טאקע עטוואס ארויסגעהאלפן די אמעריקאנער באפעלקערונג, אבער עס האט נאך גענומען גאר א לאנגער צייט ביז די וועלט בכלל און די פאראייניגטע שטאטן בפרט, האבן זיך ריכטיג אנגעהויבן ערהוילן פון אירע שווערע איבערלעבענישן.


א ביטערע ענדע צו דער "גרויסער דעפרעסיע"
נאך א שווערע רייזע פון דריי און א האלב וואכן האבן די גאלדשמידס באטראטן די הייליגע ערד פון ארץ-ישראל. דארט אין דער לאנד וואס "עיני ה' אלוקיך בה מראשית שנה ועד אחרית שנה," האט זיך ר' יחזקאל געשפירט פיל באקוועמער ווי אין אמעריקע.

אבער אז ס'איז באשערט וועט די שלעכטע צושטאנד נאך לויפן וואו אימער מען גייט נאר. דאס האט אויך פאסירט יעצט אין ארץ ישראל ווען די ציוניסטישע "הגנה" מיליציע קרעפטן זענען ארויס אין אן אפענע קאמף קעגן די ענגלישע אקופירער וואס האבן דאן געהערשט איבער פאלעסטינע, אזוי אז עס האט זיך ממש געגרעניצט מיט סכנת נפשות דארט צו בלייבן, האט ר' יחזקאל באשלאסן צו פאקן פעק און צוריק אהיים פארן קיין ניו יארק.

די גאלדשמידס זענען צוריק געקומען אין 939', ווען די אמעריקאנער באפעלקערונג האט שוין אנגעהויבן צו זען אביסעלע פראגרעס אין די פינאנציעלער מארקעט אדאנק די געלונגענע טאקטיקן פון פרעזידענט רוזוועלט און זיין "ניו-דיעל".

מיליאנען אמעריקאנער זענען דאן געווען באשעפטיגט מיט'ן איבערבויען לאקאלע בריקן און שאסייען, אלס א טייל פון די אריגינעלע "ניו-דיעל", וואס האט פארשפראכן צוצושטעלן דזשאבס פאר אלע ארבעטסלאזע.

אבער דאך איז די רעהאביליטאציע געגאנגען זייער פאמעליך און שווער. "ווען מיר זענען צוריק געקומען קיין ניו יארק," דערציילט ר' חנא לייב, "האט מיין טאטע נישט געקענט טרעפן קיין ארבעט. ער איז געווארן גאר אנידערגעשלאגן, ביז פריינד און באקאנטע האבן אים פארגעשלאגן ער זאל זיך אריבערציען קיין דעטרויט, מישיגען, וואס איז דאן באצייכענט געווארן אלס די מעטאלענע הויפטשטאט פון אמעריקע.

"אין מישיגען איז די עקאנאמיע געווען פארהעלטניסמעסיג בעסער ווי אין פילע אנדערע שטעט איבער'ן לאנד, וויבאלד אין יענע יארן האט אויסגעבראכן די ביטערע צווייטע וועלט קריג, און די אמעריקאנער רעגירונג האט געוואוסט אז פריער צי שפעטער וועט זי אריינטרעטן אין די שלאכטן, צוליב דעם האט מען געבויעט טויזענטער פרישע טאנקן און אמוניציע, טאקע אין מישיגען, די מעטאלענע הויפטשטאט."

אין 938' האבן זיך נאך ארום געדרייט איבער צוועלף מיליאן ארבעטסלאזע מענטשן איבער די גאסן פון אמעריקע, דאס האט אנגעהאלטן ביז די פאראייניגטע שטאטן האט גענומען אן אקטיווע ראלע אין די צווייטע וועלט-קריג, און פארארדענט אלע ערוואקסענע לייט זיך צו שטעלן צום מיליטער, אין צוגאב האט מען געדארפט יעדן ארבעטס-פעאיגן אמעריקאנער זאל ארויסהעלפן אין די פאבריקן צו פראדוצירן וואפן און מיליטערישע טרעקלעך. ר' חנא לייב זאגט אונז איראניש: "עס איז געווען א ביטערע קאפיטאל אין דער אידישער היסטאריע וואס האט געברענגט די ענדע צו דער גרויסער דעפרעסיע."

* * *



דער מעכטיגער קול פון די מלך החזנים, ר' יאסעלע ראזענבלאט, ווערט פארשטומט דורכאויס די דעפרעסיע יארן


ווי איר האט געליינט אינעם ארטיקל האט די שווערע דעפרעסיע באטראפן יעדעם איינעם אן אויסנאם, נישט קיין אינטערשייד וואס זיין פאסטן אדער שטעלע איז געווען, זאל עס זיין דער וואל-סטריט שפעקולאנט אליינס, אדער א שפייז-קראם איינגעשטעלטער, א פעדלער אויפ'ן גאס אדער א באנקירער אין מאנהעטן.

דער מלך החזנים, דער ארטאדאקסישער חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט, וואס איז דעמאלטס געווען דער אפיציעלער חזן אינעם ספרדישן שול אין בארא פארק, האט אויך פערזענליך געליטן פון ארימקייט נאך די פינאנציעלער צוזאמברוך פון 929'.

זיינע פילע אנהענגער און שטיצער, די רייכע אמעריקאנער אידן, האבן געהאט בעסערע דאגות ווי אויסהערן זייער באליבן חזן זינגען זיין הארציגן "א אידישע מאמע" ליד. די נעכטיגע עשירים האבן זיך ארום געדרייט איבער די פובליק-קיכן זוכנדיג איבריגע עסן פאר זייערע אויסגעהונגערטע קינדערלעך, און נישט געהאט קיין געלט און מוח צו אראנזשירן פרישע קאנצערטן פאר ר' יאסעלע.

ר' יאסעלע וועלכער פלעגט אין די גוטע צייטן ארומפארן די גאנצע וועלט און אויפטרעטן ביי צענדליגע קאנצערטן פאר טויזענטער דאלארן, האט זיך פלוצלונג געטראפן פעדלען איבער די ניו-יארקער גאסן פאר א רויטן גרייצער.

איין באשטעלונג האט ר' יאסעלע יא געהאט פון א געוויסע סינאגאגע אין יוניטאון, פּענסילוועניע. דאס איז געווען אין 930' ווען די קהילה-פירער האבן אים גערופן אז ער זאל אפהאלטן א וואכן-טאג קאנצערט אין זייער שול פון וואס זיי האפן עס וועט אריין קומען גענוג געלט מען זאל קענען אויסהאלטן דעם ארט אין אזעלכע שווערע צייטן.

חזן ראזענבלאט האט זיי באלד צוריק געשיקט א פאזיטיוון אנטווארט צולייגנדיג אז ער וועט נעמען א ביליגערן אפצאל ווי געווענליך, א פרייז פון בלויז טויזענט דאלאר, זיך רעכנענדיג מיט די שווערע פינאנציעלער אומשטענדן וואס פלאגט זייער קאנגרעגאציע.

ווען די ארגאניזירער פונעם קאנצערט האבן דאס געהערט, האבן זיי קאטאגאריש אפגעווארפן דעם פרייז וואס ר' יאסעלע האט זיי פארגעשלאגן. די יעניגע אין פענסילוועניע זענען בלויז איינגעגאנגען צו באצאלן דריי הונדערט דאלאר, גאר ווייט פון די טויזענט וואס ר' יאסל האט זיך גערישט.

ר' יאסעלע האט באלד אנגענומען די אנבאט אפילו פאר די נישטיגע דריי הונדערט דאלאר, זאגענדיג פאר זיינע באקאנטע אז אלץ איז בעסער ווי ארום גיין פעדלען אין די שטאטישע גאסן. מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס מ'האט.

ר' יאסעלע האט אויך געהאט בעסערע טעג צווישן די פארכמארעטע דעפרעסיע יארן. איין ביישפיל איז א באשטעלונג וואס ער האט באקומען פון א געוויסע ארגאניזאציע אין לעיקוואוד, ניו דזשערסי, אז ער זאל וויילן מיט זיי איבער'ן יום טוב פסח אויף אן אפצאל פון צוויי טויזענט זיבן הונדערט און פופציג דאלאר.

אויך די "רעקארד"-פראדוקציע פון ר' יאסעלע איז געקומען צו א מעכטיגן אפשטעל אין די שווערע טעג. די ערשטע יאר נאכן קראך האט זיך נאך ר' יאסעלע געגרייט ארויסצוגעבן א נייעם "רעקארד" פאר זיינע טויזענטער אנהענגער איבער דער וועלט, נישט אין אכט נעמענדיג אז ס'זענען כמעט נישט דא ווער עס זאל צאלן אויסצוהערן זיין מעכטיגע שטומע.

עטליכע מאנאטן נאך די נייע רעקארד איז ערשינען האבן אים די אייגענטימער פון די גרויסע "וויקטאר" רעקארד פירמע אריבער גערופן אויף אן ערנסטן זיצונג, וואו זיי האבן אים געצייגט מיט פענע און פאפיר אז נישט נאר וואס די רעקארד האט נישט אריין געברענגט קיין געלט, איז ר' יאסעלע נאך שולדיג פאר די פירמע נאנט צו פיר טויזענט דאלאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט צוריק געמאכט די געלט וואס זיי אינוועסטירן אין יעדע נייע רעקארד...


(דער בליק, תשרי תש"ע)
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:37 pm

אפשר לייג א פידיעף, עס זאל זיין פרינטיש
עס קיקט אויס הערליך, און זייער באלערענד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3647 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:14 am

wow wow wow
פארוואס קוממסטו נישט אריין מער אפט פאר א בליץ באזוך?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך שפתים ישק » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:38 pm

שפתים קישאקTM!
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:05 pm

זאג נאר קישאק, אויסער איבערלאזן רויטע-ליפסטיקע-באפלעקטע קישן אלל אוווער קענסטו עפעס רעגירן אויך... just kidding.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 667
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2928 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט